עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

פיקליש
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:58 am
דרייען זיך דא ערוואקסענע אויך אדער נאר קינדער מיט בחורים? איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא. מילא קינדער צעלאכן זיך, מאכט זיך. ס'נישט באטעמט ספעציעל ווען די טאטע וואלט געוואלט פירן אן ערנסטע סדר (נישט אנגעצויגן) ווייל ער האט געזעהן אין א ספר אדער געהערט ביים שבת הגדול דרשה אז פסח ביינאכט קען מען אריינגעבן אמונה, און בכלל מחנך זיין די קינדער, ס'איז א סדר אויף אגאנץ יאר, און די אלע זאכן וואס מ'איז געוואינט צו הערן. און די טאטע גרייט זיך נעבעך, פארגעקיקט אפאר תורות נאכצוזאגן, ובפרט טאמער האט ער אן איידעם דארט. ער האט זיך שוין אויסגע'משל'ט וויאזוי די סדר וועט אויסקוקן ווען ער וועט זאגן וועלכע תורה, און ווי יעדער וועט אים אויסהערן, און דא טראך, ס'פלאצט אויס א געלעכטער.

איך אליין פארשטיי נישט צו די אלע זאכן; די אטמאספער ביים סדר איז מער ווייניגער ווי יעדע יום טוב סעודה. יעדע שבת/יום טוב איז א בחינה פון וגילו ברעדה. מ'איז גוט אויפגעלייגט אבער ערענסט. און טאמער א קינד מאכט זיך נער'יש ווייסט מען צו איגנארירן. די טאטע קען שטעלן דעם טאן ווען ער איז רעאליסטיש און מיינט עס ערענסט. זייער וויכטיג איז נישט צו פעניען, נאר זעהן אז זאכן זאלן פארן. די זאגן לאנגע תורות הרג'ט אלעס אוועק.

טוט זיך א בין הזמנים שטימונג דא...
(און אויפן גאנצן וועלטעל)
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אלס בוחר איז פאר מײן ברידער אײנמאל ארײן א דזשאק אין קאפ אין אײן שבת בשעת כ׳האב געמאכט קודיש (כ׳האב יעדע װאך געמאכט קודיש מיט ציגעמאכטע אױגן אלס ערנסקײט) האט ער גענימען א שטרוי אין אױסגעטרינקען די גאנצע אינהאלט אין אט פון די עפעזאד דערמאנט זיך די משפחה יעדע׳ס יאר בײם סדר בײ קודיש אין......
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דינסטאג מארטש 28, 2023 12:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אחיעזר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:19 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחיעזר »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 8:58 am
דרייען זיך דא ערוואקסענע אויך אדער נאר קינדער מיט בחורים? איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא. מילא קינדער צעלאכן זיך, מאכט זיך. ס'נישט באטעמט ספעציעל ווען די טאטע וואלט געוואלט פירן אן ערנסטע סדר (נישט אנגעצויגן) ווייל ער האט געזעהן אין א ספר אדער געהערט ביים שבת הגדול דרשה אז פסח ביינאכט קען מען אריינגעבן אמונה, און בכלל מחנך זיין די קינדער, ס'איז א סדר אויף אגאנץ יאר, און די אלע זאכן וואס מ'איז געוואינט צו הערן. און די טאטע גרייט זיך נעבעך, פארגעקיקט אפאר תורות נאכצוזאגן, ובפרט טאמער האט ער אן איידעם דארט. ער האט זיך שוין אויסגע'משל'ט וויאזוי די סדר וועט אויסקוקן ווען ער וועט זאגן וועלכע תורה, און ווי יעדער וועט אים אויסהערן, און דא טראך, ס'פלאצט אויס א געלעכטער.

