עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אינטערוויו מיט וויכטיג מאכער!
פאר א הערליכע פולע PDF דורך הרב איינס דריקט דא
ווען מען רעדט פון וויכטיג מאכער, אדער ווי מען רופט אים דא בלשון חיבה, וויכי, דארף מען קיינעם גארנישט זאגן, עס רעדט פון זיך אליינס, און יעדער פארשטייט דאס אן קיין לאנגע הסברים און פשט'לעך.
אין איין ווארט? אייוועלט. דער פאקטישער סייט אדמין, וואס דינט אייוועלט שוין אזויפיל יארן מיט אזא מין געטריישאפט און איבערגעגעבנהייט, און אלעס מיט אזא פשטות, אז עס לאזט זיך נישט גלייבן.
הונדערטער ניקס האט ער שוין געהאלפן פערזענליך, זה בכה וזה בכה, איך ווייס אז ער וויל נישט מ'זאל רעדן דערפון, אבער איך ווייס קלאר פון מערערע ערנסטע זאכן וואס ער האט שוין געהאלפן אסאך אידן, און נישט דווקא אייוועלט זאכן, נאר אייוועלט אידן - אין פאקטישע זאכן פון זייער פריוואטע לעבן. ער זאגט נישט אפ קיינעם, און איבער אלעם מאכט ער כסדר זיכער און איז עומד על המשמר אז די סייט זאל זיין דאס וואס עס איז יעצט, די וועלט בארימטע ''אייוועלט'' לשם ולתפארת.
איך האלט יעצט ביי מיין 2,000 תגובה דא אויף אייוועלט, עטליכע האבן מיר געזאגט שרייב דאס, טוה יענץ, איך האב אבער געטראכט, וואס קען דען זיין שענער ווי אפהאלטן א שמועס מיט הרב וויכטיג מאכער, הערן פון אים, לערנען פון אים, און זיך אביסל באקענען פון די נאנט מיט וואס עס באהאלט זיך אונטערן ניק "וויכטיג מאכער".
די יעצטיגע שמועס מיט וויכי, די עקסקלוסיוו ערשטמאליגע אינטערוויו, איז די ערשטע מאל אין אייוועלט היסטאריע, וואס וויכי וויקלט אביסל אויף פון זיינע ריזיגע פראיעקטן און לייסטונגען לטובת אייוועלט, און נעמט אונז אריין אויף א שפאציר אין די אינעווייניגסטע קארידארן פון דעם מאסיוון אייוועלט אפאראט.
וזאת למודעי, די אלע פינטלעך דורכאויס דעם אינטערוויו איז וויכיס ארגינעלע לשון... מיר האבן גארנישט געטוישט אדער געבאבערט מיט די פינטלעך.
נו, א גוטן הרב וויכי, לאמיר גיין גלייך צום נושא:
דו ביסט ארויפגעקומען שוין 14 יאר צוריק אויף אייוועלט, האסט אנגעהויבן אלס מנהל, אדער סייט עדמין ווי דו רופסט עס, אדער האסט אנגעהויבן ציוויל?
וו: איך האב אנגעהויבן זייער ציוויל, איך בין א פלעינע מענטש, און איך האב אנגעהויבן שרייבן.
פאר אונז גייען צוריק צו דיין פאזיציע, וויאזוי האסטו בכלל געהערט פון אייוועלט?
וו: אזוי ווי יעדער איינער, איך בין געווען א אינגערמאן עטליכע יאר נאך מיין חתונה, איך פלעג ליינען אויף בחדרי חרדים די נארישע טעגלאשע פאליטיק... איך האב געהאט א שוואגער און א חבר וואס פלעגן ליינען אייוועלט, דעמאלטס האט עס נאך געהייסן היימישע קרעטשמע, מיין שוואגער האט מיר געזאגט לאז דיך אפ פון די נארישקייטן, היידפארק איז סתם פאליטיק, היימישע קרעטשמע איז סאך אינטערסאנטער, און די רעסט איז היסטארי ווי מ'זאגט.
צוריק צו דיין פאזיציע, דו זאגסט אייביג אז דו ביסט נישט קיין מנהל, נאר אונטער שמש, דו קענסט מסביר זיין וואס דאס מיינט?
וו: זייער פשוט, לאמיר עס צוטיילן אין דריי. עס איז דא די רוטינע טעכנישע זאכן, למשל מעקן, אננעמען מענטשן, וכו', דאס באלאנגט פאר די אחראים און מנהלים, נאכדעם איז דא ווען מען דארף מאכן החלטות איבער פארשידענע זאכן, דאס טוט ווייטער די הנהלה. נאכדעם איז דא גרעסערע טעכנישע זאכן, מאכן א נייע פארום, א פארמעסט, אדער עני גרויסע זאך, דאס טוה איך...
אזוי אויך למשל ווען מען נעמט אויף א נייע אחראי, די הנהלה מאכט אפ וועם צו נעמען, און נאכדעם מאך איך אים גרין, איך זעה ער זאל האבן די מעגליכקייט אויסצופירן זיינע פונקציעס וכו'... אין אנדערע ווערטער, איך טוה די ארבעט, פיר אויס... אונטער שמש!...
אינטערסאנט צו הערן, יעצט, וויאזוי טאקע ביסטו אנגעקומען צו די פאזיציע?
וו: ליסן, א וויכטיג מאכער בין איך דאך אייביג געווען, און פון א וויכטיג מאכער ביז אדמיניסטראטאר איז נישט קיין גרויסע סטעפ...
אבער בעיסיקלי איז אזוי, איך האב שטארק אויפגעארבעט היכל הנגינה, כ'האב געברענגט מענטשן, געברענגט גרויסע זינגערס, געמאכט קומזיצן און נאך, זענען געקומען צו מיר עטליכע גרעפיקער פון אייוועלט, און געבעטן אז כ'זאל העלפן מיט די גרעפיקס פארום.
