אייוועלט פרעזענטירט טריפל סידי: 'לבקש רחמים' 'מזמור לתודה' 'א חידוש' - ר' יואלי קליין ר' ישעי' גראס

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט טריפל סידי: 'לבקש רחמים' 'מזמור לתודה' 'א חידוש' - ר' יואלי קליין ר' ישעי' גראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] בשם ה' נעשה ונצליח!
[/align]


פורים פורים פורים קטן
ברוך אשר ברענען בראטן
שעחיאניווע קימאניווע גיאניווע לזמן הוועעעעעע!!


רבותי! ספורים אויפן וועלט!!

אקעי, פורים קטן גדול, וואסא חילוק... קליין גראס.. ספורים אויפן וועלט!!!

שששאאא!!!

איך וויל ענק פארציילן א מעשה! רבותי, א מאאסעע! שטילשא!!!!

ויהי און סי אמאל געווען..
און היינט איז נישטא.. העפס, איז נאכדא..

ס'געווען אמאל צוויי גוטע פריינד, זיי האבן געהייסן, און אזוי הייסן זיי עד היום הזה, בגתן ו... נעפס! ר' יואל קליין און ר' ישעי' גראסס!!

המשך יבוא...

- - -

א גוט יאר.
די פריערדיגע שטיקל האביך געדרעפט ש'לאנג צוריק, אום פורים קטן היי יאר. אבער דער ממלא כל עלמין מסובב כל הסיבות אין שום יאוש אפי' בהסתרה ווייל מיר זענען דיינע קינדער האט צוגעפירט שלא בעוונונותינוני הרבים אז סאטצעך אפגעשטופט מיט אפאר טאג.. סאו, סארי גדול פאר'ן אריינהאקן אנמיטן א העלן פורים קטן.

אקעי, אין קורצן פון פריער...

פורים קטן אדער פורים גדול? ערגעץ אינציווישן.. ציווישן פורים קטן און גדול, ציווישן דער קליין און גראס, איז פורים אויפ'ן וועלט!!!

שוין לאנגע יארן וואס ארום דעם נגינה שטייען גרייט די צוויי אידן פון שייע גראס ביז יואלי קליין דעם אורה מקבל זיין.. ווען אלע פעלקער האבן דעם ניגון אפגעכאפט.. האבן זיי געשריגן און נישט אויפגעהערט צו שרייען וכו' וכו'...

אקיצער, די עוילעם איז אויף מיט א מלחמה ציווישן דעם רוס אינעם אוקליינע, מיר ווייסן אז דער גראס און קליין האלטן זיך בשלום ושלוה, און וויפל ניגונים האבן זייערע טאנק'ען שוין ארויסגעלאזט ווייסט נאר איין באשעפער.

איינפאלס, וואס זאגט ר' חנא... כ'מיין, היאך נזדווגו, וויזוי האצעך אנגעהויבן ס'מעשה למעשה?

זאזוי, ווי מ'אט געזעהן ביים געדרעפטער, איז געווען אמאל צוויי חברים וכו'

אמאל פלעגט זיין אין א"י איש ואיש שזכו שירה שרויה ביניהם... ס'געווען עטליכע שפילערזינגער זוגות. נישט אפציעל נאר כרצון איש ואיש. מאיר אדלער האט געהאפקעט מיט האראראלע. שפעטער איז געקומען יואלי מארקאוויטש מיט דאווידאוויטש. און נאך שפעטער זענען געקומען צוויי גרינע כעוורע, צוויי סאטמאר'ע ירושליימ'ע (נישט טשאלמערס, נאר זיי וואוינען אין ירושלים. למאי נפקא? תיקו.) אקיצער, די צוויי זענען ארום שפילן און זינגען אויפ'ן סעודה'ניו. כ'מיין, חתונות.

ביז דא איז קלאר גראס קליין און שארף!

