Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?
גלות איד האט געשריבן:יצחק אייזיק האט געשריבן:גלות איד האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע דיין אז מ'מעג רופן 311 כדי צו קענען פארקן דא יעצט און מכאן ולהבא. און דאס הייסט נישט קיין מסירה נאר עביד איניש דינא לנפשיה. ווייל בעצם מעג איך דא פארקן און איך באקום הילף פון די פאליציי צו קענען פארקן דא מכאן ולהבא. אנדערש ווי ביי מסירה וואס מ'רעדט ווען איך האב א תביעת ממון וואס יענער איז מיר שולדוג וכדומה.
פרעג אים איבער ווייל האסט מסתמא נישט גוט געהערט.
אויב איז דא א צד ספק אז ער גייט באקומען א קנס איז עס אסאך הארבער ווי רופן א חבר פאר א תביעת ממון. א תביעות ממון איז נאר דא די איסור פון ערכאות, באופן פון א קנס איז ריין מסירה.
איך האב קלאר געהערט דעם פסק הלכה פון א חשוב'ע דיין מוסמך. היות ווי יענער שטערט מיר פון גיין דארט פארקן אויף א פלאץ וואס איך בין בארעכטיגט אלץ עביד איניש דינא לנפשיה מעג מען אלעס טוהן אנצוקמען דארט. אפילו אויב דאס וועט יענעם ברענגן א קנס און א הפסד ממון.
אושפיזין האט געשריבן:גלות איד האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע דיין אז מ'מעג רופן 311 כדי צו קענען פארקן דא יעצט און מכאן ולהבא. און דאס הייסט נישט קיין מסירה נאר עביד איניש דינא לנפשיה. ווייל בעצם מעג איך דא פארקן און איך באקום הילף פון די פאליציי צו קענען פארקן דא מכאן ולהבא. אנדערש ווי ביי מסירה וואס מ'רעדט ווען איך האב א תביעת ממון וואס יענער איז מיר שולדוג וכדומה.
וואלט געווען גוט אז דו שרייבסט די נאמען פונעם דיין, קענסט העלפן אסאך אידן
איך שרייב להדיא נישט די נאמען ווייל איך ברענג נאך דא קלאר די סברא, יעדער קען איבער שמועסן די סברא מיט זיין דיין.
דיין סברא וואס די שרייבסט אז עביד איניש דינא לנפשיה איז אינטרעסאנט ווייל
רמא חושן משפט ד האט געשריבן: ודוקא הוא בעצמו יכול למעבד דינא לנפשיה אבל אסור לעשות ע"י העכו"ם (ת"ה סי' ש"ד) ומיהו אם עבר ועשה ע"י השרים אם לא היה יכול להציל שלא בענין אחר מה שעשה עשוי (ע' במהרי"ק שורש קס"א)