בין איך דעמאלטס געגאנגען צו ארענדאר, בעטן אויב ער קען מיר העלפן מיט אפאר זאכן, האט ער זיך אפגערעדט אז ער האט נישט קיין צייט, און געפרעגט צו כ'קען אים העלפן, האב איך אים אנגעהויבן העלפן, ביז ער האט געזאגט פאר די מנהלים און אחראים, אז ער האט מער נישט קיין סאך צייט, און ער וועט מיך ארייננעמען און איך וועל קער נעמען פון די בעק ענד.
און אזוי האב איך דעמאלטס געעפענט די גרעפיקער פארום, געהאט אינטערוויוס מיט גרעפיקער, הגם ס'האט געדארפט צו זיין א שטערקערע פארום מיט ריזיגע גרעפיקער, און א פארום ווי נאר רעגיסטרירטע גרעפיקער קענען שרייבן, איז אבער גארנישט עכט געווארן פון דעם דעמאלטס, סיז געבליבן א פשוטע גרעפיקס פארום... און נאכדעם זעמיר ביזי געווארן מיט אנדערע זאכן, און אזוי ביניך געווארן אדמיניסטראטאר.
ווערסטו נישט נערוועז פון די פולע ניקס וואס אישי'ן דיר כסדר פאר העלפ? כגעדענק איינמאל ווען כ'האב גערעדט צו דיר האסטו מיר געזאגט אז דו האסט נאך גאר אסאך אומגעליינטע אישיס, און ווילסט נאך אנקומען צו אלע.... און, וויאזוי איז דיין רעספאנס טיים טאקע אזוי שנעל?
וו: ניין, חלילה, כווער נישט נערוועז, כ'געדענק נישט פונקטליך פון וואס דו רעדסט, אבער כ'האב אסאך מאל גאר אסאך אישיס, ספעציעל ווען ס'איז דא א גרויסע זאך.
למשל יעצט ביי אוקריינע, איך בין אריינגעקומען העלפן מיט די זיראנץ אשכול ווייל כ'האב באקומען גאר אסאך ריקוועטסט אז ס'איז אוט אוו קאנטראל (דער מנהל יאנאש האט למעשה אנגעפאנגען די זיראנץ מיינעך, איך בין אנגעקומען נאכדעם) ווינאָר כאב געשריבן די ערשטע ווארענונג האבעך געהאט מסתם דרייסיג פערציג אישי'ס און יעדער פרובירט צו העלפן, מ'שיקט מיך טוה דאס טוה יענץ, כ'דערמאן מיך יעצט אז כאב געשריבן אז ס'איז דא א קאמענטארן אשכול און מסתם 5 אדער מער ניקס האבן מיר געשיקט אין אישי אז כ'זאל לייגן א לינק דערצו, אפאר האבן עס סתם אזוי געבעטן, אפאר האבן געשיקט די לינק אויך, און איינער די הייפערלינק, וואס דאס האבעך גענוצט מיינעך... אנדערע האבן סתם אזוי געשיקט שכח אדער אנדערע הערות, און סיז געווען וואס האבן זיך אפגערעדט אז סיז צו שטרענג... און על פי רוב איז עס דאס, אדער מענטשן דארפן א קלייניקייט, טוישן ניק, מענטשן ווילן אהער מענטשן ווילן אהין, און כ'טריי אנצוקומען צו יעדעם.
וואס האסטו נאר געפרעגט? אהה, עז ווי ספיק האב איך 2 אומגעליינטע אישיס סך הכל, און כ'ווייס וואס די סאבדזשעקט איז און ס'איז שוין קער גענומען ב"ה, כ'דארף עס נאר עפענען, און טאקע מאוסט אוו דע טיים ענטפער איך אלעס און איך פרוביר צו העלפן וויפיל איך קען.
אהא, זייער שיין, אויב כ'מעג פרעגן, כ'מיין אז יעדער כמעט ווייסט היינט ווער דו ביסט, ווען האסטו אפיציעל אפגעמאכט אז דו האסט נישט מורא פון גילו?
וו: איך האב קיינמאל נישט אפגעמאכט אז איך האב נישט מורא פון גילו, און עד היום הזה, (ועד בכלל, הערסט? כ'ווארן דיר!) בין איך נישט מסכים אז קיינער זאל מגלה זיין מיין ניק. יעצט, מ'ווייסט? יא, איך האב רילייזט אז די רעאליטעט איז אז כמעט יעדע מענטש וואס כ'קען האט א ניק, צו יעדער גייט מודה זיין? ניין... אבער ווען איך טרעף א מענטש וואלט איך עס געגעבן א פופציג פראצענט אדער מער שאנס אז ער האט א ניק... נו, סאו כמעט יעדער וואס ליינט ווייסט טאקע, וואס זאל איך יעצט טון? ווער ס'ווייסט ווייסט, און ווער נישט נישט, אבער איך לאז קלאר נישט מגלה זיין מיין ניק. כ'האב נישט קיין פראבלעם אז מען ווייסט, אבער כ'האב א פראבלעם אז מלויפט ארום זאגן.
יוש... א שאד זאגסט מיר יעצט, ווייל איך האב שוין פארציילט פאר יעדעם, צוריק צום ענין...
פארוואס האסטו מער ווייניגער ארויסגעטשעקט פון די פאליטישע דעבאטעס? דער עולם פלעגט שטארק גלייכן דיין קלארע טו דע פוינט וועג פון דעבאטירן....
וו: פרעגסט זייער גוט, לאמיך עס פרובירן מסביר צו זיין... סאצעך אנגעפאנגען די רגע וואס טראמפ איז געווארן די נאמעני פאר די רעפאבליקאנער פארטיי, (א זאך וואס איך האב געהאלטן אז ס'קען נישט געשעהן) כאב געריעלייזד אז זייער אסאך מענטשן זענען נישט גרייט צו דעבאטירן, דהיינו, זיי זענען נישט דא עכט צו אויסקלארן א געוויסע זאך, יעדער האלט ווייטער זיין מיינונג מ'גייט נאר אין סירקלס און מ'פארט פון איינס צום צווייטן, אבי זיך צו טענה'ן...