איך אליין פארשטיי נישט צו די אלע זאכן; די אטמאספער ביים סדר איז מער ווייניגער ווי יעדע יום טוב סעודה. יעדע שבת/יום טוב איז א בחינה פון וגילו ברעדה. מ'איז גוט אויפגעלייגט אבער ערענסט. און טאמער א קינד מאכט זיך נער'יש ווייסט מען צו איגנארירן. די טאטע קען שטעלן דעם טאן ווען ער איז רעאליסטיש און מיינט עס ערענסט. זייער וויכטיג איז נישט צו פעניען, נאר זעהן אז זאכן זאלן פארן. די זאגן לאנגע תורות הרג'ט אלעס אוועק.
מהאט שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט אינעם אשכול אז ווער ספארשטייט נישט פארשטייט נישט און זאלסט בעסער נישט פראבירן צו פארשטיין
פארפאלן איר זענט געקנויטען פון אן אנדערע טייג
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7614
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

איז אזוי, קודם א דאנק פארן פותח פארן עפענען דעם נושא און מיט דעם פשוט מודיע זיין פאר אסאך מענטשן אז זיי זענען נישט די איינציגסטע! איך פערזענליך האב ב"ה נישט דעם פראבלעם אבער ביי מיין טאטע אין שטוב פלעגן די מיידלעך לאכן זייער שטארק, הגם מיין טאטע האט קיינמאל נישט מיטגעלאכט, אבער כ'פלעג מיך פילן גאר מאדנע דערוועגן און בפרט ווען די איידעמער זענען דארט געווען האב איך מיך געוואלט פארשטעקן פאר בושה. און יעצט ווער איך - און נאך אסאך אידן - געוואויר אז אסאך מענטשן ליידן דערפון.

און יעצט א ווארט צו התחברות און אנדערע וואס האבן זיך אויסגעדרוקט אויפן זעלבן שטייגער
התחברות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:01 pm

אשכול אלערט ר״ה תשפ״ד:
וואס טוט מען, עמוירזשענסי!

אונזער גאנצע מנין שיסט אויס פאר געלעכטער ביי די תקיעות. בעיקר ביי די תרועה הייבט איינער אויף מיין באנק אן שטארק צו לאכן, און יעדער נעמט זיך לאכן אויפן קול. זאל מען זיך שלאגן מיט זיי, צו לאזן געמאכט.

ביי תקיעה גדולה שיסט די גאנצע ס׳מעדריש פאר געלעכטער, ס׳איז אביסל פאני, אבער מ׳מעג דאך זיין בשמחה, ניין?
🛑סטאפ די העיט ביטע!

דאנק דעם אויבערשטן אז דו פארשטייסט נישט דעם פראבלעם און קום נישט דא אריין טרייבן לצנות פון די פילע אידן וועלכע מוטשענען זיך דערמיט.

בתקוה להבנה.
גוט מארגן אמעריקע!
אחיעזר
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:19 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחיעזר »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:01 am
איז אזוי,

און יעצט א ווארט צו התחברות און אנדערע וואס האבן זיך אויסגעדרוקט אויפן זעלבן שטייגער
התחברות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:01 pm

אשכול אלערט ר״ה תשפ״ד:
וואס טוט מען, עמוירזשענסי!

אונזער גאנצע מנין שיסט אויס פאר געלעכטער ביי די תקיעות. בעיקר ביי די תרועה הייבט איינער אויף מיין באנק אן שטארק צו לאכן, און יעדער נעמט זיך לאכן אויפן קול. זאל מען זיך שלאגן מיט זיי, צו לאזן געמאכט.

ביי תקיעה גדולה שיסט די גאנצע ס׳מעדריש פאר געלעכטער, ס׳איז אביסל פאני, אבער מ׳מעג דאך זיין בשמחה, ניין?
🛑סטאפ די העיט ביטע!

דאנק דעם אויבערשטן אז דו פארשטייסט נישט דעם פראבלעם און קום נישט דא אריין טרייבן לצנות פון די פילע אידן וועלכע מוטשענען זיך דערמיט.

בתקוה להבנה.
ווי זעהסטו העיט דא??? אלטס איינער ווי די וואס האט נישט די פראבלעם קענסטו בכלל נישט רילעיטען דערצו

פארוואס רופסטו דאס אן “מיטשענען” קיינער מיטשטעט זיך נישט מיט א פראבלעם וואס הייסט לאכן

וואס איך מיין ארויסצוברענגען, מאך עס נישט אזוי דערמאטיש איר דארפט זיך נישט פארשטעקן פאר בושות ווען אייערע געשוויסטער לאכן און סאיז נישט עק וועלט ווען מקומט ארויף דא אויפן וועלטעל און מ׳צונעמט עס אויף א הומאריסטישען אופן
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7614
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

לא זכיתי להבין.

