איך האב זייער ליב די גאנצע סצענע, אבער מיר פערזענליך שמעקט נישט די קינצלערייען... איך האב מער ליב ווען א ניגון ווערט געזינגען גראד פראפעסיאנאל אראפ ווי עס דארף צו זיין. די ישראלים גראדע האבן זיך צולאזט אויף ׳אמן על הילדים׳ פון אים, און כ׳האב ערגעצוואו געזען א שמועס צווישן עטליכע חילונים ווי מען רימט אויס דעם נייעם חרדי׳שן זינגער ׳אורי גרשי׳ אז ער זינגט בעסער ווי די ארגינעלע.