דאס אליין קעמען נאך אראפשלינגן, אבער כ'האב אמאל צוריקגעהערט איבער איינעם וואס האצעך גע'טענה'ט מיט מיר, אז ער האט עס פלעין געטוהן ווייל ער האצעך געוואלט טענה'ן מיט וויכי'ן און ער האצעך אויפגעטוהן אז ער האט גוט געענטפערט פאר וויכי... בקיצור סיזעם געווען א ספארט... דא האבעך מער ווייניגער ארויסגעטשעקט... כ'האב געטרייט נאכדעם נאך איין צוויי מאל, כ'האב אבער געזעהן אז סיז כמעט נישטא קיין מהלך... יעדער האט אפגעמאכט א מיינונג, די פאקטן זענען אנדערש ביי יעדן... סיז נישט... אז מען וויל ארויסקומען קלאר אין א נושא, איך האלט אזוי, דו האלטסט אזוי, אונז ביידע קענען די בעיסיקס פון די זאך, די סטראקטשער פון די נושא, קענען מיר זיך טענה'ן און דעבאטירן ווי עדאלטסט, אבער סתם זיך צו טענה'ן לשם טענה'ן, און קיינער ווייסט אפילו נישט פון וואס מ'רעדט אדער וואס מען צילט, סתם לופט... איז נישט קיין עסק.
ס'קוקט אויס אזוי ווי לאנגזאם זאגט, וואו קומט אריין א 'ש' אין המן? וואס הייסט וואו קומט אריין א 'ש' אין המן? פרעגט אים פעלדמאן, המן האט א ש'? ער דרייט אזוי ארום אז פעלדמאן פרעגט אים וואו קומט אריין א 'ש' אין המן? זאגט ער טאקע דאס איז מיין קשיא, וואו קומט עס אריין... בקיצור, נישט פאר דעם בין איך דא, און כ'פלעג טאקע טרייען אריינצוקומען טו דע פוינט ווי דו זאגסט, און קלאר מאכן, וואס איז די טענה'ריי, וואס האלטסטו און וואס האלטסטו, אבער כ'האב געזעהן אז אסאך מענטשן זענען דא סתם לשם טענה'ן, און מ'קען קיינעם סייווי נישט קאנווינסן, האב איך עס אפגעלאזט.
נישט ח"ו יעדער איז אזוי, ס'איז דא גאר אסאך געשמאקע ניקס פון אלע זייטן פון די פאליטישע ספעקטרום וואס איך וואלט מיט זיי געשמועסט און דעבאטירט ווילאנג ס'גייט... ס'איז אבער געווען פונקט גענוג אוועקצונעמען דעם אפעטיט...
מענין לענין, פלעגסט אמאל שרייבן סאך מער, און דער עולם פלעגט הנאה האבן פון דיינע רייכע געשמאקע ארטיקלען און פינטלעך........ וואס האט כהיום פאסירט?
וו: קודם כל טענקס פאר די קאמפלימענט, קודם ווייס איך איינער האט הנאה געהאט, כ'האב שוין פשוט נישט אזויפיל צייט, אייוועלט איז געווארן ריזיג גרויס, און כ'האב ב"ה מיין אייגענע ביזנעס, דערנאך העלף איך מיין טאטע מיט זיין ביזנעס, אויך האבעך ב"ה געמופט אין א נייע דירה, ס'איז ב"ה זייער שיין, אבער מען דארף נאך ערלעדיגן אסאך זאכן... נאכדעם איז דא אסאך אייוועלט זאכן, אפטיילן היכל הנגינה האט גענומען שעות, נאך צענדליגער אנדערע ביהיינד די סיענס ארבייט... עז ווי ספיעק גרייטעך צו עפעס א פארום, באטעם ליין, כ'בין ב"ה ביזי סיי אין פערזענליכע לעבן, און סיי אין אייוועלט לעבן.
פארוואס האסטו אייביג געהאט א ציווילע ניק, און לעצטענס האסטו דיך באקליידעט מיט א נאמען?
וו: ס'האט זיך גארנישט געטוישט, איך בין געבליבן מיט מיין ציווילע ניק, נאר בעיסיקלי, ס'איז געווען יעצט מיט די אוקריינע אשכול, און כ'האב געלייגט ווארענונגען אין די זיראנץ אשכול, און ס'געווען מענטשן וואס האבן מיך פשוט אנגעפיפן, ווען כ'האב גערעדט מיט זיי אין אישי, אינגערמאן מ'בעהט אזויפיל מאל, פארוואס קען מען נישט פארשטיין? האט מען מיר געזאגט אה סארי כ'האב נישט געוויסט ביזט א מנהל, כ'האב געמיינט ביסט א פלעינע ניק... האב איך באשלאסן אז צו פארמיידן מיספארשטענדענישן, איז בעסער אז איך לייג צו סייט אדמין...
דאס איז עקטשעלי געווען די מכה בפטיש, אבער כ'האב אסאך מאל שוין געטראכט דערפון, ס'פעהלט אסאך מאל אויס פאר אנדערע סיבות, אסאך מאל וואס מענטשן זענען געגאנגען צו מנהלים און אחראים אז מ'זאל טון דאס מיט יענץ, און זיי האבן געזאגט גיי צום סייט אדמין, און מ'האט געפרעגט ווער איז עס, ארענדאר ענטפערט נישט... יעצט האב איך באשלאסן אז כדאי צו פארגרינגערן וועל איך עס טון, און בעיסיקלי איז עס געווען די צוויי אישוס אין בערך די זעלבע תקופה, האמיר דאס געטון.
אינטערסאנט צו הערן, אויב מ'קען עס אנכאפן, וואס איז די שווערסטע זאך פון פירן אזא מאסיווע זייטל?