למעשה האט דער באשעפער זיי געטראפן בהסתרה שבתוך ההסתרה, און ער האצעך גענומען קלאפן אויפ'ן טיר.. קול דודי פתחו לי.. קלאפ קלאפ אויפ'ן טיר עפן מיר אן א שיעור אויף יעדן ריר וכו' וכו'
וויזוי גייטעס נאך? קימץ ארויס קימץ ארויס, יואלי ישעי' גראס, סאך בעסער צופרידן, לייז אונז אויס אלץ אידן. עפעס אזוי...

וואו פארפארפארפאר איך ווייטער?

לאמיר נישט הסתרה'ווען און אנציהען די עוילעם... אמעשה אקיצער, די צוויי כעווערע, הני הני הני הני תרי תרי, האבן זיך גענומען האקן שטיקער, און אזוי ש'מיר ש'דיר האבן זיי זיך גענומען שיסן ניגונים אויף רעכטס און לינקס אזש די גאנצע וועלט האבן זיי אויפגערודערט!!!

אנגעהויבן האטצעך ביי קול דודי, אויף א קלענערע פלאם. און דערנאך האטעס געפלאצט ביים הסתרה. און זייט דעמאלטס עד עצם היום הזה זענען זיי נאכאלס אויפן אויוון(!) אן פון די היימישע ניגונים.

זיי האבן עפעס א געוויסע טעיסט, עפעס א פשטות שבתוך א פשטות בוודאי גם שם נמצא, עפעס א גימיק, גראדע גימיק ר"ת ישעי' גראס מיט יואלי קליין, אבער לאמיר נישט פארפארפארן ווייטער... בקיצור, עפעס א סוד, וואס זייערע ניגונים זענען לייכט נאכצונגען, און נאכמער לייכט נאציטאנצן. און וויפל ס'טרייען זיי נאכצומאכן פארטעס עפעס נישט, ניטאמאל גייט עס.

עפעס מיט א פארצייטישע טעם, אויף די היינטיגע טעיסט. א היינטיגע סטעיק מיט א אלטע טעלער. אדער פארקערט. ווי איר ווילט, ס'אייער אויסוואל.

ווי פלעגט נאך זאגן יענער מבין? ווער ס'פארשטייט פארשטייט נישט, און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט!!

- - -

אלזא שבחו אהובים! ווי גראס און קליין איז אונזער פרייד ווען מ'שטיימיר היינט ליהודים היתה אורה ושמחה ששון ויקר, יקר טאקע ר' יואל קליין, יקר מאכט אויך ר' ישעי' קראס!

וואונדערבאר!! יעצט בייגעפאלן אזא ר"ת, יקר ר' יואלי קליין... נמש ביסט גוט.. חחחח...


רבותי, געווען פריער א דורכפאל אבער כ'בין פולי פולי ערנסט! ס'קומט 'א חידוש'!!

א חידוש, רבותי!!!

פשיטא'קע משמעא! א שמחה כפולה ומכופלת, א טריפל סידי! החוט המשולש לא יינתק, ויבא השלישי וישפיע ביניהם!

מיר געבן דערמיט אפ א ' מזמור לתודה' פארן גרויסן באשעפער אויף אלע זיינע חסדים. כי טוב השם ווייל דער אייבישטער איז גוט!!

ובחדא מחתא קומען מיר ' לבקש רחמים' אויף ווייטער, כעני בפתח. ויהי רחמיך טאטע זיסער האב שוין רחמנות, ואל תטשנו לנצח!

- - -

אצינד דארפן מיר זיך אויסרייבערן דעם שטימע, אממכעעעממעכעם וכו', און אויסשרייען בריש גלי וידוע א הארציגע יישר כוח פאר איינער וואס האלצער א קליינער שרייבערל אבער דער איז 'א' שרייבער מיטן אל"ף הידיעה! מ'קען זאגן אויף איהם אז ער האט צוגעשטעלט די גאנצע ארבעט מסופו עד תחילתו! כ'מיין טאקע דער, ניין, מ'דארף איהם שרייען אין גרויסן:

[align=center]"א שרייבערל"[/align]
א שרייבערל איז טאקע בגימ' 'לא תאונה אליך רעה' אויך בגימ' 'משאלות לבך' וועסטו נעוואדע האבן כל משאלות לבך לטובה. א שרייבערל איז אויך בגימ' 'לבלתי רום לבבו מאחיו' דער האלצעך אזוי פיצי.. אויך איז עס בגימ' 'כי יהיה נערה בתולה' אבער מיר ווייסן אלע אז ער אידאך נישט קיין נער און נישט קיין פסולה! און ווי קען איך אויסלאזן דעם גימ' 'ושור ושה', געוואלדיג!!! וועם ס'קימצעך קימצעך!

