פארוואס זאגסטו אז מ'האט נישט מוחה געווען? מ'האט יא! וועגן די מקוה בינעך נישט אזוי באקאנט, עס איז אבער אינטערעסאנט אז די זעלבע וואס האבן געהאט א גרויסע יד אין די אנדערע פלעצער, וועלכע זענען קלאר א חלק פונעם ביה"ח, פירן אן דא אויך א מאסיווע קאמפיין צו פארשווייגן די גאנצע מעשה, הלא דבר הוא.
אנטשולדיגט. אבער ביי יענע בנין אויף פושקנה האט מען "נישט" מוחה געוועהן! און ביי די בנין אונטערן ציון האט מען אויך "נישט" מוחה געוועהן! ס'נישט געוועהן קיין בריוון און פאשקעווילן ביי די צוויי בנינים! און בד"וו אויב איינער קען זיך דערמאנען די מעשה פון די בריוו וואס הגה"צ ר' שמשון שווארץ זצ"ל האט "נישט" אינטערגעשריבן.....

מיין זיידע רבי שמשון האט זיך ”נישט” געבראכן צו זיי, און אויך ”נישט” באצאלט פאר זיי.
דא האסטע א חלק פון די מכתבים פון אלע גדולי ישראל. כ"ק מרן גאב"ד ירושלים זצוק"ל, כ"ק מרן הראב"ד שליט"א, חברי הבד"ץ עדה החרדית שליט"א, חברי הבד"ץ התאחדות הרבנים שליט"א, מנהיגי קהילות הקודש באר"י שליט"א, רבני קיהלות סאטמאר מהר"יי שליט"א, רבני קהילות סאטמאר מהר"א שליט"א, רבני ברסלב שליט"א, ושאר גדולי ישראל שליט"א מכל רחבי תבל.
פארוואס זאגסטו אז מ'האט נישט מוחה געווען? מ'האט יא! וועגן די מקוה בינעך נישט אזוי באקאנט, עס איז אבער אינטערעסאנט אז די זעלבע וואס האבן געהאט א גרויסע יד אין די אנדערע פלעצער, וועלכע זענען קלאר א חלק פונעם ביה"ח, פירן אן דא אויך א מאסיווע קאמפיין צו פארשווייגן די גאנצע מעשה, הלא דבר הוא.
אנטשולדיגט. אבער ביי יענע בנין אויף פושקנה האט מען "נישט" מוחה געוועהן! און ביי די בנין אונטערן ציון האט מען אויך "נישט" מוחה געוועהן! ס'נישט געוועהן קיין בריוון און פאשקעווילן ביי די צוויי בנינים! און בד"וו אויב איינער קען זיך דערמאנען די מעשה פון די בריוו וואס הגה"צ ר' שמשון שווארץ זצ"ל האט "נישט" אינטערגעשריבן.....
מיין זיידע רבי שמשון האט זיך ”נישט” געבראכן צו זיי, און אויך ”נישט” באצאלט פאר זיי.
איך ווייס נישט פונקטליך צו וואס איר באציט זיך וועגן נישט געבראכן און נישט געצאלט. וועגן די בוי ארבעט אויף די בילדינגס נאנט צום ציון געדענק איך אליין עטליכע גרעסערע מעמדי מחאה, אריינגערעכנט אויף כיכר פושקינא אין די טעג בעפאר ר"ה, מער ווי איין יאר, בהשתתפות אסאך רבני ברסלב (בראשות ר"מ קרעמער, רא"נ אנשין און נאך), וויאויך מערערע אסיפות און כינוסים סיי אין אמעריקא און סיי אין אר"י.