בעצם קען איך נישט ענטפערן אויף דעם, ווייל דאס דארפן די מנהלים זאגן, אבער וויבאלד איך דריי מיך מיט זיי, און האלט אלעס מיט, קען איך דיר זאגן אז לכו' די חלק צו האלטן א באלאנס אויפן סייט, יעדער שרייט אונז זענען צו אהין צו אהער, דער שרייט אז אונז זענען צו רעכט, דער שרייט אונז זענען צו לינק, אלע טעגלאשעס באשולדיגן אונז אז מיר זענען אויף די אנדערע צד.
פונקט די וואך איז געווען א דיסקוסיע ביי די מנהלים, און מ'האט געזאגט אז די גרעסטע קאמפלימענט איז אז ביידע זייטן שרייען אז מיר זענען אויף די אנדערע צד...
ס'איז אויך דא געוויסע זאכן וואס איך האב קעיר גענומען, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן, אבער בכלליות, ס'איז אסאך מאל שווער ווען מ'טוט געוויסע זאכן וואס דער המון עם פארשטייט נישט און פרעגט קשיות, בעת איך ווייס אז איך טוה ריכטיג 100 פראצענט, און ווען איך קען ווען אלעס שרייבן פובליק וואס און פארוואס מ'טוט אזוי, וואלט יעדער עגריט... אבער ב"ה מ'הענדלט עס...
וואס איז געווען די שווערסטע מעשה וואס דו האסט געדארפט באהאנדלן אלס סייט עדמין?
די שווערסטע זאך לכו' איז געווען מער אנהייב נאך, ווען איך האב געכאפט אז איינער באבערט אין די בעק פענעל פונעם סייט, אינעם מנהלים אפיס, ביז מ'האט געכאפט בכלל וואס יענער טוט אלס, און נאכדעם האט מען געדארפט אויספיגערן ווער ס'איז, און וויאזוי מ'זעהט אים ארויס פון דארט, ס'האט גענומען אסאך אסאך צייט, און גאר אסאך ארבעט דאס צו מסדר זיין.
גאנץ לעצטענס ביים אפטיילן די היכל הנגינה איז געווען גאר א פארצווייגטע אישו וואס איך האב נישט געקענט מסדר זיין, כאב געבעטן ארענדאר, ער האטעס אויך נישט געכאפט, כאב געבעטן הילף פון עטליכע וואס קענען זיך אויס, אבער ווייטער נישט...
למעשה האבעך געמוזט איין נאכט מאכן א ברענד נו היכל הנגינה און נאך אנדערע פארומס, און ב"ה זאכן זענען געפאלן אין פלאץ...
און נאכדעם איז דא די אנדערע חלק, ווי געזאגט פריער, אז מענטשן האבן אסאך מאל טענות, פארוואס אזוי און פארוואס אהין, און הלוואי ווען איך קען ווען אריינגיין אין דעטאלן און מסביר זיין, נאר וואס זאל איך טון אז נישט אלעס מעג מען און קען מען זאגן... מענטשן דארפן דאס פארשטיין... ס'איז שווער...
שרעקעדיגע מעשה די העק... וואס איז די געשמאקסטע חלק פון זיין סייט אדמין, חוץ אז דו קענסט מעקן און ווארפן לויט דיין באגער?
קודם פאר די רעקארד, איך קען נישט ווארפן לויט מיין באגער, די מנהלים זענען בעל בית. אבער אסאך מאל איז מיר אינטערסאנט מיט צו האלטן ווער עס שרייבט וואס... איינער פרעגט אומשולדיגע פראגעס, וואס מיינט דאס וואס מיינט יענץ, בעת וואס איך ווייס אז יענער איז א דירעקטער אגענט פון יענע קאמפעני אדער קהילה אד"ג...
אבער די עכטע געשמאקע חלק איז צו זעהן וויאזוי א סייט וואס טויזענטער טויזענטער אידן האבן הנאה, און איך פיל אז איך טוה אויף פאר סאסייעטי, אידן זענען זיך ממש מחיה, און מענטשן ווייסן ווער איך בין, סאו איך האלט אין איין צוריקהערן געוואלדיגע גריסן, ב"ה פאר דעם.
הייליגע ענטפער וויכי, פארצייל עפעס א געשמאקע מעשה וואס האט ארויסגעברענגט די שטארקייט פון אייוועלט... חוץ פארשטייט זיך די היסטארישע קאמפיין תחיית המתים ביי די 24...
וו: כ'דארף טראכן, אבער געב א קוק יעצט ביי די אוקריינע מלחמה, די גאנצע שטאט איז אויף מיט אייוועלט...
אבער ס'איז נישט נאר דאס, טאג טעגליך הערט מען צוריק ב"ה פון מענטשן, דא זאגט מיר א מגיה אז ער קוקט נאך דא מקורות וכוד' וכדו', אן א שיעור זאכן וואס אייוועלט טוט אויף אין אסאך הינזיכטן...
פארצייל אביסל סודות פון חדר וואס קען זיין אינטערסאנט פארן ציבור...
וו: דאפעך טראכטן...
אהא, הייסט ווילסט נישט פארציילן, אקעי... האסט לעצטענס געווארפן א באמבע איבער א מעידזשער אפדעיט, קענסט געבן אביסל מער דעטאלן איבער די ברעיקינג נייעס לכבוד דעם ערשטמאליגן אינטערוויו? גייט עס אויך אינקלודן א לייק באטן? אויף ווען גייט עס זיין?
וו: וואס זאל איך דיר זאגן, בעיסיקלי, ס'איז דא א גרופע ניקס אויף אייוועלט, גאר טאלאנטפולע אידן, און מ'ארבעט צוזאמען אויף אסאך זאכן וואס זאל זיין אינעם אפדעיט, ס'איז אסאך אסאך ארבעט, ס'איז דא א טעסק שיעט, און מ'גייט דורך זאך ביי זאך... וואס פונקטליך? צו ס'גייט זיין א לייק באטן? מאוסט לייקלי גייט זיין א לייק באטן, און נאך אסאך זאכן... כ'קען נישט זאגן קיין צייט, אבער ס'גייט זיין בקרוב בעז"ה, און ס'קומט אי"ה א הערליכע אפדעיט, מיט גאר אסאך גוטע פרישע זאכן פאר מענטשן צו הנאה האבן.
