Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
ריכטיג.כעלעמערחכם האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 02, 2024 12:34 pmאינמיטן די יאר פארט עס געווענליך גאנץ פיין אבער ר"ה דארף מען זיך רישן אויף אלעס, אפי' 7 שעה!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ריכטיג.כעלעמערחכם האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 02, 2024 12:34 pmאינמיטן די יאר פארט עס געווענליך גאנץ פיין אבער ר"ה דארף מען זיך רישן אויף אלעס, אפי' 7 שעה!
מאלדאווע
נישט מעגליך צי ווייסן פאר ראש השנה אבער א גאנץ יאר איז זיכער שנעלער מאלדאווע דורך פאלאנקא גרעניץ בערך 6-7 שעה ריישע נעמט כאטשיג 10-11
יא לעקטעריק, נישט לעקטעריק, גיימיר פארן צום הייליגן רבי'ן!אנפין נהירין האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 24, 2024 12:58 pmFrom jd media email
זארג אין בעפארברייטונג צו יו"ט ר"ה איבער די געצוימטע עלעקטריק צושטאנד אין אומאן
אוקריינע - עסקנים אין אומאן ארבעטן אין די טעג צו טרעפן א לעזונג פאר א פראבלעם צו קענען פארזיכערן פולקאמע עלעקטריק אין די טעג פון דעם קומענדיגע ראש השנה, צוליב דעם וואס די לעצטע פאר חדשים איז די עלעקטריק סיסטעם אין לאנד צופארן מיט קורצשלוסן עטליכע מאל א טאג וועגן די מלחמה צושטאנד מיט רוסלאנד, און דער גרויסער קיבוץ פון רבבות אידן וואס וועלן קומען צו פארן לכבוד ראש השנה וועט נישט קענען אנגיין מיט די תפילות און סעודות אינדערצייט וואס די עלעקטריק צושטאנד איז גענצליך נישט מסודר און הענגט אויף א האר.
די לאקאלע אידישע קהילה פארמאגט א צאל דזשענערעיטארס אבער עס איז ווייט פון גענוג צו קענען צושטעלן די נויטיגע עלעקטריק פאר די טויזנטער וואס קומען, עסקנים פון איחוד ברסלב ארבעטן מיט די אוטעריטעטן צו פארזיכערן אז זיי זאלן אויף עפעס א וועג באקומען א פארזיכערונג אז אומאן זאל געהעריג פארמאגן עלעקטריק כאטש פאר די טעג פון יום טוב ראש השנה.
בילד?שלמה מולכו האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:59 pmאיינער קען אפשר אריינקומען מיט אביסל הערכה ודברי הספד אויף דעם גר צדק פון ציון וואס איז אוועק?
יעדעס מאל כפלעג קומען צום ציון פלעג איך פשוט פארחלומט ווערן אויף דעם איד, אזא הדרת פנים, אויסגעטוען פון די וועלט מכל וכל, אפגעזיצן ביים ציון בייטאג אין ביינאכט, דארט געגעסן זיין באנענע צו וואס, דארט געשלאפן, און פשוט געזיצן און געדינט דעם אויבערשטן מיט א דביקות, ממש נישט פון די וועלט בכלל.
אויף מערכת ברסלב געווען א הערליכע אינעטרוויו פון ר' מנחם שמחה האס וועגן דעם גר זייער שיין אראפגעלייגט (איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוקומען צי עס אבער עס איז געווען בערך ט באב)שלמה מולכו האט געשריבן: ↑ זונטאג אוגוסט 11, 2024 11:59 pmאיינער קען אפשר אריינקומען מיט אביסל הערכה ודברי הספד אויף דעם גר צדק פון ציון וואס איז אוועק?
יעדעס מאל כפלעג קומען צום ציון פלעג איך פשוט פארחלומט ווערן אויף דעם איד, אזא הדרת פנים, אויסגעטוען פון די וועלט מכל וכל, אפגעזיצן ביים ציון בייטאג אין ביינאכט, דארט געגעסן זיין באנענע צו וואס, דארט געשלאפן, און פשוט געזיצן און געדינט דעם אויבערשטן מיט א דביקות, ממש נישט פון די וועלט בכלל.
איך מיין אז זיי קומען נישט למעשה מיט די משפחות,
איך פארשטיי נישט פארוואס מדנ"י דארף דא זיין אינוואלאווד?!פליישיג האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:07 pmדי פרעמיער מיניסטער'ס אפיס פון מאלדאווא האט אין א סטעיטמענט ערקלערט די באשלוס פון נישט צו באשטעטיגן טשארטער פלייטס פאר אידן קיין אומאן
ג' כי תצא פ״ד
אין די סטעיטמענט שרייבט זיין אפיס אז די באשלוס נישט צו באשטעטיגן די טשארטער פלייטס קומט וויבאלד מדינת ישראל איז נישט גרייט צו דעקן די קאסטן פון צושטעלן מער סערוויס ביים לופטפעלד צו קענען באהאנדלן אזויפיל מענטשען. די אפיס זאגט אז פאריגע יאר האט מדינת ישראל פארשפראכן עס צו צאלן, אבער מדינת ישראל איז נאך שולדיג געבליבן 700 טויזנט שקלים, און דעם יאר איז מדינת ישראל ניטאמאל גרייט צו געבן א פארשפרעכונג.
0:29
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/113183
איך האב יעצט געקוקט, די רעקארדינג איז געווען צו מכבד זיין די מנהג המקום, איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס מיינט,ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 9:11 amאיך מיין אז זיי קומען נישט למעשה מיט די משפחות,
נאך וואס די גדולי חסידי ברסלב האבן אים געשיקט א בריוו צו מכבד זיי מנהג וקדושת המקום און נישט קומען מיט די משפחות האט ער ארויסגעגעבן א רעקארדירונג נישט צו ברענגען פרויען און מיידלעך.