נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Mintleaf
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 3:48 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mintleaf »

קרעמניצער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:23 pm
Mintleaf האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 5:10 pm
איינער מיט א לינק אדער ליין ווי מ'קען הערן הרב אנשין שליט"א'ס דרשה און ווי אויך ר' יואל ראטה?
קול ברסלב: 212-444-9191 דערנאך 2, 1, 9, 2, די לעצטע צוויי דרשות
ווי אויך די לעצטע אינגעלייט שיעור
און מערכת ברסלב: 646-585-2985 גיי צוריק צו פאריגע וואך, און עס איז דא סיי פון הרב אנשין, און אויכעט א שמועס צווישן צוויי חברים בנושא זה.
האסט א בעסערע מראה מקום? נאכאלץ נישט געטראפען
brachashalom
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 4:51 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך brachashalom »

ב"ה
לתועלת הרבים און צי צוריק באקימען עצות, טיפס און קאמענטארען ברענג איך דא א כראנאלאגיע פון אינזער נסיעה צום הייליגען רבי'ן
אנגעקימען אין ריישע מיטוואך אווענט ארויסגענימען א קאר..
געפארקט די קאר אין מעדיקא כעצתך
געווארט בערך א שעה און 20 מיניט ביי די גרעניץ
א מיני ווען האט איז אפגעווארט
געפארן גלייך קיין בעלזא בו בלילה פון די יארצייט
איבער געשלאפן דארט פאר $25 PP געוועו 9 מענטשען +א קינד מיט א חומש אזוי האמער ב"ה געהאט קרואת התורה ברכו וקדושה וכו'
ארויסגעפארן נאך א רייכע פרישטאג בערך 12 NOON צי פרעמישלאן
דאן סטרעליסק אין די 4-5 טעג םון די יארצייט
דאן יאמפעלע אין די 4 טעג םון די יארצייט פונם מגיד מזלאטשוב זי"ע געדאווענט מנחה און די שול המיוחס להנודע ביהדה זי"ע
דאן קיין מעזיבוז געדאווענט די אינטערשטע מעריב פון די יאר מיט מנין, די ציון הקודש קדשים בעש"ט הק וכו' און צוליב די קורפיו האבן מיר געזאגט סליחות זכור ברית אין מעזיבוז.
דאן ב"ה געפארן צי די נחל נובע מקור חכמה ב"ה אריין אן קיין עיכובים.
באצאלט פארן וועג און פארן האטעל פון דרייווער פאר ר"ה $1200.00
בחסדי השם א געהויבענע ראש השנה העעל"ט א שנה טובה ומבורכת בעז"ה
צום גדלי' בערך 10AM געפארן מיטן זעלבען דרייווער קיין ברעסלב
דערנאך קיין בארדיטשוב געטראפן א מנין דארט פאר מנחה אבער בשום אופן נישט געקענט עפענען די שול פאר קריאת התורה.
דערנאך קיין פולנאה
דערנאך שפיטיווקא
האניפאלי, פיינע הייסע מקוה איבערגעשלאפן פאר $10.00PP געדאווענט אין די הערליכע שוהל דארט
ארויסגעפארן יום ג' בערך 9:30AM קיין אוסטראה אויך געזען די מהרש"א'ס שוהל
דערנאך קיין סאסוב
דערנאך קיין זידטשויב געמאכט א הדלקה לכבוד התנא אלקי גדלו לד' אתי, געדאווענט מנחה
דערנאך קיין קאמארנע, געדאווענט מעריב
דערנאך ציריק צי די מעדיקא בארדער באצאלט פארן דרייווער $1150.00
אדורך ווייניגער פון א שעה ב"ה אויפגעפיקט די קאר
דאן קיין לאנצוט זיך מחי' געווען מיט די הכנסת אורחים דארט
דאן קיין ליזענסק
דאן קיין ווארשע
די פלאן איז געווען ארים ציפארן איבער פוילען מיט מייו קאר אבער למעשה זענען מיר געווען פיל לענגער און אוקריינע און בעז"ה עוד חזון למועד
זכותם הגדול של כל הצדיקים יגן בעדינו - ובעד כל ישראל אחינו - שימלאו לטובה כל משאלותינו - ונזכה לגאולתינו ופדות נפשינו.
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

