גערשי אורי - זינגער
לעצטענס האט זיך גערשי צוזאמגעפארט מיט לאנגיאריגן פראדוצירער און אראנדזשירער נפתלי משה שניצלער און מיט זייערער שעפערישע מוזיקאלישע קעפ קומען זיי אויף מיט פרישע געדאנקען צו ברענגען שיינע און רייכע מוזיק צו כלל ישראל.
אי''ה דעם מוצאי שבת הייבן זיי אן מיט א נייע פראיעקט פון קאווערס פון אלטע ניגונים, דהיינו יעדע מוצאי שבת גייט ארויסקומען א ווידיא פון גערשי וואו ער זינגט אפ אן אלטע ניגון און ער מיט נפתלי משה אויפן פיאנו לייגן צו זייערע רייכע און מוזיקאלישע טוויסטס.. דעם מוצאי שבת הייבן זיי אן מיטן ניגון ''אמן על הילדים'' וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך חנן בן ארי און אזוי האפן זיי צו גיין ווייטער און ווייטער,
דא האט איר א שטיקל פראמא פונעם ווידיא
https://drive.google.com/file/d/10Xo4OS ... p=drivesdk