המנהל הרב לכאורה האט אמאל געזאגט אז איינער האט אים פרובירט צו בלעקמעילן, האסטו אמאל געהאט אזא עקספיריענס?
וו: איך געדענק נאך גוט די מעשה מיט די בלעקמעיל, ב"ה מיך האט קיינער נישט געטון אזא זאך, איך האב שוין יא געהאט מענטשן וואס האבן מיך פרובירט צו מאנופילירן אדער סטראשענען, אבער, איך ווייס אז איך טוה דע רייט טינג, און כ'זאג פאר מענטשן כסדר, דו גייסט מיך נישט טוישן מיט די סטראשערייען, מענטשן סטראשענען מ'גייט עפענען א נייע סייט, מ'גייט דאס און יענץ, איך זאג אייביג גאו אהעד, מענטשן ווייסן נישט וואס ליגט אלס אין אזא סייט, און וואס דאס פארנעמט, אבער ב"ה אוועראלל זענען מענטשן זייער פרענדלי און זייער וואויל.
איז אמאל אויסגעקומען א פערזענליכע קאנפליקט אוו אינטרעסט, דאס הייסט איינער וועם דו קענסט פערזענליך האט דיר געבעטן צו טוישן די אפיציעלע רולס פאר זיין טובה און ס'דיר געווען שווער אפצוזאגן?
וו: איך האב זייער זייער אסאך מאל ריקוועסטס אויף אזאכע זאכן, למשל מענטשן קאלן מיך אן און פרעגן מיך ווער איז דער ניק, דו מוזט מיר זאגן, כ'האב איינמאל געהאט איינע פון מיינע גרעסטע קליענטן האט מיר געזאגט ווער איז דער און דער כ'מוז וויסן, אבער ב"ה כ'האב נאך קיינמאל נישט געטון אזא זאך און ארויסגעגעבן, כ'זאג פאר יעדעם, דאס איז גאר קאנפידענטשל, און מאוסט אוו דע טיים פארשטייען זיי עס, עקשטעלי הונדרעט פראצענט פון די צייט, כ'מיין, אסאך מאל פרעגט מען נאכאמאל... בנוגע טוישן א רול, ווען ס'קומט צו אזא זאך זאג איך מיך אפ און כ'זאג רעד צו די מנהלים.
אהא, הייסט ס'איז נישט געווען קיין קוויד פראו קוואו... נו נו... זאג, האט דיר שוין אמאל אייוועלט געברענגט געלט? אריינגערעכנט אינשורענס פאליסיס...
וו: יא ב"ה, נישט איינמאל, נאר זייער אסאך, אייוועלט איז געווען א גרויסע פארט פון מיין 'פוש' אז מענטשן זאלן קויפן פאליסיס, נישט דווקא ביי מיר, ביי יעדעם, אבער אסאך מענטשן זענען געקומען צו מיר. און בכלל, כ'קען אסאך מענטשן דורך אייוועלט, און אסאך מענטשן זענען געווארן אזוי מיינע קלייענטס, גראדע איז דא קלייענטס וואס איך האב נאכדעם אויסגעפונען אז זיי שרייבן אויף אייוועלט, אבער יא, כ'האב אסאך מענטשן וואס קענען מיך פון אייוועלט און לכבוד דעם האבן זיי געטון ביזנעס מיט מיר.... ווילסט ארויפלייגן מיין ביזנעס קארד? חחח
נייס, האט דיר עס שוין געקאסט געלט? חוץ די צייט וואס עס קאסט דיר וואס וואלסט שוין מסתם געקענט זיין א ביליאנער לויט וויפיל ענערדזשי דו לייגסט דא אריין...
וו: קודם די געלט... די ביליאונען... א חבר זאגט מיר כסדר, ער רעדט איבער א געוויסע בילדינג וואס ער האט געקויפט יארן צוריק פאר פעניס און איז היינט ווערט אפאר מיליאן דאלער... זאגט ער אז ווען ער האט געקויפט יענע בילדינג האט ער געהאט די אפציע צו קויפן כמעט די גאנצע בלאק, אלעס איז געווען פאר סעיל... זאגט ער, ווייסט וויפיל געלט כ'וואלט ווען געהאט ווען כ'קויף ווען דעמאלטס די אלע בילדינגס? פרעג איך אים וויפיל? זאגט ער "פונקטליך אזויפיל וויפיל איך האב יעצט!" דער אייבערשטער מאכט נישט קיין חשבונות לויט וויפיל בילדינגס דו האסט אזויפיל געלט קענסטו האבן, וואס ס'איז באשערט האט מען סייווי, און וואס נישט נישט... סאו העטעך פעטעך...
אבער יא, ס'האט מיר שוין געקאסט געלט, טאקע ממש לעצטענס איז געווען איינע פון די שרייבערס האבן זיך אפגערעדט אז עפעס א געוויסע טעכנישע סיבה שטערט אים פון שרייבן, און מיט אפאר דאלאר וואלט ער עס געקענט פאררעכטן, האב איך אים אריינגעשיקט מיין קרעדיט קארד... סתם א דוגמה... דא נאך אזאלכע פעלער, אבער קלייניקייטן... מער ווייניגער ממש פעניס...
דאכט זיך מיר אז דו פלעגסט אמאל זיין שטארק אקטיוו אין די נייעס אפטיילונג, לעצטענס ביי רוסלאנד האסטו אויך אנגעהויבן לייגן אפדעיטס דא דארט... וואס זאגסטו היינט צו די מאסיווע נייעס אפאראט וואס אייוועלט שטעלט אהער?
וו: איך דארף זאגן?? דאס רעדט פאר זיך! די גאנצע וועלט רודערט מיט די נייעס אפטיילונג פון אייוועלט, כ'מיין, כ'דארף דיר נישט זאגן, ס'נישטא נאך אזאנס, סאיז אלעמאל געווען זייער גוט, דעטאלירטע רעפארטינג, צו ביי די וואלן, און ווער רעדט נאך טאקע יעצט פון די מלחמה, ס'נישט משיג צו זיין בכלל, סאו פרעגסט וואס איך זאג... אפילו נישטא וואס צו זאגן, ס'רעדט פאר זיך.
