וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?
פארשטייט זיך אז ביי די ארומיגע האט זיך גלייך פארמירט אן אפן שאכטל ווערעם איבער די ישרות פון די סארט דרייוו וועיס. טייל האבן גע'טענה'ט אז עס איז א גוזל את הרבים פון אנדערע אוטא טרייבער וועלכע ווילן דארט פארקירן זייערע מאשינען. ווידעראום אנדערע האבן פארפירט אז א דרייוו וועי איז א חלק פונעם בעלות פונעם הויז און דער בעה"ב האט א רעכט אויפן שטח.
איך בין נייגעריג צו דער חלק ההלכה און פראקטיק פונעם ענין איז שוין אמאל אויסגעשמועסט געווארן ערגעצוואו.