ובחדא מחתא פאר אלע עוסקים במלאכות הקודש, מ'קען נישט מאריך אף זיין דא ווייל ס'שוין באלד פורים!

אנגעהויבן, ווי פארשטענדליך, מיט ידידינו @איינס שליט"א, וואס ווי יעדעס מאל שטעלט צו זיין רעכטע גאלדענע האנט און שעפערישע קאפ צום וועלטל, און בפרט אהערצושטעלן די סידיס. און דא האטער צוגעשטעלט דעם הערליכן קאווער! בליקס נאר... יעצט! וואס קוקסטו אויף מיר, פרעגן די אותיות יעצט.. קוק שוין דארט... עס שרייטעך פון זיך!

און צום ענדע איז געקומען א צדיק, ה"ה ידידינו דעם וועלט בארומעטן @ענדע צדיק! שליט"א, וואס האט גענומען דעם קאווער און צוגעשטעלט דעם הערליכן בוקלעט, ועוד ידו, הזהב, נטויה צו העלפן אויף יעדע זייט און צייט. אין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה, מיט ביידע פשטים!

ועמם אתם, ווי יעדעס מאל, שאר הפוסקים במלאכת הקודש, ה"ה ידידינו @מתמיד שליט"א, @מקווה איד שליט"א (היינט טייליך אסאך שליטא'ס! כ'זאג נישט אז ס'ר"ת שיינע לעכטיגע יא טייערע אידן!), אזוי אויך א שכויעח פאר נמ"ש וואס האט אריינגעשטופט זיין פיצי נאז און געשריבן א פתיחה כדי צו נעמען ס'קרעדיט קארד פאר זיך.. און נאך אסאך טובים ורבים כי אי אפשר לפרוטרוט כי רבים וטובים המה בשונאיהם, כ'מיין.. סאו.. נו וויגייטעס... הא, המה כרעו ולא נפלו ואנחנו קמנו וטאנצנו ושפרינגענו!

דער באשעפער זאל ענק באצאלן מיט שמחה און השפעות פון גראס ביז קליין! זעהן רחמים חסדים ובכל אשר יפנו ישכילו ויצליחו מיט אלע השפעות טובות וימלא ה' משאלו לבם לטובה אמן!

- - -

אצינד פארן לויפן ווייטער, עמיר מכבד זיין מיט אפאר קאכעדיגע קורצע דיבורים דעם הרב @מתמיד, וואס איז געווען שטארק אינוואלד פונ'עם סידי.

העלא, מתמיד?... מתמיד!??... איינער האט געזעהן מאס.. הא! ער איז דא, שעם דיך נישט ווייל ס'וועט דיר נישט העלפן...

פתח פיך ויאירו ישנים משנתם!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5086
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט טריפל סידי: 'לבקש רחמים' 'מזמור לתודה' 'א חידוש' - ר' יואלי קליין ר' ישעי' גראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ברשות מורי ורבותי וכו'

''מזמור לתודה''אז איך האב געהאט א חלק אין ''א חידוש''אשר לו היתה כמונו ברחבי אייוועלט.. ימלא פי תפארתך אז אונז זעמיר נאר מעלין בקודש און נאך דעם גרויסן אפקלאנג פון דעם פאריגן ערשטמאליגן דאבל אלבום זעמיר ארויף א שטאפל און דאס מאל שטעלן מיר ארויף דעם הערליכן טריפל אלבום!