ס'דא יעצט זייער ביליגע טיקעטס צו ווארשע דיירעקט אדער ריישא מיט א סטאפ

געוויסע טעג איז עס אזוי ביליג ווי 455 (אן א גרויסע רענצל) אויף די וועבזייטל פון לאט פויליש ערליינס

בכלל איז יעצט זייער א שטילע ביליגע סיזען צו פליען
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

קרעדיט: breslev center

אוקראינע טראכט פון צוריק עפענען באריספּיל לופטפעלד

ח טבת תשפ"ד📝

נעכטן דינסטאג אינדערפרי האבן די קיעווער איינוואוינער נעבן די באריספּיל לופטפעלד געזען א באואינג 777-300 פליגער זיך הייבן פונעם עירפארט, נאך גאנצע צוויי יאר וואס די לופטרוים אין אוקריינא איז גענצליך פארשלאסן צו קאמערציאלע לופט טראפיק צוליב די אנגייענדע מלחמה מיט רוסלאנד.

אויף די אנפראגע פון רעפארטער האט מר. אנדריי יערמאק דער ווארטזאגער פונעם אוקראינער פרעזינט ווילאדימיר זעלענסקי געזאגט אז זיי פלאנען בקרוב צוריק צו עפענען דעם לופטפעלד, און יעצט ארבעט מען אויס די לאגיסטישע און זיכערהייט מאסנאמען דערפאר. די פרעסע אפיס פון באריספיל לופטפעלד האט געזאגט אז די ליידיגע טעסט פליגער וואס מען האט יעצט געלזאט ארויספארן ווייזט אז די מצב איז זיכער און מען קען זיך ערלויבן צו עפענען דעם עירפארט נאכאמאל.

פאר אנשי שלומינו איז דאס נאר א דערמאנונג ווי שטארק מיר דארפן דאנקן דעם אויבערשטן אז טראץ די אלע שוועריקייטן וואס דאס קומען צום רבי'ן טראגט מיט זיך, ווען דער סמ"ך מ"ם לייגט זיך אין די לענג און אין די ברייט צו שטערן ערליכע אידן צו פאלגן דעם רבי'ן וואס האט געמאנט און געפאדערט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, דורך אלע מיטלן וואס ער קען. ער שיקט אונטער אידן מיט א מאנטל פון יראת שמים זאלן זאגן דרשות קעגן רבינ'ס ראש השנה, ער העצט אן משפחה זאלן שטערן מיט אלע מיני גוטע תירוצים, און בפרט אין די לעצטע צוויי יאר האט ער טרומפיאירט מיטן "מצב מלחמה" סלאגאן, און געשיקט שליחים פון אלע זייט וואס האבן פארגעהאלטן "אומאן איז נישט נישט ביהרג ואל יעבור", און "מען דארף זיין משוגע צו פארן צו א מלחמה זאנע", און מיט דעם אלעם האבן מיר זוכה געווען דאס און נאך אסאך איבער צו קומען נאך אסאך תפילה און סייעתא דשמיא. און פאר דעם אליינס דארפן מיר דאנקען און לויבן יעדן איינציגן טאג, און ארויסגיין אין א טענצל "א דאנק דיר באשעפער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה".

דערנאך דארף מען מתפלל זיין אויף ווייטער אז מען זאל קענען זיין ביים הייליגן רבין אויף קומענדיגן ראש השנה. מען דארף בעטן אז די נארישע זינלאזע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן און מען זאל קענען גרינגער שנעלער און ביליגער פארן קיין אומאן, און אז דעם רבינס אור זאל זיך פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה בב"א.
א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך:
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

