Yotta: קויפן לאטטערי אדער אוועקלייגן געלט? א רעוואלוציע אין אוועקלייגן געלט
איך רעד פון יאטטא באנק (Yotta Bank) https://www.withyotta.com/ די באנק האט זיך געגרינדערט נאך דעם וואס די ערפינדער פון די באנק האבן געליינט א ריפארט פון די פעדערעל ריזערוו אז העכער 40% אמעריקאנע משפחות האבן נישט קיין $400 אוועקגעלייגט אין פאל פון נויט, דאס מיינט אז א נויטפאל וואס קאסט מער פון $400, קענען 40% אמעריקאנע משפחות זיך דאס נישט ערלויבן, מאידך גיסא, שלעפט די לאטערי סיסטעם אריין $640 פון א דורכשניטליכע אמעריקאנער משפחה יעדער יאר.
די סיבה פאר דעם איז פשוט, קויפן די לאטטערי רעדט מען זיך איין, מען חלומ׳ט מען גייט רייך ווערן, מארגן גיי איך האבן $50 מיליאן דאללער, משא״כ אוועקלייגן געלט, טראכט מען בערך אזוי, טאמער וועל איך אוועקלייגן $25 א וואך, וועל איך האבן סוף יאר $1300, נאך 10 יאר וועל איך האבן $13,000, איין מינוט איין מינוט, איך וועל ווארטן 10 יאר, און דאן וועל איך האבן וואס? $13,000? דער גאנצע?? נעה דאס לוינט זיך נישט. אה, מיט אינטרעסט? וויפיל איז אינטרעסט? צו קאמפיליצירט די חשבון פאר מיר.
דא קומט אריין אין די בילד יאטטא באנק (זיי זענען היפש ניי אבער נישט גענצליך ניי), ביי יאטטא באנק, באקומט מען אינטרעסט פון 0.2%, און חוץ פון דעם, באקומט מען לאטטערי טיקיטס, זיי האבן זייער אייגענע סיסטעם פון לאטטעריס. יעדער וואך פאר יעדער $25 וואס ליגט אין דיין אקאונט באקומסטו א לאטטערי טיקעטס (פאר די ערשטער $10,000, מער פון $10,000 ״קאסט״ א טיקעט $150). די טיקעטס האבן 6 נומבערס + א ״יאטטאבאל״ נומבער (ענדליך צו די ״פאוערבאל נומבער") סך הכל 7 נאמבערס, זונטאג באקומעט מען די טיקעטס און מען קען זיך וועלן ציפערן, אויב וועלט מען נישט, וועלען זיין וועלן פאר דיר (כעין קוויקפיק). יעדער נאכט ציעט מען איין נאמבער, (מען קען מיטהאלטען וואו מען שטייט אויף דער וועלט, וויפיל מען האט שוין געטראפן, און וויפיל מען האט שוין זיכער געווינען), און זונטאג ציעט מען די ענדגילטיגע יאטטאבאל נאמבער.
וואטס די קעטש? ס׳איז נישט דא קיין קעטש. סימפעל אן פשוט, אזוי וואו איך זאג אזוי איז, מען באקומט לאטטערי טיקעטס און מען קען געוואונען גרויסע געלטער. אבער פארט וואס איז די קעטש? פון וואו נעמען זיי די געלט צו באצאלן די סכומים? די תירוץ איז אזוי, די אינטרעסט רעיט וואס זיי באצאלן איז 0.2%, יעצט איך קען נעמען די געלט אריינלייגן אין Ally Bank, און מאכן 0.6%, און דא געב איך אוועק 0.4% פון די אינטרעסט און אנשטאט באקום איך בלויז 0.2%. לע״ע וואו לאנג יאטטא באנק איז נאך ניי, טענה׳ן זיי אז מען באקומט פאקטיש 1.6% אינטרעסט אין דורכשניט, אבער זיי האבן קלאר געזאט פאר אינוועסטירער אז זיי גייען מאכן שווערער צו געוואונען די פרייזעס, כדי עס זאל זיין מער ווייניגער ענדליך צו א געהעריגע באנק.
די שאלה איז איז עס בעסער פון לייגן אין א געהעריגע באנק? יש לדון, לע״ע לכאורה יא, און אפילו ווען זיי וועלן אראפגיין מיט די פרייזעס ווענדט זיך עס אויף וואס פאר א סארט מענטש מען איז. וואס איז אמאל זיכער איז, אז בעסער פון קויפן לאטטערי טיקעטס איז עס זיכער. איז עס בעסער פון אינוועסטען? לכאורה נישט, אבער עס לוינט נישט צו אינוועסטען די גאנצע געלט, אביסל מוז מען אוועקלייגן פאר א נויטפאל (פון אינוועסטמענטס איז שווער אמאל ארויסצוציען געלט), אדער געלט וואס מען לייגט אוועק פאר א קורצע טערמין (למשל פאר פסח אדער תשרי), דאן איז די באנק פונקט אזוי גוט וואו די אנדערע.
איין לעצטע נקודה, זיי האבן נישט קיין געהעריגע וועבסייט, און מען מוז עס ניצן דורך זייער עפפ.
זיך אויפצוסיינען (דאס קען מען יא אנליין) https://join.withyotta.com/ לייג אריין מיין קאוד BEVEKASHA, וועלן מיר ביידע באקומען איינמאליג 100 טיקעטס.