ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פארווייטאגט
»
דאנערשטאג מארטש 31, 2022 2:54 am
האאאלללאאאווווו? הרב קרויס הנכבד. לדעתי האט איהר דא איבער געריסן אלע גבולות. יא ! איך וואלט עס געדארפט זאגן שטילעהייט, אבער איהר האט עס געטוהן ברבים, געצווינגען יעדער אידישער לעכטיגע בחור צו ליינען, דורך אריינלייגן אייערע מיינונג אין א בלעטל ווא, יעדער וואס לערנט נישט 24/7 ליינט, ממילא ערלויב איך זיך אייך צו שרייבן דא ברבים. אויב דער מנהלים האלטן אז דא איז נישט דער פלאץ פאר דעם, און וועלן עס פארמעקן, דעמאלס האפ איך אז א צווייטער וועט עס אייך איבער געבן, איהר זאלט וויסן אז יש חולקים בהחלטיות. וזה החלי. אודאי האט איהר רעכט מיט'ן פראבלעם. עס איז נישט ניי. מיר מוטשען זיך דערמיט יאהרן. אבער..... איך האב בלע"ה געזונטער קינדער אין די יאהרן וואס ווען זיי ליינען נישט אייערע קלאהרע שיינע ווערטער, וועלן זיי חאטש פראבירן זיך צו צושטעלן, און פראבירן בין הזמנים צו לערנען מער פון א שעה, וכולי האי ואולי, אפשר וועט עפעס ווערן פון זיי. יעצט אז איר האט ארויס געפויקט ברבים אייער מיינונג, מיין תכשיט וואס ליינט דער שטותים יעדער וואך (ווייל למעשה זענט איהר דאך גערעכט, עכ"פ למחצה ולשליש ולרביע), וועט ער דאך דער וואך אודאי אויך ליינען, און פארשטייט זיך, אויב לאז איך איהם נישט, וועט ער דאך טרעפן א וועג עס צו ליינען צוויי מאהל ובעיון, און וואס מיינט איהר וועט געשעהן? וועט עס איהם העלפן א רגע בעסער צו לערנען? צו קלאפן זיינע שאיפות, און מצדיק זיין דאס פוילקייט, און קענען האבן טענות קייגן זיין מגיד שיעור וואס ארבייט זייער שווער מיט איהם. וואלט ווען געווען אזעלכע ישיבות, וואס זענען געאייניגט פאר איהם, און פארשטיין וואס איהר פארשטייט, נו, וואלט איהר געקענט זאגן איך זאל אהין שיקן, און איהר וואלט אפשר געווען גערעכט. יעצט אבער אז עס איז נישט קיין ישיבה הדומה לדומה, איז וואס פאר א רעכט רעדט איהר צו אונזערע בחורים? איז דען דאס מעגליך צו זיין קאנסטראקטיוו? 100% אז נישט. גייט צו די מנהלים גייט צו די רבנים גייט צו די מנהיגים גייט צו גדולי ישראל לאז אפ אונזערע צעירי הצאן לאז אפ אונזער קינדער לאז אפ די וואס ליינען, אבער קענען גארנישט טוהן. ולא תשא עליו חטא. כ'האב געדארפט שרייבן איידעלער, כ'האב פראבירט. נ. ב. כ'מיין נישט מיין זוהן (, גראדע איינס פון זיי אפשר יא) , באט יו געט דה פוינט.