איך פרעג נישט לקנטר, תורה הוא וללמוד אני צריך איך גלייב אין ווערטער פון צדיקים און כ'בין טיף ברוגז און אנטוישט ווען איינער שפעט אפ פון א צדיק. אפילו אויב מיין זיידע איז פונקט נישט געפארן צו דעם צדיק וועל איך חלילה נישטפ שפירן א דראנג עס אפצושפעטן. אדרבה, די מלגלגים זענען ביי מיר געווארן אפגעפרעגטע מענטשן, וואו וואגסטו זיך חוזק צו מאכן פון א צדיק
איך פרעג פשוט כ'האב ליב צו פארשטיין זאכן, איז דא א דרך הפשט אין די אומאן ראש השנה נסיעה? אויב איז עס אינגאנצן בדרך חוק קענען מיר עס אויך מקבל זיין איך בין נאר נייגעריג. אויך וואו דארף מען זיין אין שטאט? אדער בעצם ראש השנה על הקבר? קודם ראש השנה אצל הקבר וראש השנה בעיר?
ביטע נאר ענטפערן וואס איר ווייסט ממקור ברסלב נישט סתם ליצנות.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

תגובה דורך שלמה מולכו »

נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:26 pm

שוין דא א פארשפארטע אשכול דערויף ווי מטענה׳ט זיך וועגן דעם.

@יז בתמוז איז שיין מסביר די נושא פון א ברסלבע קוק ווינקל.

viewtopic.php?p=606032#p606032
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
Excalon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 3:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excalon »

פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:11 pm
קרעדיט: breslev center

אוקראינע טראכט פון צוריק עפענען באריספּיל לופטפעלד

ח טבת תשפ"ד📝

נעכטן דינטאג אינדערפרי האבן די קיעווער איינוואוינער נעבן די באריספּיל לופטפעלד געזען א באואינג 777-300 פליגער זיך הייבן פונעם עירפארט, נאך גאנצע צוויי יאר וואס די לופטרוים אין אוקריינא איז גענצליך פארשלאסן צו קאמערציאלע לופט טראפיק צוליב די אנגייענדע מלחמה מיט רוסלאנד.
ער שרייבט דא אז ס'איז שוין די פערטע זייט די אנהייב אינוואזיע
נקדימון האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:50 pm
דאס עפענען די באריספאל לופטפעלד נעבן קיעוו איז א געלונגענע און גאר שווערע אפעראציע. און א זיג פאר די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען

---
היינט איז ארויסגעפלויגן א ליידיגע פליגער פון באריספאל לופטפעלד. די פערדע פליגער זינט די אנהייב פון די אינוואזיע.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:26 pm
איך פרעג נישט לקנטר, תורה הוא וללמוד אני צריך איך גלייב אין ווערטער פון צדיקים און כ'בין טיף ברוגז און אנטוישט ווען איינער שפעט אפ פון א צדיק. אפילו אויב מיין זיידע איז פונקט נישט געפארן צו דעם צדיק וועל איך חלילה נישטפ שפירן א דראנג עס אפצושפעטן. אדרבה, די מלגלגים זענען ביי מיר געווארן אפגעפרעגטע מענטשן, וואו וואגסטו זיך חוזק צו מאכן פון א צדיק
איך פרעג פשוט כ'האב ליב צו פארשטיין זאכן, איז דא א דרך הפשט אין די אומאן ראש השנה נסיעה? אויב איז עס אינגאנצן בדרך חוק קענען מיר עס אויך מקבל זיין איך בין נאר נייגעריג. אויך וואו דארף מען זיין אין שטאט? אדער בעצם ראש השנה על הקבר? קודם ראש השנה אצל הקבר וראש השנה בעיר?
ביטע נאר ענטפערן וואס איר ווייסט ממקור ברסלב נישט סתם ליצנות.
ברענג אביסל מער ארויס דיין קשיא, בכלל פארן צו א צדיק במסי”נ אויף ר”ה? ווען ער לעבט נישט צו א קבר? א מקור פון ר’ נחמן אז מזאל קומען לאחר מותו?
עטרת חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4173
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

תגובה דורך עטרת חיים »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:35 am

ווייל צו פארן צו ר'שמעון אויף ל"ג בעומר (ווי אויך ר"ה ווען טויזענטער זענען דארטן) איז דא א מקור פון ר' שמעון אז מ'זאל קומען לאחר מותו?
אויף ראצפערט אויף יום הקדוש און מעזעביש אויף שבועות האסטו אויך פראגן?
הערט אויף מיט די נאנסענס. דער אשכול איז אויף צו אויסשמועסן נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא, נישט אויף שאלות ותשובות בנוגע ברסלב
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