בהאי חודש אדר א' וואס איז א בחינה פון שני חדשים הבאים כאחד ווי ס'שטייט שוין אין בין וכו' האמיר דא דעם בא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם דעם געדריפלטן אלבום פון די שני אנשים הבאים כאחד די צוויי וואס ווען זעצען זיך צוזמען פליט באמבעס.. הלא הם ''יואלי קליין'' מיט ''ישעי גראס'' וואס כ'מיין אז ס'איז איבריג צו ארויסברענגען וואס זיי האבן אלס צוגעברענגט צום היימישן נגינה וועלט, די אלבום זינגט סאך מער פון טויזענט ווערטער..

און דא איז דער פלאץ צו ארויסברענגען מיין איבערגענומענקייט פון די שני ניקים הבאים כאחד הלא הם ''נאר מיט שמחה'' ואתו עמו ''א שרייבערל'' וואס מיטהאלטענדיג פון די נאנט וויפל ארבעט די צוויי האבן אריינגעלייגט אין די אלבומ'ס און אין אלע אנדערע אלבומ'ס קען איך פשוט זאגן אז וויפיל כ'וועל זאגן וועט נישט זיין גענוג ממילא וועל איך טאקע נישט זאגן בבחינת ''כל המוסיף גורע'', זאל זיי די אייבערשטער באצאלן מיט כל מילי דמיטב בכפלי כפליים.

און אוודאי און אוודאי אזא אלבום וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער דארף האבן א בילד וואס רעדט מער פון טויזענט ווערטער. דאסמאל איז אריינגעקומען א נייע כוכב אין די האוז מיטן נאמען @ענדע צדיק וואס מיט זיינע כשרונות הברוכים האט ער אפגעמאלן אן הערליכע ביכל, כאשר תחזינה עיניכם.
און לאמיר נישט פארגעסן פונעם טאלאנטפולן ניק @איינס וואס שטייט שוין צוהילף זייט אנפאנג פון די אלבום פראיעקטן און דאסמאל האט ער אונז נאכמאל נישט אנטוישט מיט הערליכע קאווער'ס ווי ס'פאסט פאר אזאנע אלבומ'ס!
זכות הרבים זאל יעדן ביישטיין בזה ובבא.

און איך גארטל מיר אן ''לבקש רחמים''אז די עולם זאל טאקע הנאה האבן און אונז זאל מיר האבן די כוחות צו גיין ווייטער מעלה מעלה צו ברענגען נאך און נאך ערליכע און חסידישע נגינה להנאת הציבור און ס'זאל ברענגען די ריכטיגע שמחה און די ריכטיגע התעוררות און ס'זאל מקוים ווערן די פסוק והיה כנגן המנגן ותהי עליו יד ה'!
לעצט פארראכטן דורך Masmid אום זונטאג פעברואר 20, 2022 4:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט טריפל סידי: 'לבקש רחמים' 'מזמור לתודה' 'א חידוש' - ר' יואלי קליין ר' ישעי' גראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואף! דברים היוצאים מהלב נכסים צאן ברזל!

צום ווינטל.

אצינד, עמיר מכבד זיין מרן שרייבערל מיט זיין פורים תורה, און דערצו ווערט ער ארויסלייגן דעם הערליכן טריפל סידי בפני קהל ועדה, וירא הקהל ויבוש!

שרייבערל... איימעניט.. די עסקנים ווערן געבעטן איהם העלפן צו שלעפן די שווערע טויזנטע דרייעריגע סידיס. מבשרך אל תתמהמה!

שרייבערל. רעד. ניין, שריי. פליז. יעצט. טענקס.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג פעברואר 20, 2022 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אייוועלט פרעזענטירט טריפל סידי: 'לבקש רחמים' 'מזמור לתודה' 'א חידוש' - ר' יואלי קליין ר' ישעי' גראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

ס'קוקט שוין אויס באלד ווי א שבע ברכות איין דרשה נאכן אנדערן און קיינער קען נישט קומען צום ווארט כ'מיין צום סידי...
איז לאמיר ערשט אנהייבן מיט די באקאנטע וועלטס ווערטל 'לא לדרשה קאתינא' כ'קום דא בלויז ארויסלייגן דריי סידי'ס צוזאמגענומען פון פילצאליגע סינגעלס פון די באקאנטע צוויי יואלי קליין שייע גראס, ניגונים וואס זיי האבן ארויסגעגעבן במשך די יארן.
איז אזוי ווי זיי האבן ארויסגעגעבן גאר אסאך ניגונים פון אלע סארטן, האט מען איינגעטיילט די ניגונים אין דריי

די ערשטע סידי ווערט אנגערופן מיטן נאמען 'לבקש רחמים' די ניגונים אין דעם אלבוים סיי די לעבעדיגע און סיי די שטייטע רעדן זיך פון רחמים און רחמנות, ניגונים פון בקשה און תפלה גוט זיך אויסצוגעבן דערויף אין יעדע מצב.