Clever code does not necessarily create clever Software
אין די טעג פון ה' ו' ז' תמוז פון יאר תקכ"ח - ארום 40 יאר פאר רבי נחמן'ס הסתלקות - איז פארגעקומען א שרעקליכע פאגראם אין אומאן דורך דעם רוצח גאנטע ימ"ש, וואס האט אויפגעשטעלט א חופה אינעם הויף פונעם שול מיט א שתי וערב, ווער עס האט דאס נישט געוואלט אונטערגיין, האט מען גע'הרג'עט מיט רציחות נוראות. איינער פון די אידן וואס האבן זיך אויסבאהאלטן אין א הייל נעבן אומאן, האט זוכה געווען צו באערדיגן די אידן וואס זענען געלעגן כדומן על פני השדה, און האט באערדיגט אן ערך פון 30 טויזנט קדושים אין צוויי ריזיגע גריבער אינעם בית החיים אין אומאן. נאכ'ן באערדיגן האט זיך דארט ערווארבן אזוי ווי צוויי בערג. רבי נחמן זייענדיג עטליכע יאר פאר זיין הסתלקות אין אומאן, האט ער געוויזן דורכ'ן פענסטער צווישן די צוויי בערג, און געזאגט אז דא איז גוט צו ליגן. א האלבע יאר פאר זיין הסתלקות האט ער זיך ארויבערגעצויגן וואוינען אין אומאן, כדי צו קענען דארט באערדיגט ווערן. נאך די הסתלקות האט די חברה קדישא אים געוואלט באערדיגן אינעם נייעם בית החיים, אבער רבי נתן האט דאך געוואוסט אז זיין רצון איז געווען צו ליגן דארט צווישן די צוויי בערג פון די קדושים, האט ער אינטערווענירט מיט אלע כוחות ביי די שטאט לייט, ביז ער האט מצליח געווען אויסצופירן זיין רבי'ס רצון, און מ'האט מקבר געווען רבי נחמן אין די פלאץ שאיוותה לו, וואו ער האט זיך אויסגעקליבן בחייו.
איצט לאמיר עס צונעמען: 1. די פערציג יאר פון תקכ"ח ביז ווען רבי נחמן האט זיך אהין געצויגן, איז זיכער געווען עטליכע יאר וואס די שטאט איז נישט געווען באוואוינט מיט אידן. 2. די סדר אמאל איז געווען אז מ'האט מקדש געווען א בית החיים ביי אן עק פון די שטאט. 3. א ביה"ח איז געווענליך א באקס. 4. עטליכע יאר צוריק ביים גרובן ביי אות ב' האט מען געטראפן געהעריגע קברים, - נישט פון די דרייסיג טויזענט קדושים, זיי זענען נטמן געווארן אין אן קבר אחים אביסל אהינצו אות ג'- האט מען געכאפט אז דאס וואס מ'האט אלע יארן געמיינט אז די גבול פון די ביה"ח איז ביז בילינסקי (אזוי זענען טאקע געווען די בילדער פון די מאפעס פון יארן פריערט) דערווייל גייט דאס ביז טשעלוסקינטסיוו גאס.
לויט ווי עס קוקט אויס האט מען געוואוינט, (ווען מ'קוקט אויף די מאפע) צו פארענט און צו לינקס פונעם בית החיים. און די בית החיים איז געווען ביי די עק פון די שטאט. אין די עטליכע יאר וואס עס איז נישט געווען אזוי באוואוינט פון אידן, האט מען אנגענומען אז די ביה"ח ענדיגט זיך ביי בילינסקי (בלויע באקס). (אין מיין הבנה האט די טעות שוין פאסירט נאך פאר רבי נחמן איז דארט נטמן געווארן, אנדערש שטימט נישט לכאורה די אלע בילדער פון די שפעטערע יארן.) לויט די עדות פון די אידן וואס האבן נאך געדענקט אומאן פאר די מלחמה איז די בית החיים אויך נאר געווען ביז בילינסקי.
למעשה האט מען אויסגעפונען אז די גאנצע רויטע באקס איז נאך אויך א חלק פון בית החיים. די סיבה פון דעם קען זיין אז די בילינסקי גאס איז אלעמאל געווען א גאס אינעם בית החיים וואס האט אפשר אפגעטיילט צווישן ניי און אלט, אדער סתם אז מ'זאל קענען אריינגיין דארט. אדער איז די גאס געווארן שפעטער נאך וואס מ'האט געקלערט אז דארט ענדיגט זיך דער בית החיים. ווי מ'זעט אין אסאך בתי חיים זענען זיי געווען אויף בערג, און גאנצע בילינסקי און פושקענא פון דארט ביז טשעלוסקינטסיוו איז טאקע נאך א בארג אראפ.