@עטרת חיים איך מיין איר זענט עכט אינטערעסאנט, איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך בין צופרידן אן קיין שום טעם. איך בין פלעין נייגעריג, איך רעד אסאך מיט ברסלב'ע חסידים איך וויל נישט פרעגן פנים אל פנים ווייל עס מאכט מיך אויסקוקן ווי איך טשעלענדזש אים, איך בין נישט אינטערעסירט צו טשעפענען. ספעשל ווען עס איז דא אסאך וואס ניצן עס צו טשעפענען, אלזא האב איך געטראכט דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון אומאן, וועל איך פרעגן און "קלאר ארויסשרייבן" וואס מיין כוונה איז און גראד האב איך געכאפט פון דיר אן אטאקע על לא דבר, איך האב נישט געפרעגט קיין מקור וכו', כ'האב געפרעגט אויב ס'האט א מהלך בדרך "פשט" און אז נישט איז אויך פערפעקטלי פיין. איך האב געמאכט ברית'ן פאר אלע מיינע זון און מ'עסט נישט קיין בשר בחלב און מ'גייט נישט מיט שעטנז, אפילו על פי פשט האט עס נישט קיין געהעריגע פשט. "חוקי התורה" זענען מיר זייער גוט, ולעומת זה מצות פרי' ורבי' וואס אן דעם האט די וועלט נישט קיין קיום, קען מען שיין ארום רעדן דעם "פשט" פון די מצוה.
וכן הדבר מיט אזעלכע זאכן, אויב א צדיק זאגט איז מיר פיין אן קיין שום פשט. און ווען ס'האט יא א פשט מעג מען רעדן דערפון און עס אויסשמועסן.
גראדע האט איינער צוגעוויזן אן אנדערער אשכול אבער איך האב דארט געזען אז יענער אשכול איז געעפנט געווארן אראפ צו רייסן אומאן און ברסלב, און נישט דאס האב איך געזוכט
בד"וו איך האב נעכטן נאכט פארברענגט איבער דריי שעה ארויס צו העלפן א געוויסע ברסלב'ע ארגאניזאציע בלי שום תשלום גמול, כאטשיק נארמאל טשארדזש איך טבין ותקילין פאר די סערוויס וואס כ'האב זיי געגעבן. ווייל איך קוק שטארק ארויף די ברסלב'ע חסידים, און דא ווער איך אטאקירט. פיין ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
עטרת חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4173
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:05 pm

@נייע שטאט איך האב בכלל נישט רעפערירט צו דיר, איך האב ריספאנדעט צו ליבי ובשרי
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:17 pm