די צווייטע סידי מיטן נאמען 'מזמור לתודה' איז א לעבעדיגע סידי צוועלף ניגוני שמחה מיט א 'קליין' פרישקייט געאייגנט אנצוצינדען פורים און א גאנץ יאר ווען נאר מ'דארף אז א חיצוניות'דיגע פרישקייט זאל אנצינדן די פנימיות'דיגע געפילן.

און די דריטע סידי 'א חידוש' קומט אריין קלאר און איז מכריע ביניהם מיט די חידוש וואס יואלי קליין שטעלט אהער מיט זיינע לידער, א געמיש פון עטליכע סארט, די סדר הניגונים זענען פונקט ווי אין א אפיציעלע סידי, שטייטע און לעבעדיגע צו הנאה האבן דערפון אין סיי וועלכע זמן.

כ'גלייב אז מאנכע ווי נאר זיי הערן דעם נאמען יואלי & שייע קומט באלד ארויף די הסתרה ניגון און דא ענדיגט זיך עס.
אבער נאכן זעהן די ליסטע ניגונים פון דעי דריי אלבוים'ס וועט זיכער אנטפלעקט ווערן ניגונים וואס מ'האט קיינמאל נישט געזעהן און געהערט בעפאר
ניגונים וואס זיי האבן אליינס ארויסגעגעבן אדער וואס אנדערע זינגערס האבן ארויסגעגעבן און גענומען יואלי אלס גאסט זינגער, איז דעריבער לוינט זיך צו נעמען א שאנס און אויסהערן די דריי סידי'ס עס לאזן לויפן אינעם אויער און ס'וועט זיכער זיין ניגונים וואס וועט זיין ניי פארן אויער.

און פאר איך שענק די אלבוים'ס וויל איך ארויסשרייבן די נאמען פון דער בריח התיכון פון אלע אייוועלט סידי'ס א ניק וואס לייגט זיך נישט שלאפן פאר ער איז משמח און מהנה אנדערע, זיין נאמען וועל איך שרייבן אין קליין צו ווייזן אז וויפיל ער טוט נאר וועט ער נישט נעמען קרעדיט פאר זיך
הלא הוא 'נאר מיט שמחה' ובלשון חיבה 'נמ"ש'
וואס כשמו כן הוא איינער וואס מאכט זיכער אז די ארומיגע זענען ארומגענומען נאר מיט שמחה, און דאסמאל איז עס אין א פארמאט פון דריי סידי'ס וואס וועט אייך האפענטליך ברענגן נאר שמחה!

און א עקסטערן דאנק וויל איך אפגעבן פאר הרב @איינס וואס אין זיין גאר פארנומענע צייט האט ער עספיעט אהערצושטעלן די הערליכע קאווערס און די בוקלעט האט ער איבערגעגעבן פאר א צווייטן צדיק מיטן נאמען @ץ, אז ער זאל אויכעט קענען האבן א חלק אין דעי געוואלדיגע ארבעט, ואין המלאכה נקראת וכו'...

ערשטע סידי

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: לבקש רחמים - ר' יואל קליין & ר' ישעי' גראס [/align]



צווייטע סידי

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: מזמור לתודה - ר' יואל קליין & ר' ישעי' גראס [/align]



דריטע סידי

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: א חידוש - ר' יואל קליין & ר' ישעי' גראס [/align]



[align=center] יואלי קליין & ישעי' גראס טריפל סידי בוקלעטס
[/align]
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום זונטאג פעברואר 20, 2022 10:49 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)