דאס איז זיכער אז די קדושים האט מען מטמין געווען דארט וואו עס איז אנגעצייכענט אויס ג'.
רבי נחמן האט געוויזן די בית החיים פון א פענסטער וואס מ'האט געקענט זען דעם בית החיים, וואס איז מסתבר אויף די לינקע זייט פון די בלויע באקס אות ד' וואס איז א בארג ארויף צום מארק.
אות א' זענען אלע בנינים וואס די קאמעניסטן האבן געבויעט אויפ'ן בית החיים עס אויסצורייסן.
דארט וואו עס איז דא די געלע באקסל, דארט איז לכאורה געווען די שער צום בית החיים. לויט געוויסע אנדייטונגען וואס איך האב געהערט גאנץ קראנט. אויב איז עס אמת, שטימט עס גאר גוט מיט'ן מציאות פון א בית החיים ביים עק פון שטאט. און דאס טוט אנדייטן אז ביז דארט איז געווען געהעריגע הייזער וואו מ'האט געוואוינט.
אומאן ביה''ח 2.JPG (93.31 KiB) געזען 3339 מאל
די נייע בית החיים איז היבש ארויפציר פון טשעלוסקינטסיוו גאס עס איז די זעלבע גאס, און הייסט וויזוואליטעליוו. דאס צייגט אז אין די יארן נאך תקכח, האט מען שוין אנגעהויבן וואוינען אויך צו די רעכטע זייט פונעם בית החיים, זינט די נייע בית החיים האט מען שוין אנגעהויבן צו נוצן נאך בחייו פון רבי נחמן.
אומאן ביה''ח 4.JPG (92.7 KiB) געזען 3339 מאל
ערשט האבן מיר אראפגעשטעלט די מציאות הדברים.
למעשה זענען דא אסאך פאליטיק אין אומאן בנוגע ווער עס זאל באלעבאטעווען אויפ'ן פלאץ, אן אריינגיין אין דעטאלן וואס איז נישט נוגע, איז אבער די מציאות אז עס איז דא א פאליטיק דערוועגן.
אין אומאן גופא, זענען אוודאי אלע מחאות געווען נאר אויף די גרובינגען וואס זענען פארגעקומען אין די שטח וואס איז פריער דערמאנט געווארן אלס אות ב', ווייל אלע אנדערע מערכות זענען שוין אינוואלווד אין פאליטיק.
ליידער מקצה המחנה זענען דא אזעלכע וואס מאכן א קוגל צווישן די אמת'ע בית החיים אין די כלומר'שטע צוגעקומענע, מיט צוויי אנדערע אינטערסען. צד א' ווילן קענען בויען אויף די פלאץ וואס מ'האט ממש געזען קברים, און זיי נעמען די כלומר'שטע אלס א ראי' אז די אלע מעוררים רעדן סתם אין די וועלט אריין. צד ב' נעמען די אמת'ע קברים און כדי צו קענען באלעבאטעווען אויפ'ן פלאץ נעמען זיי עס אלס א ראי' אז מ'ווייסט נישט וואו די גבולות זענען.
איצט די טענה פון@כעלעמערחכםאיז, היתכן דו קערסט עולם ומלואה אויף די כלומר'שטע צוגעקומענע קברים, בו בזמן אז דו פירסט נישט די מערכה מיט צד א' וואס גרובן ליידער געהעריג. אלע בריוון פון די רבנים וואס@מערכות הקודשברענגטדאאז ס'איז דא עדות פון א בית החיים רעדט מען טאקע פון די אמת'ע בית החיים וואס איז מחמת איזה סיבה פארזען געווארן שוין מער פון הונדערט יאר. אבער צד ב' מאכט איין גרויסע קוגל, און דאס וואס@כעלעמערחכםשרייעט אז מ'שרייעט וואלף וואלף הערט מען דיך שוין נישט אויס.