אוי וויי כ'האב זיך שוין געפרייט אז כ'האב בזיונות און ס'וועט זיין מחילת עוונות, שוין כשם שקבלתי וכו'...
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:05 pm
גראדע האט איינער צוגעוויזן אן אנדערער אשכול אבער איך האב דארט געזען אז יענער אשכול איז געעפנט געווארן אראפ צו רייסן אומאן און ברסלב, און נישט דאס האב איך געזוכט
אבער דארט האב איך געשריבן אין יענע יארן אן ענטפער אויף דיין פראגע, סאו אויב ביסטו אינטערסירט צו וויסן אן ענטפער תדרשנו משם. און אויב דו ווילסט עפעס אנדערש, לאז עס ארויס פון דעם אשכול, דא איז א נייעס אשכול.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:05 pm
@עטרת חיים איך מיין איר זענט עכט אינטערעסאנט, איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך בין צופרידן אן קיין שום טעם. איך בין פלעין נייגעריג, איך רעד אסאך מיט ברסלב'ע חסידים איך וויל נישט פרעגן פנים אל פנים ווייל עס מאכט מיך אויסקוקן ווי איך טשעלענדזש אים, איך בין נישט אינטערעסירט צו טשעפענען. ספעשל ווען עס איז דא אסאך וואס ניצן עס צו טשעפענען, אלזא האב איך געטראכט דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון אומאן, וועל איך פרעגן און "קלאר ארויסשרייבן" וואס מיין כוונה איז און גראד האב איך געכאפט פון דיר אן אטאקע על לא דבר, איך האב נישט געפרעגט קיין מקור וכו', כ'האב געפרעגט אויב ס'האט א מהלך בדרך "פשט" און אז נישט איז אויך פערפעקטלי פיין. איך האב געמאכט ברית'ן פאר אלע מיינע זון און מ'עסט נישט קיין בשר בחלב און מ'גייט נישט מיט שעטנז, אפילו על פי פשט האט עס נישט קיין געהעריגע פשט. "חוקי התורה" זענען מיר זייער גוט, ולעומת זה מצות פרי' ורבי' וואס אן דעם האט די וועלט נישט קיין קיום, קען מען שיין ארום רעדן דעם "פשט" פון די מצוה.
וכן הדבר מיט אזעלכע זאכן, אויב א צדיק זאגט איז מיר פיין אן קיין שום פשט. און ווען ס'האט יא א פשט מעג מען רעדן דערפון און עס אויסשמועסן.
גראדע האט איינער צוגעוויזן אן אנדערער אשכול אבער איך האב דארט געזען אז יענער אשכול איז געעפנט געווארן אראפ צו רייסן אומאן און ברסלב, און נישט דאס האב איך געזוכט
בד"וו איך האב נעכטן נאכט פארברענגט איבער דריי שעה ארויס צו העלפן א געוויסע ברסלב'ע ארגאניזאציע בלי שום תשלום גמול, כאטשיק נארמאל טשארדזש איך טבין ותקילין פאר די סערוויס וואס כ'האב זיי געגעבן. ווייל איך קוק שטארק ארויף די ברסלב'ע חסידים, און דא ווער איך אטאקירט. פיין ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי.
שכח פארן מסביר זיין די שאלה,
איך האב אבגעשריבן א לענגערע תירוץ מיט א תמצית פון די תורות ווי ר’ נחמן איז עס מסביר, און סאיז פארלוירן געווארן, בקיצור נמרץ,
אין אסאך תורות אין לקו”מ וואס ר’ נחמן האט געזאגט ראש השנה איז מבואר פארוואס מדארף גיין צו א צדיק ר”ה (און אפאר פלעצער איז אויך מרומז א קבר), בעיקר ווייל סאיז א יום הדין און בפנימיות די שורש הדינים פון די גאנצע יאר און דורכן זיין ביים צדיק ווערט עס נמתק, סיי מצד אונזער פארן און סיי מצדו האט א גרעסערע כח ווען סאיז דא א גרעסערע קיבוץ אידן ביי אים,
יעדע פלאץ מיט א אנדערע בחינה און פרטים, אז די ווילסט וועל איך שרייבן מראה מקומות.
פארשטייט זיך אז די סיבה פארוואס די ברסלב’ע חסידים פארן דוקא צו עם און מיט אזא מסי”נ איז וועגן די שיחות וואס ער האט אויסגעשמועסט אן קיין טעם אז ער וויל מזאל קומען און די גרויסקייט דערפון.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

סעודת חומש לילדי תלמוד תורה ברסלב דק"ק אומאן
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (69 KiB) געזען 1065 מאל
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

פליישיג האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 10:14 am
סעודת חומש לילדי תלמוד תורה ברסלב דק"ק אומאן
בק"ק אומאן שבאוקראינה, התקיים השבוע מעמד חומש סעודה מפואר לילדי תלמוד תורה ברסלב בעיר.

המעמד התקיים בבית הכנסת הגדול של "החסידישע קיבוץ" שבעיה"ק אומאן, בהשתתפות ההורים, וציבור נכבד מקהילת קודש אומאן, וכן מציבור העולים על הציון הקדוש של רבינו הק' רבי נחמן מברסלב זי"ע.

המעמד התחיל למול שולחנות ערוכים בשירה וזמרה על ידי חתני השמחה תינוקות של בית רבן היקרים, כאשר עליהם מנצח המלמד מומחה הר"ר משה שפירא הי"ו. לאחר מכן נשא דברים הרה"ח ר' נתן בורשטיין שליט"א אשר הלהיב את הציבור בדבורים חמים כגחלי אש על גודל הכח של תשב”ר הטהורים בפרט במקום קדוש כזה אשר ההשפעה האדירה על אופי וצביון המקום והנחת רוח כפול ומכופל לפני השי”ת. כן נשא דברים הרה"ח ר' נחמן ברנ"ד שפירא שליט"א (שיש לו נכדים הלומדים בת"ת), שהרחיב לבאר גודל השעשועים הנעשה בעולמות העליונים משמחה של מצוה כזו, אשרינו מה טוב חלקנו!

