Re: עצות קעגן לאכן אין ערנסטע מאמענטן
איך בין נישט געווען קיין טעראפיסט אבער געהאט ענליכע מצבים ווען איך בין געווען אינגער, די בעפרשטייענדע פארמאליטעטן און די געוויינען וואס גייען קומען פון די ארומיגע (בעיקר פון די עזרת נשים) פלעגן ארויפצווינגען א שמייכל.בלוט בלבול האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 28, 2023 6:52 pmמאדנע. ליגט מיר נאך אין קאפ ביז יעצט ווען אלס בחור האט מיר מיין טאטע אין אן ערנסטן שטימונג דערציילט אז מיין מומע איז אוועק, און כ'האזעך פשוט גענומען שמייכלען. ער פרעגט מיר שאקירט "ס'קומט דיר צו לאכן?" און כאמער געוואלט פארשטעקן...
טעראפיסטן געבעטן צו מסבר'ן.
כ'האב עס געקאנט האבן אביסל אלץ קינד ווען כ'האב געדארפט גיין צום מנהל'ס אפיס.... איך פלעג שמייכלען פון טראכטן וואס ער שפירט איצט אלץ מנהל איבער א קליינע אומבהאלפענע אינגל, און דער שרייט נאך צו מיר: "דו לאכסט נאך???".
לאך איך דען? ס'לאכטס זיך פון זיך אליין.
אוואו נאר דער קאנטשיק האט זיך ארויסבאקומען פונעם לעדל און זיך געשטעלט אויפן טיש קעגן מיין געזיכט זענען די שמייכלען מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן וואס זאגטס אונז אלע אז ס'איז שוין איינמאל דא א סאלושן צום לאכן-פראבלעם.
דער אויבעשטער זאל אונז אלע באהיטן.