איך פארשטיי יא דעם פראבלעם כאטש איך פערזענליך לייד נישט דערפון, אבער איך קען עס פון דער נאנט.

און ס'באדערט מיך אז ווען אידן זענען מטכס עצה וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט א געוויסע פראבלעם, קומט א דרויסנדיגער וואס וואונדערט זיך אז ס'עקזיסטירט בכלל אזא פראבלעם און טרייבט ליצנות פון די וואס האבן יא דעם פראבלעם.

איך ווייס נישט פון וועלכע דראמאטיש און עק וועלט דו רעדסט.
גוט מארגן אמעריקע!
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איז לאכן בײם סדר א פראבלעם?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

אן עצה בדוק ומנוסה איז צו וויסן מיט א זיכערקייט אז איך קען זיך איינהאלטן.
איך בין נישט יענער. אז יענער לאכט, מוז איך נישט לאכן.
א ראי' דערצו -וואס העלפט אויך ווען מ'טראכט דערפון בשעת נסיון השחוק-
די וועלט זאגט, א נער לאכט צו זיך אליין.
איז מיר מעולם שווער געווען, ווען צוויי מענטשן לאכן זענען זיי נישט נחשד אלס נערנים, פארוואס? ווייל זיי רעדן פון עפעס א גיט ווערטיל.
נו, דער יחיד האט זיך אויך דערמאנט פון א ווערטיל, פארוואס קומט אים דאס טיטול "נער"?
אלא מאי, א מענטש קען זיך איינהאלטן...
פראבירט עס אויס, און לאזט וויסן וויאזוי עס איז געווען..
נאך א נקודה, אפילו מ'לאכט איין מאל, נישט באדערן אז "מ'האט" געלאכט,עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. דאס וועט פראווענטן זיך צו קענען גובר זיין אויף דעם צווייטן מאל.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

abeg האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:49 am
איז לאכן בײם סדר א פראבלעם?
ביז ווי לאנג מ'מאכט עס פאר פראבלעם!
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װער קען מיך ארױסהעלפען מיט די פראבלעים פון עסען זיפ?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

תגובה דורך שמעון ישראל »

התחברות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:01 pm

אשכול אלערט ר״ה תשפ״ד:
וואס טוט מען, עמוירזשענסי!

אונזער גאנצע מנין שיסט אויס פאר געלעכטער ביי די תקיעות. בעיקר ביי די תרועה הייבט איינער אויף מיין באנק אן שטארק צו לאכן, און יעדער נעמט זיך לאכן אויפן קול. זאל מען זיך שלאגן מיט זיי, צו לאזן געמאכט.

ביי תקיעה גדולה שיסט די גאנצע ס׳מעדריש פאר געלעכטער, ס׳איז אביסל פאני, אבער מ׳מעג דאך זיין בשמחה, ניין?

עס איז נישט קיין ווערטל.

איך האב בייגעוואונט דעם ראש השנה ווי דער בעל תוקע האט נעבעך נישט געקענט קומען צום בלאז פאר בערך 15 מינוט, ביז א צווייטער האט אים איבערגענומען וואס האט ווייטער נישט געטויגט.....

ס'געווען מענטשן וואס זייער טלית האט געווייבערעיט....

סע האט מיר וויי געטון די מציאות.

און איך וויל דא טאקע מעורר זיין אז שופר-בלאזן דארף זיין טאקע אן ערליכער יוד, אבער ער מוז קענען בלאזן!
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נישט געליינט די גאנצע הין און צוריק, נאר זעענדיג די קעפל בינעך אריינגעלאפן דא… ביינונז פלעגט גיין הילכיגע געלעכטערס צומאל ממש אומאפשטעלבאר… מיין טאטע זז״ג פלעגט אנפאנג ווערן אנגעצויגן, ביזן אנערקענען אז עס איז עפעס מער ווי פארשטענדליך און מען האט געלאזט לויפן נאטורליך ביזן זאכן זענען געפאלן אין פלאץ.