שיאו של המעמד היה כאשר החלו תשב"ר הקדושים את לימוד החומש בספר ויקרא "יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים"

לאחמ"כ הציבור יצא בריקודי שמחה והודאה לה' יתברך, ובהוקרה למנהלים והמלמדים הנכבדים. ויה"ר אשר בזכות רבינו הקדוש הנחל נובע מקור חכמה נזכה כי אכן לא תשכח מפי זרעו, אמן ואמן!
כעלעמערחכם
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:14 pm
לאקאציע:כעלעם

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעמערחכם »

יעצט ר"ח ניסן יום הולדת של רביה"ק אינטערוויא מיט העסקן ר' חיים ווייס שליט"א אויף קול חיים טובים יעצט זייענדיג אין אומאן, זאגט אז ס'דא "אפאר טויזענט" אידן קע"ה אין אומאן!
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

6 חדשים צום רבינ'ס ראש השנה...
א האלבע יאר איז דורכגעפלויגן...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

בוקר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:25 pm
6 חדשים צום רבינ'ס ראש השנה...
א האלבע יאר איז דורכגעפלויגן...
און א הלבע יאר וואס מיר קענען זיך נאך גרייטן

דאס הארץ בענקט צום קוואל
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

כאלף איש מיקירי אנשי שלומינו חסידי ברסלב הע"י עלו להתקבצות 'קיבוץ ראש חודש ניסן' על ציון רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב זיע"א בעיר הגעגועים אומן:

מידי שנה בשנה לקראת ראש חודש ניסן נוהגים אנשי שלומינו חסידי ברסלב מכל רחבי תבל לעלות אומנה לפקוד את ציון רבינו הקדוש רבי נחמן מברסלב זיע”א לדבר ישועה ורחמים, בשנה זו, בה עדיין משתוללת מלחמת רוסיה באוקראינה, למרות הקושי שבדבר, זכו כ-1000 איש מיקירי אנשי שלומינו ועימם מעמך בית ישראל לעלות ולהשתתף בקיבוץ.

כידוע, ישנם זמנים המקובלים בין אנשי שלומינו חסידי ברסלב לזמני קיבוץ על הציון הקדוש שבאומן, הראשון והעיקרי שבהם הוא התקבצות שבימי " קיבוץ ראש השנה" עליו הפליג רביז"ל במאוד ואמר ש"אין דבר גדול מזה", והוסיף "איש בל יעדר!". אולם רבים מאנשי שלומינו נוהגים לעלות ולהיקבץ בעוד שלושה זמנים והם א. ' שבת חנוכה',הוא נהוג כבר ימי חיו של רבינו הקדוש זיע"א. 'ראש חודש ניסן', יום הולדת רבינו הקדוש זיע"א, וער"ח ניסןשהוא יום המסוגל לתשובה. ג. 'חג השבועות', זמן קבלת התורה, אף הוא נהוג כבר ימי חיו של רבינו הקדוש זיע"א.

את התקבצות על ראש חודש ניסן, החלו כבר בימי חייו של גאון עוזנו מוהרנ"ת זיע"א, כאשר מוהרנ"ת עצמו נהג אף הוא להשתתף יחדיו עם רבים מאנ"ש מידי שנה בשנה ב'קיבוץ' זה.

כמה עניינים ראו אנ"ש ב'קיבוץ ראש חודש ניסן'; יום זה הוא, יום גנוסיא דמלכא – "ראש השנה למלכים" (מתני' ראש השנה א' א'). כמו"כ ביום זה הוקם המשכן (שמות מ' י"ז), ואיתא בגמרא (שבת פז:) "תנא אותו יום (ר"ח ניסן) נטל עשר עטרות… ראשון לשכון שכינה", וביום גדול ונשגב זה ירדה לעולם מהעולמות העליונים נשמתו הטהורה והפציע אורו של ציסה"ע רבינו הקדוש בהאי עלמא, היה זה ביום א' ניסן שנת תקל"ב, כלומר לפני 252 שנה.