וואס זאגסטו צו אידישליך נייעס?
וו: איך זאג נישט.
אַוטש...
וועלכע ניק קענסטו זאגן האסטו די מערסטע הנאה חוץ אידישליך פארשטייט זיך?
וו: נישט דא אזא זאך, כ'קען דיר יעצט אויסרעכענען 50 ניקס און כ'האב נאכאלץ נישט אויסגערעכנט אלע, יעדער איינער אין זיין תחום, ס'איז נישט נארמאל.
פון וועלכע ארטיקל קענסטו זאגן האסט די מערסטע, אדער גאר שטארק הנאה געהאט?
וו: כקעניש זאגן אויף איין ארטיקל אז כ'האב די מערסטע הנאה געהאט, אבער כ'קען זאגן אויף איין ארטיקל, וואס כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט, און עד היום הזה רעדט עס נאך צו מיר, און כ'האב עס שוין געשיקט פאר אסאך מענטשן, ס'געבט מיר א געוואלדיגער חיזוק, די ארטיקל הייסט צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט! געשריבן דורך א ניק וואס רופט זיך 'אינטעליגענט', ער שרייבט שוין נישט דא יארן, עט ליעסט מיט דעם ניק, אבער דאס איז ממש מורא'דיג, ס'איז ממש פון די בעסטע ארטיקלען אויף אייוועלט!
מ'קען צוריק גיין צו אמאל, ס'איז דא אזויפיהל גוטע לאכעדיגע ארטיקלען אויף אייוועלט, איינס ביי איינס קנאקעדיגע סחורה, און אפילו היינט איז אויך דא סאליד שטיקלעך... ס'איז דא די שרייבער אויסגאבע, ס'איז אנבעליוועבל וואס פאר אן ארבעט די אידן לייגן אראפ! כ'דערמאן מיך, כ'בין געפארן קיין דובאי אויפן פליגער האבן א גאנצע גרופע מענטשן געליינט מאניש'ס רייזע מיט סוחי... ריזיג!!! ועוד ועוד... אבער יענע ארטיקל שטארט מיר ארויס, ס'איז שוין יארן אלט, און כ'ליין עס נאכאלץ איבער.
סתם פאר נייגער, וויפיל ניקס אין טאטאל האט מען/דו שוין געווארפן?
וו: כ'ווייס נישט, כ'קען נישט די נומער, אבער ס'איז דא גאר ווייניג וואס מ'האט ארויסגעווארפן פאר אייביג, געווענליך נאך א וואך צו א שטיק צייט, מ'ארבעט עס אויס און מ'נעמט צוריק. דו דארפסט פארשטיין, קיינער וויל נישט ווארפן קיין ניק, פארוואס אויסשפארן? נאר ס'דא אמאל וואס מען מוז עס טון, אמאל דארף מען שיקן א מעסעדזש וכו', אבער קיינער וויל נישט אויסשפארן פאר אייביג, סאו געווענליך ארבעט מען עס אויס און מ'נעמט צוריק נאך א וואך.
דו קענסט פערזענליך, אדער עט ליעסט שוין געטראפן פערזענליך אלע אחראים און מנהלים?
וו: כ'קען די נעמען פון אלע מנהלים, כ'האב שוין גערעדט צו אלע מנהלים, און ס'איז דא איין מנהל וואס כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן לייוו, אחראים איז דא 2 אחראים וואס כ'ווייס אפילו נישט וויאזוי זיי קוקן אויס, איינער ווייס איך אפילו נישט ווער ער איז, כ'האב געהערט איבער אים, אבער קיינמאל נישט צו אים אליינס, כ'ווייס אז ער וואוינט נישט דאהי, אבער כגעדענק נישט זיין נאמען, האפענטליך וועל איך אים נאך יא אמאל זעהן, און נאכדעם איז דא אחראים וואס כווייס די נאמען, אבער כ'ווייס נישט ווער די מענטשן זענען, די אנדערע מנהלים און אחראים קענעך, זיי זענען גראדע וואוילע אידן...
האט מען שוין אמאל געדארפט משלח זיין אן אחראי?
וו: מ'האט עקטשעלי קיינמאל נישט משלח געווען קיין אחראי, קענסט עס אנקוקן אלס א מעלה אדער א חסרון... אבער דאס אז א מענטש האט אוועקגעגעבן אזויפיל צייט און כוח פאר אונז, איך פיל נישט ווי מ'קען אזא איינעם משלח זיין, נאר וואס דען, ס'דא געוויסע מנהלים וואס זענען שוין נישט אקטיוו, האב איך אוועקגענומען געוויסע רעכטן פון זיי ס'זאל נישט קענען געשעהן נאכאמאל אזא מעשה פון וואס אונז האבן פריער גערעדט אז איינער זאל זיך איינברעכן, אבער מ'ווארפט קיינמאל נישט, אז כ'האב אן אישו קען מען רעדן מיט זיי, מ'נעמט סייווי נאר אויף אחראים וואס האבן א גוטע טרעק רעקארד, סאו די תירוץ איז ניין.
האט מען שוין אמאל געהאט אן ערנסטע פראבלעם מיט רבנים אד"ג איבער אייוועלט?
וו: ס'איז שוין געווען מעשיות, דאכעצך אז ביי איינע פון די אינטערוויוס מיט קרעמער אדער סאכדעס רעדט מען פון אזא מעשה...
