נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא
גאנץ כלל ישראל בכלל און ברסלב'ע חסידים בפרט, קוקן ארויס אויף די אנטוויקלונגען אין אוקריינע, נאכדעם וואס היינט דאנערשטאג ויקהל האט פוטין אנגעפאנגען א מאסיווע אפענסיווע איבער אוקריינע, ווי ס'האלט יעצט, זענען די לויפט רוימען אין אוקריינע פארשלאסן פאר ציווילע פליגער'ס, און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.
אין אוקריינע וואוינען בערך 200,0000 פון אחינו בני ישראל, יעדער איז מתפלל אז די קאנפליקט זאל חלילה נישט קאסטן אידישע קרבנות.
ביי חסידי ברסלב איז דא א זארג וואס ס'וועט זיין מיט'ן רבין'ס ראש השנה, ווער ווייסט ווילאנג די מלחמה וועט זיך ציען?
אפילו די מלחמה קומט צו א שנעלע ענדע, קען זיין אז די לופטפעלדער וועלן זיין צושמעטערט, וועט מען דארפן פארן קיין אומאן דורך די גרעניצן ארום אוקריינע מיט קאר'ן און באסעס.
דאס איז זיכער אז ס'וועט נישט זיין אזוי פשוט, חסידי ברסלב זענען מתפלל אז מ'זאל קענען פארן צום רבי'ן אן קיין מניעות.
צום באמערקען, דאס איז שוין די דריטע יאר אין א רייע וואס מ'ווייסט נישט וואס ס'וועט זיין מיט אומאן ראש השנה.
איך בעט די חשובע ציבור, מ'זאל נישט פארדרייען די אשכול מיט נארישקייטן.