ענדערש לאכן נאנסטאפ דורכאויס די גאנצע סדר ווי איין מאל נכשל ווערן אין כעס!
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5803
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

א אשכול פאר די וואס קומען אריין חוזק מאכן
viewtopic.php?t=61521
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

abeg האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:55 am
װער קען מיך ארױסהעלפען מיט די פראבלעים פון עסען זיפ?
זופ ביי א סעודה זייער נערמאל.

אבער אויב איינער עסט זופ אינמיטן צווייטן טאנץ ביי א חתונה איז עס א פראבלעם!

לאכן ביי די סדר אדער שלחן עורך זייער נערמאל.

אבער אויב נעמט זיך אויסשיסן אין א געלעכטער (אנע שום נערמאלע סיבה) אינמיטן קידוש און עסן מרור איז עס א פראבלעם וואס אסאך וגם אני בתוכם זענען געשלאגן.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

שמעון ישראל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 3:29 pm
abeg האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 3:26 pm
Oh yes,פראווענטן? אױב עפעס ברױכט מען מוסיף זײן
לכאורה כאפטסו נישט פון וואס מען רעדט, מען הייבט אן קידוש צוזאמען און פליצים בוםםם א נוקלארא געלעכטער קינד און קייט וואס עס איז ממש חלשות, און שטעל דיר פאר וויאזוי עס איז שוין ביי די קשיות...
כאפ נישט די פראלעם, שמייכל מיט, ס'איז טאקע זייער אינטערסאנט ווי יעדער מאכט קידוש! און געגאנגען ווייטער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:08 am
abeg האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 10:55 am
װער קען מיך ארױסהעלפען מיט די פראבלעים פון עסען זיפ?
זופ ביי א סעודה זייער נערמאל.

אבער אויב איינער עסט זופ אינמיטן צווייטן טאנץ ביי א חתונה איז עס א פראבלעם!

לאכן ביי די סדר אדער שלחן עורך זייער נערמאל.

אבער אויב נעמט זיך אויסשיסן אין א געלעכטער (אנע שום נערמאלע סיבה) אינמיטן קידוש און עסן מרור איז עס א פראבלעם וואס אסאך וגם אני בתוכם זענען געשלאגן.
אױב לאכן בײם סדר איז א פראבלעים דאן איז װײנען בײ א מצוה טאנץ אױך
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 7:16 pm
אליעזר קרויס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 6:52 pm
איך בין נייגעריג איז דעי אשכול א דשוק? אדער א עכטע פראבלעם?

פון איין זייט זעט אויס ווי די עולם שרייבט ערענסט פון א פראבלעם, פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך ווי א גר, איך האב קיינמאל נישט געזען אזא זאך... נישט ביי מיין טאטע, נישט ביי מיין שווער, און נישט ביי מיר, נישט ביים סדר אדער סיי ווען, ביטע ווער עס קען אויסקלארן....
יאפ ס'איז אמת.
כ'האב אבער נישט געוויסט ס'איז (ליידער) אזוי פאפולער.
כ'מיין די סיבה דערצו איז ווייל ס'הערשט א שטארקע ערנסטקייט וואס מ'איז נישט געוואינט נערמאל דערצו און מ'טוט זאכן ווי קידוש און זיך אנלאנען עסן מצות פונקט ווי עדאלטס מאכט זיך אלץ איינער וואס זאל אנהייבן לאכן פון עפעס א קליינע זאך. און כ''ש ווען ס'איז א גרויסע משפחה אלע עידזשעס און ווען איינער הייבט אן לאכן אינמיטן די ערנסטע צייט און פון די אנדערע זייט איז עס אויך א שמחה'דיגע צייט די משפחה צוזאמען א יו''ט'דיגע מאמענט קומט עס ארויס מיט לאכן.
פארגעסן צוצולייגן נאך א נקודה ווייל יעדער איז דער סענטער ס'איז שטול און יעדער פילט ווי יעדער קוקט אדער באטראכט אים....

איינער האט פארשטאנען....?
זייער קלאר!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
התחברות
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

גראדע ווייס איך פון איין פעימאס ״סיידער״ ווי אלע מסובין לאכן; כאילו לא היה.

די ״סיידער צערעמאניע״ וואס פרעזידענט ביידען / טראמפ / אבאמא מאכן אין ווייסן הויז. דארט טוט זיך א לאכעריי. מסתם איז עפעס שטארק פאני דארט.

