Re: די בלעטל - מאנטריאל טאהש
דאס פאראידישזירן די אלגעמיינע נייעס איז איין זאך, איך קען פארשטיין דאס ענין דערפון, פארוואס מ'גלייכט דאס. ס'העלפט אנהאלטן די הבדלה בין ישראל לעמים ווען מ'האלט טאקע מיט די נייעס צו וויסן וואס טוט זיך און די זעלבע צייט ווערט מען נישט משוגע און מ'פארעהרט נישט די עם הדומין לחמור. צו איך גלייך עס? ניין, אבער איך הער עס, איך פארשטיי די מעלה דערפון. פרעגסט מיך? נייעס דארף זיין טריקענע פאקטן, אפהאנדלונגען און אנאליזן דארף האבן א אידישע טעם נישט צו ווערן פארשיכורט אינעם גואישן קולטור. דאס איז גילטיג אין אלע אויסגאבעס שטייצעך.גרשון האט געשריבן:פאר בערך $200 קען ער האבן א מגיה וואס זאל עס מאכן כסולת נקיה.טינטיג האט געשריבן:איך מיין אז איינער וואס שרייבט אויף א הויכע ניווא וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזוי ליפטיג.
מ'רעדט נישט פון נעמען צום הארצן, נאר טרוקן מעלדן די נייעס ווי זלמן ווידער וואלט געטון. דער ציניזם אין יעדער שורה קומט בכלל נישט אריין.
ער גייט דאך אבער א טריט ווייטער. ער האט עפעס א נעגאטיוויטעט קעגן די קעבעקע מציאות, לאו דוקא קעגן דעם גוי אדער סיי וועלכע פארטיי. אנע שיעור נייעס ווערט אראפגעברענגט מיט עפעס א ליצנות און ביטול קעגן מאנטרעאל, קעבעק אדער קאנאדא. זוי שפיר איך.
קיינער פון די לייענער קרייז ברויך נישט הילף אין דעם געביט, מ'איז אנגעפיקעוועט פון אויבן ביז אונטן. מעלדט די נייעס טריקן, די זוי גערופענע סארקאזם קעגן די החלטות פון די פירער קענען די לייענער אלײנס באשלוסן. איך זאג נישט מ'זאל פארענטפערן אדער מחשיב זיין דעם גוי אבער איבעריגע ביטול איז נישט אין פלאץ, ספעציעל ווען ס'איז זיין אפיניאן ס"ה.
איבער ספעלינג מיסטעקס איז דאך נישט שייך צו רעדן.
למעשה, האט ער דורכגעבראכן וואס אנדערע האבן פרובירט און דורכגעפאלן. ווער ס'קען דארף אים ווען אנרופן געבן חיזוק, שטיצע, ראט, און אנבאטן הילף.
אגב, די באשרייבונג אינעם חנוכה אויסגאבע איבער דעם רב און די סקולס איז גאר שיין און רייך.
די אנדערע ארטיקלען ליין איך נישט ווייל ס'האט גארנישט מיט קאנאדע (חוץ טשורטישל מב. און אירע פאולער בערן), איך האב איבער גענוג ליין מאטריאל אין שטוב ב"ה. די בלעטל איז ממלא א חסרון ביים היימישן עולם אין קעבעק וואס איז שוין פון לאנג אווערדיו און זאל זיך האלטן דערצו.
מיט אסאך הצלחה.