עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

אוי אידאס אן אשכול... האבעך נישט געוואוסט אז ס'א געהעריגע זאך, כ'האב געמיינט אז כ'בין דער איינציקער מיט דעם. אלס קינד/בחור האב איך שרעקליך געליטן דערויף, היינט איז שוין סאך בעסער, אבער ס'קען נאך אלס פאסירן, בעיקר אויב איך בין אויווער טייערד, אדער איינער פונקט געט א בלינק מיט די אויגן וכדומה.

איך האב איינע פון מיינע זון ליידט אויך דערפון געפערליך... האבנדיג זיך געלערנט אויף די אייגענע ביינער וואס דאס מיינט, האב איך געזאגט פאר זיין מלמד איין יאר אז איך וועל אים נישט זאגן קיינע דיעות וואס צו טון אויב ס'פאסירט, אבער ער זאל וויסן אז אויב ער נעמט זיך לאכן פונקט ווען ס'דארף זיין די הויכפונקט פון ערנסטקייט אינמיטן קלאס, זאל ער וויסן אז ס'קומט נישט פון שלעכטקייט אדער פארנאכלעסיקטקייט. ס'איז עפעס וואס ער קען נישט קאנטראלירן.

זאגט מיר די מלמד, נאך א מזל די זאגסט מיר עס, ווייל איך אלס קינד האב אויך געליטן דערפון אין איך ווייס אויך וואס דאס מיינט...

בקיצור. יא גערעכט נישט גערעכט. אלס גוט אז מ'קען לאכן ב"ה
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

כ'וואלט געזאגט אז ביים סדר נאכט ביי קידוש איז עס א לאסט קעיס, אבער סתם אזוי קען מען גרינגער קאנווערטן די מחשבות.
כ'בין ביזי
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

אויווי.. עס קומט שוין תשעה באב איך גיי אריין וואקן און בית מדרש, טרעפן מיינע חברים מיט די ערענסטע פענימער וואקן מיר אריבער מיט א שטארק איינגעהאלטנע שמייכל, איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן....
פארדעם אליינס דארף משיח קומען...
א שווערע פעקל מיינט נישט אז עס טראגט אסאך וואג, אסאך וואג איז שווער צו טראגן
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פארגעס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:37 pm
אויווי.. עס קומט שוין תשעה באב איך גיי אריין וואקן און בית מדרש, טרעפן מיינע חברים מיט די ערענסטע פענימער וואקן מיר אריבער מיט א שטארק איינגעהאלטנע שמייכל, איך גיי מיך נישט קענען איינהאלטן....
פארדעם אליינס דארף משיח קומען...
פלאץ אויס ושלום על ישראל
בני לוי
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:46 pm

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני לוי »

אין שול מילא, אינדערהיים ווען ס'שטיל און מ'זיצט אפגעטיילט בשעת'ן עסן די אייער אין אש, דעמאלטס דארף מען רחמי שמים.
איי די וועלט איז א שמאלער בריק און דער עיקר און דער עיקר נישט דערשרעקן זיך
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

וואונדערליך!

איך האב געעפענט די אשכול פאר בערך 2 1/2 יאהר צוריק, און זייט דעמאלט נישט באמערקט וואס דא טוט זיך, אזויפיל תגובות מיט אידן וואס זענען אין לאכן דיסארדער...

איך האב שוין זייט דעמאלט געהערט אין ביהמ"ד נאך און נאך אידן וואס גייען דאס אדורך...

ברוך ה' אבי נישט קיין וויינען דיסארדער.

אבער ווען א אינגל אין חדר כאפט א פסק פון מנהל און די מצב איז גאר ערנסט, און דער אינגל פלאצט אויס פאר געלעכטער, מחמת די דיסארדער, אך איו וויי פאר דעם חוצפה'דיג קינד....
אוי גייט ער כאפן פאר'ן לאכן "די לאכסט נאך אויך!..."
ווער עס פארשטייט, פארשטייט...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”