ובכן, השנה עלו ל'קיבוץ ראש חודש ניסן' כ-1000 איש, רובם הגיעו לאומן לפני השבת האחרונה פרשת שמיני – שבת מברכים ניסן לקראת ההתקבצות הגדולה בערב ראש חודש ניסן.

הגבאי, הרב נתן צמח מספר כי במשך השבת האחרונה היו היכלי הציון מלאים מאוד, כן התקיימו מניינים רבים בכל היכלי התפילה שבציון הקדוש.
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מישט אביסל ארום ר״ח מיט ער״ח.

אויב געדענק איך גוט איז ר׳ נתן נאר געוועהן אויף ער״ח, און אהיימגעפארן נאך פאר ראש חודש.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שלמה מולכו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:49 pm
מישט אביסל ארום ר״ח מיט ער״ח.

אויב געדענק איך גוט איז ר׳ נתן נאר געוועהן אויף ער״ח, און אהיימגעפארן נאך פאר ראש חודש.
ריכטיג ר' נתן איז טאקע געוועהן אויף ער״ח, אהיים געפארן פאר ר"ח ווייס איך נישט, זעה דא מער, מתוך העלון 'לבבי' :

ערב ראש חודש ניסן:

דרכו של מוהרנ"ת ואנ"ש שבדורו, היה: לנסוע כל ערב ראש חודש ניסן לציון הקדוש, וכלשונו: "ואני הייתי מוכן אז לנסוע לאומאן על ערב ראש חודש ניסן כדרכי בכל שנה" (ימי מוהרנ"ת חלק שני, י).

וכן נהגו אחריו אנ"ש לדורות, וכפי שמספר רבי שמואל הורביץ ביומנו: "ערב ראש חודש ניסן הוא יום התעוררות מהרבה אנ"ש שבאים לציון הקדוש של רבינו ז"ל עוד מימי מוהרנ"ת ז"ל שהנהיג לנסוע לציון רבינו ז"ל בערב ראש חודש ניסן עד היום הזה" (ימי שמואל פרק קעז).

והוא מוסיף וכותב: "וגם פה בתוככי ירושלים הוא יום תפילה כמו בערב ראש חודש אלול, ונוסעים הרבה אנשים ונשים וטף לקבר רחל אמנו יותר מבכל השנה, וגם אחינו הספרדים הולכים ברוב עם על הר הזיתים, לבקש ולעורר רחמים על קברי אבות. והרבה יש לבקש על חג הפסח הבא עלינו לטובה שנינצל ממשהו חמץ, ולקבל ימי הפסח הקדושים בקדושה ובטהרה, ושנזכה מעתה להתקרב לשם יתברך, כי כל ההתחלות הם מפסח כידוע" – (שם).

ראש חודש ניסן:

ובימינו, נוהגים רבים וטובים לנסוע ליום "ראש חודש ניסן", היום אשר בו ירדה נשמת רבינו הקדוש לעולם – כמסופר בחיי מוהר"ן אות ק"ד [בביתו של זקנו הבעל שם טוב, שעבר בירושה לאמו מרת פייגא ע"ה]. וכבר הפליגו חכמינו ז"ל במעלת יום זה, ואמרו עליו "אותו יום נטל עשרה עטרות", ואלו הם: "ראשון למעשה בראשית, ראשון לנשיאים, ראשון לכהונה, ראשון לעבודה, ראשון לירידת האש, ראשון לאכילת קדשים, ראשון לשכון שכינה, ראשון לברך את ישראל, ראשון לאיסור הבמות, ראשון לחדשים" – שבת דף פ"ז ע"ב. ומלבד כל זאת; יום זה הוא "ראש השנה למלכים", "ואז נתחדש כל ההתמנות של כל אחד ואחד" – (ליקוטי מוהר"ן תניינא, ה). ומעניקים מן השמיים לכל אחד ואחד, את הגדולה והממשלה השייכת לו, בכלליות ובפרטיות. כי כבר לימדנו רבינו הקדוש, שיש לכל אחד בחינת 'מלכות', יש "שרי אלפים", יש "שרי מאות" ויש "שרי עשרות", וכן הלאה (ליקוטי מוהר"ן, נו). וה"ראש השנה" לענין המלכות, הוא בראש חודש ניסן.
ולכן, מה טוב להיות ביום זה אצל רבינו הקדוש, אשר הוא מחלק לכל אחד את הגדולה המתאימה לו לפי מדרגתו. "כי כל הכבוד שיש לכל אדם שבעולם, מקטן ועד גדול, כולם הם מקבלים רק מזה הצדיק, שהוא בחינת עפר, בחינת משכן, שממנו נמשך הכל. כי כל הכבוד והגדולה, הוא רק אצל זה הצדיק, וכולם מקבלים ממנו" (ליקוטי מוהר"ן, ע)). והוא המנהיג הכולל, שיודע לתת לכל אחד את הגדולה הפרטית והאישית שלו (ליקוטי מוהר"ן תניינא, עב). והנה, ביום זה, מחלקים למעלה מתנות נפלאות. שהרי ביום זה "ממנין כל המלכים למעלה, ובוודאי נותנין מתנות לכל אחד ואחד שממליכין אותו". ועיקר המתנה שעלינו לבקש ביום זה, הוא: שייתן לנו הקב"ה מתנה; מלך, מנהיג אמיתי, רועה נאמן, כמו משה רבינו, שיאיר בנו אלקותו יתברך, שנזכה לדעת ולהכיר אותו מכל פרטי הבריאה (ליקוטי מוהר"ן תניינא, לט). "וראוי לנו לומר זאת בבכייה, בדמעות שליש, לבכות ולהתגעגע, לבקש ולהתחנן לפניו יתברך, מתי נזכה לזה, שיהיה לנו זה הדעת, שנוכל לדעת ולהכיר הבורא יתברך מכל דבר של זה העולם בפרטי פרטיות, עד התכלית. וכפי המדרגה פחותה שלנו עתה, וכולנו אין פנינו יפות כלל, אנו צריכין שירחם עלינו השם יתברך, ליתן לנו מנהיג רועה נאמן, שיוכל להאיר בנו ידיעה הנ"ל, כדי שנוכל לעבדו יתברך כראוי ולבוא אל התכלית" (שם). ומעתה, אשרי הזוכה להשתטח ביום זה, על ציונו של רבינו הקדוש, נשמת 'משה משיח'. בבכייה ובדמעות שליש, בבקשה ותחנונים, לזכות להתקרב באמת אל אותו רועה נאמן השוכן שם, למען יזכה לבוא אל התכלית האמיתית, להשיג ולדעת את השם יתברך.
ואכן, ביום זה – ראש חודש ניסן – הקים משה את המשכן. ובכל שנה ושנה, מקים הצדיק ביום זה את המשכן, ומתגבר מחדש "כח המושך" של הצדיק, שממשיך אלקותו יתברך לזה העולם, ומחלק לכל אחד את הגדולה והכבוד והמלוכה השייכת לו. בבחינת "ראש חודש"; 'לחדש' את ה'ראשות' והגדולה של כל אחד ואחד (ליקוטי מוהר"ן, ע).
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

אינטערוויו: אומאן אוקריינא: א גרוס פון אומאן אוקריינא ווי פילע חסדי ברסליו ריייזן אויף ראש חודש ניסן
ג' תזריע פ״ד

אברומי דיימאנד
2:39
https://www.yiddish24.com/interviews/12/104089
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

בינעך געוועזן לעצטנס אין אומאן, האב איך געזען אז די תלמוד תורה דארט זיכט א מלמד..
זיי שריבן אז זיי זענען על טהרת הקודש
אוועטאר
smarter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אומאן, אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

פליישיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:06 pm
אינטערוויו: אומאן אוקריינא: א גרוס פון אומאן אוקריינא ווי פילע חסדי ברסליו ריייזן אויף ראש חודש ניסן
ג' תזריע פ״ד

אברומי דיימאנד
2:39
https://www.yiddish24.com/interviews/12/104089
א בילד פון די בירטדעי קעיק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”