אבער וואס איך בין געווען אינוואלווד, מענטשן וואס זענען געווען אנגעווייטאגט זענען געגאנגן צו רבנים און דערציילט מעשיות וואס אייוועלט איז, איינע פון די רבנים האט דעמאלטס גערעדט קעגן אייוועלט... איך בין געזיצן דעמאלטס מיט עטליכע מחנכים - דיינים, כאב גערעדט מיט יענעם רב אויפן פאון, כ'האב זיי קלארגעשטעלט וואס אייוועלט איז, רוב האבן זיי געוואוסט... עכ"פ כ'האב קלארגעשטעלט אז אייוועלט גייט פאלגן וואס זיי גייען הייסן, אריינגערעכענט אויב זיי הייסן עס פארמאכן... ח"ו! איז געווען די רעספאנס... האבעך געזאגט אז די מנהלים זענען ערליכע און וואוילע אידן, זיי קענען נישט ראנען קיין סייט אויב די רבנים זענען נישט העפי דערמיט... סאו איך גיב מיין נאמבער, אויב איז דא סיי וועלעכע קאמפלעין בינעך דא... אויב אבער גייט קומען א דרשה קעגן אייוועלט גייט מען מוזן פארמאכן...
זינט דאן גייט אלעס ווי ס'דארף צו זיין... דא דארט באקומעך פון אן עסקן א אימעיל איבער געוויסע קלייניקייטן, אבער ב"ה די רבנים זענען שטארק ביי די מיינונג אז אייוועלט איז אן אויסגעהאלטענע פלאץ, און ס'האלט אפ אסאך מענטשן פון גיין זוכן אויף אנדערע פלעצער...
איז דא אמאל שאלות אדער זאכן אינערהאלב אייוועלט וואס פאדערט זיך איבער צו שמועסן מיט א רב?
וו: די שאלה באלאנגט פאר די מנהלים, דאכצעך אז אין די קרעמער אינטערוויא וואס כאב דערמאנט רעדט מען דערפון...
אבער וויפיל איך ווייס, יא! סיז דא א קלארע דעת תורה וואס מ'שמועסט אויס מיט אים זאכן...
דו ביסטאך שוין לאנג דא, וויאזוי קוקסטו אן אייוועלט אמאל אנדערש פון היינט, און וואס איז די שטערקסטע חילוק? און אזוי אויך, האלטסטו אז די סטאנדארטן זענען געפאלן? אדער געשטיגן?
וו: איך געדענק נישט אייוועלט פון ווען ס'האט זיך געגרינדעט, אבער איך געדענק אייוועלט פון ווען ס'איז געווען קליין, און אזוי ווי יעדע זאך, ווען עס איז געווען קליין איז עס געווען א בעסערע קולטור, אזוי ווי מ'זאגט ווי קלענער די עולם אלס גרעסער די שמחה, און פארשטייט זיך ווען עס ווערט גרעסער פאלט עס אביסל, ווייל ס'דא טויזענטער מענטשן איז פארשטייט זיך דא בעסערע און שוואכערע, אבער פון די אנדערע זייט, היינט איז דא אזויפיל קוואלעטי אויף אייוועלט אז ס'איז נישט נארמאל, שרייבערס איינס ביי איינס אז ס'לאזט זיך נישט זאגן.
סאו פון איין זייט ווען ס'איז קלענער איז עס שענער, אבער למעשה ווען עס איז גרעסער איז עס סאך סאך מער, מילא אויך סאך בעסער, דא קענסטו היינט שוין בעטן הילף אויף יעדע זאך און ס'ווערט געענטפערט ביז סעקונדעס, נישט געווען אמאל אזא זאך.
טאקע וועלכע חלק פון אייוועלט האלטסטו איז די שטערקסטע?
וו: ס'איז דא אסאך שיינע זאכן... אבער די אחדות! דאס איז ווארשיינליך די שטערקסטע! יא, ס'איז דא אסאך מיינונג פארשידענהייטן, אבער ווען ס'קומט זיך צו העלפן איינער דעם אנדערן איז יעדער דא!
קוק אריין אין די איש את רעהו יעזורו אפטיילונג, א ים מיט הילף איבער אלס און אלעמען, נישט לאנג צוריק איז געווען די מקוה קאמפיין, ס'האט געשאקלט וועלטן! די נייעס פארום, וויזוי טאפ שרייבערס וואס פאקן איין אונזערע צייטונג שרייבער ענטפערן אזוי געמיטליך יעדע פראגע...
די ארבייט פון מנהלים און אחראים קעמען אויך נישט אוועקמאכן, זיי ארבייטן ביטער שווער, און גייען אוט אוו דעיר וועי אויב קעמען העלפן איינעם!
בקיצור, אייוועלט איז א קידוש ה'!
האסט נאך א ניק מיט וואס דו שרייבסט?
וו: איך האב נאך אפאר ניקס, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן סתם א תגובה מיט אן אנדערע ניק, נאר צו טעסטן זאכן למשל אין פריוואטע פארומס, פאר מ'עפנט אויף וכו' אדער צו אויסטרייען נייע זאכן למשל וואלן, אבער סתם תגובות האב איך נאך קיינמאל נישט געשריבן מיט אן אנדערע ניק, עז פאר עז איך געדענק.
די ניק 'אידישע וועלט' האב איך איבערגענומען ווען איך בין געווארן אדמיניסטראטאר, און מיט יענע ניק שרייבט מען נאר א מעלדונג אדער ביי די מנהלים, סאו ניין, פאר סתם תגובות האב איך נישט נאך א ניק. אז דו רעדסט פון דעם איז אסאך מאל קאמיש צו זעהן וויאזוי ניקס קאמפלימענטן זיך אליינס אדער פרעגן קשיות מיט זייערע דאפלטע ניקס... שששש....
אויב וואלסטו געקענט איינפירן א פרישע תקנה אין אייוועלט וואס וואלט עס געווען?
וו: או הא! אסאך זאכן! צווישן אנדערע, פערזענליכע אטאקעס וואלט איך סאך מער געשטאנען דערויף, אסאך מאל קומען מענטשן ארויף מיט אזעלכע נאאיווע קשיות, און אנשטאטס יענעם צו אטאקירן דירעקט, מאכט מען עס מיט אזא אונטערערדישע מהלך, דאס וואלט איך ווען געבענט קאמפליטלי, דארפסט פארשטיין, אייוועלט איז א פלאץ פאר מענטשן צו אינדזשויען און זיך אויספלאגן פון ריעל לייף פאר 15 מינוט, קומט ער נישט אריין דא צו ווערן אטאקירט פאר זיין מיינונג אדער פאר זיין שיטה, דאס וואלט איך קאמפליטלי אויסגעראטן.
