אז מ'רעדט שוין האבעך אן אינטערעסאנטן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט דא א צייט צוריק און איך האב זיך דעמאלטס געווינדערט וויאזוי ס'האט פאסירט. מעשה שהי' כך הי', בקיצור נישט מגלה צו זיין צו סאך... איך פערזענליך האב נישט אזוי מורא פון גילוי אבער איך האב אמאל געשריבן עפעס וועגן א האקעלע נושא מיט א צווייטע ניק וואס לפי מיטב ידיעתי איז מיין איידענטעטי נישט געווען באקאנט והנה איינע פון די בעה"ב פון יענעם נושא האבן מיר אטאקירט אויף מיין פערעזענליכע וואטסעפפ! בשעתו איז מיר עס געווען א מורא'דיגע חידוש אבער א צייט שפעטער האבעך דא געליינט אז אין די בעק ענד קען מען זעהן פון אייפי אדרעסן קוקט אויס אז פשוט איינע פון די מנהלים/אחראים/וכו' האבען עס ארויסגעגעבן?!?! קען דאס זיין?
צו ס'קען במציאות זיין? כ' ביניש זיכער, אבער איך גלייב נישט אז אזא זאך זאל קענען געשעהן...
אפשר איז די בעה“ב פין יענע נושא א מנהל אדער א אחראי (יענע האקעלע נושא איז אפשר לייף אינשורענס?...)
אויב מעןו האט געמיינט די סורפרייסעז זענען שוין פארטיג, גדול בדרך!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!