דארט איז מען אויך מקיים דעם אוכלים חמץ ומצה בשעת׳ן סיידער.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

א שאד פסח איז נאך פורים...

דער אשכול וואלט אזוי פיין געווען אין א חודש אדר'דיגע שטימונג.
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

איך כאפ מיר יעצט פון ווי די מנהג פון לאכן שטאמט.

פון ווען די צדיקים האבן זיך אינטערגעהערט ביי די עמרצים, און סהאט געקאסט א שמייכל.....
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 11:00 am
נישט געליינט די גאנצע הין און צוריק, נאר זעענדיג די קעפל בינעך אריינגעלאפן דא… ביינונז פלעגט גיין הילכיגע געלעכטערס צומאל ממש אומאפשטעלבאר… מיין טאטע זז״ג פלעגט אנפאנג ווערן אנגעצויגן, ביזן אנערקענען אז עס איז עפעס מער ווי פארשטענדליך און מען האט געלאזט לויפן נאטורליך ביזן זאכן זענען געפאלן אין פלאץ.

ענדערש לאכן נאנסטאפ דורכאויס די גאנצע סדר ווי איין מאל נכשל ווערן אין כעס!
הייליג
ענדערש לאכן נאנסטאפ דורכאויס די גאנצע סדר ווי איין מאל נכשל ווערן אין כעס!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5803
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

התחברות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 8:01 pm

אשכול אלערט ר״ה תשפ״ד:
וואס טוט מען, עמוירזשענסי!

אונזער גאנצע מנין שיסט אויס פאר געלעכטער ביי די תקיעות. בעיקר ביי די תרועה הייבט איינער אויף מיין באנק אן שטארק צו לאכן, און יעדער נעמט זיך לאכן אויפן קול. זאל מען זיך שלאגן מיט זיי, צו לאזן געמאכט.

ביי תקיעה גדולה שיסט די גאנצע ס׳מעדריש פאר געלעכטער, ס׳איז אביסל פאני, אבער מ׳מעג דאך זיין בשמחה, ניין?
שוין דא
viewtopic.php?t=30539
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן דאס עפענוג פון די שפאגעל נייע ארגענעזעישן פאר לאכן ליידענע, מיטן נאמען

"ש'לך לח'מך"

וואס עס וועט שטיין צוהילף פאר אלע נויט באטרעפענע

אי"ה קומענדיגע פרשת בשלח וועט פארקומען דעם ריזיגען צענטראלע שבת התוודות
ווי עס וועלין זיך באטייליגן גרויסע פראפעשינעלס וואס וועלן אראפשטעלן א קלארע מהלך החיים

פאר מער פרעגט מיר און אישי
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פילינגס האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 12:01 pm
מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן דאס עפענוג פון די שפאגעל נייע ארגענעזעישן פאר לאכן ליידענע, מיטן נאמען

"ש'לך לח'מך"

וואס עס וועט שטיין צוהילף פאר אלע נויט באטרעפענע

אי"ה קומענדיגע פרשת בשלח וועט פארקומען דעם ריזיגען צענטראלע שבת התוודות
ווי עס וועלין זיך באטייליגן גרויסע פראפעשינעלס וואס וועלן אראפשטעלן א קלארע מהלך החיים

פאר מער פרעגט מיר און אישי
כהאף די בעלי דרשנים וועלן קענען קומען צום ווארט פון גריוס געלעכטער
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: לאכן ביים סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

אליעזר קרויס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 6:52 pm
איך בין נייגעריג איז דעי אשכול א דשוק? אדער א עכטע פראבלעם?

פון איין זייט זעט אויס ווי די עולם שרייבט ערענסט פון א פראבלעם, פון די אנדערע זייט שפיר איך זיך ווי א גר, איך האב קיינמאל נישט געזען אזא זאך... נישט ביי מיין טאטע, נישט ביי מיין שווער, און נישט ביי מיר, נישט ביים סדר אדער סיי ווען, ביטע ווער עס קען אויסקלארן....
איך ווייס שוין וואס דיין קומענדיגע טאפיק אויף ק"מ גייט זיין...
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”