אפשר וואלט איך אויך אינגאנצן פארבאטן די בחצרות הקודש פאליטיק, דאס ברענגט קיינמאל נישט קיין גוטע זאכן.
אויך, נייע שרייבער, אסאך מאל קומען מענטשן גלייך ארויף, זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין צו די גאנצע נושא, און גלייך איז מען דא מיט אגענדעס, איך וואלט געמאכט אז א נייע שרייבער קען נישט שרייבן אזוי סאך אנפאנג, אדער דארף ווערן אפראווד אנפאנג, כ'וואלט געטון געוויסע זאכן, אבער ס'ראנט ס'גוט... נא... נעקסט...
וואס זעסטו די פיוטשער פון אייוועלט?
וו: כ'האב מיך אויסגעלערנט אז כ'קען נישט פרודיקטן... אבער אויבנאויף, קודם כל, סקומט דאך יעצט די מעידזשער אפדעיט, סקומט מעכטיגע זאכן, סאו יא, דאס איז די פיוטשער, און ווי כ'האב פריער געזאגט, כמעט יעדע מענטש וואס איך קען האט א ניק, און ס'גייט נאר ווערן מער און מער, ס'איז א חלק פון ריאליטעט אז מענטשן האבן היינט עקסעס, צו פון א פליפפאון, ארבעט, סמארטפאון וכו', און ווי מער מ'דרייט זיך אויף אייוועלט, דרייט מען זיך נישט אויף אנדערע פלעצער, ווייל דא איז אלעס אלעס דא.
און כ'האלט אז דא איז די פלאץ ווי מענטשן זעצן זיך און גייען זיך זעצן, ס'קען זיין אז מיט די צייט גייען מענטשן טרייען צו קאמפיטן, ס'גייט זיי זיין זייער שווער, פשוט ווי גרויס און רייך אייוועלט איז היינט, די דאטא און טאלאנט וואס אייוועלט פארמאגט איז אומבאשרייבליך, אבער נאכאמאל, ס'קען זיין אז סגייט ארויפקומען א צווייטער, אבער די פיוטשער איז אז גאנץ כלל ישראל וועט זיך דרייען אויף אייוועלט!!! (דא האט וויכי געשריגן מיט פאטאס... א.)
העריך... זאגסט אזוי אז דו קענסט נישט פרודיקטן... וואס האלטסטו גייט זיין די אויסגאנג אין אוקריינע?
וו: איך קען נישט פרודיקטן, איך קען נישט... ס'איז ממש אימפאסיבל... איך האב נישט געהאלטן אז פוטין גייט האבן די גאָטס אריינצוגיין, און איך האב נישט געהאלטן אז אויב גייט ער אריין גייט אים עס נעמען מער ווי אפאר טאג, סאו איך קען נישט...
זאגסט אזוי אז ממש דו קענסט נישט... האלטסט אז טראמפ גייט לויפן און געווינען אין 2024?
וו: כקעניש... כקעניש פרודיקטן ווי מ'זאגט... כ'ווייס נישט, כקעניש, כ'וואלט געוואלט ער זאל נישט לויפן, אבער כקעניש...
דו האלטסט אז דו גייסט איין טאג גענצליך פארלאזן אייוועלט?
וו: ווייטער פרעדיקשן?
וויזוי איך קוקעס אן איז נישט שייך פאר מיר צו פארלאזן אייוועלט, קען זיין כ'וועל אויפנעמען הילף און זיין ווייניגער אקטיוו, אבער ווי געזאגט, אין מיינע אויגן איז אייוועלט היינט א חלק פון די לייפסטייל פון יעדן אידיש רעדנדע איד... אז ס'איז דא א געשעהעניש ערגעץ וואו אויפן וועלט, קומט מען אריין ליינען, און אז מ'ליינט האט מען קאמענטארן אדער פראגעס, סאו שרייבט מען... און העלפן די מנהלים, ווילאנג דער אייבערשטער גיבט מיר די געלעגענהייט וועלעך פראבירן צו העלפן, און אז ס'וועט אויספעלן העט מען נעמען הילף...
נאך א שאלה, קען זיין ס'איז אביסל וויזויהייסטעס... באדערט דיר אז אסאך פראמינענטע שרייבער לאזן איבער אייוועלט פאר באצאלטע פאזיציעס? האלטס אז עס איז א גוטע זאך אז אייוועלט בויעט שרייבער און דערנאך קענען זיי מאכן פרנסה דערפון?
וו: וויזויהייסטעס? פארוואס זאל מיך עס באדערן? פארקערט, איך פריי מיך פאר זיי, מענטשן וואס האבן מהנה געווען אזויפיל אידן מעגן נישט עפעס פארדינען פאר זיך? ווי מער!
איך בין אויסגעלאפן פון פראגעס, אויב האלטסטו ווען אפ אן אינטערוויו מיט מיסטער וויכי, וואס וואלסטו אים געפרעגט?
וו: חחח גוט! דאפעך טראכטן...
א מעסעדזש פאר די ביליאנען צוהערער ליינער און קאמענטירער און שרייבער פון אייוועלט בכלל און אידישליך בפרט?
וו: עטליכע זאכן... זעץ דיך צוריק אראפ...
איינס: אייוועלט ווערט געליינט ביי טויזענטער (!!) מענטשן, (אריינגערעכענט ביי דיר אליין 10 יאר ארום) סאו פאר דו שרייבסט טראכט!
צוויי: אייוועלט האט (אדער האט געהאט) א דעסקריפשן "קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס וכו"... קום נישט אריין דא צו ווערן אנגעצויגן אדער אנציען אנדערע, קום אריין זיך צו ענדזשויען און באקוועם מאכן פאר אנדערע...
דריי: נישט אלעמאל כאפט מען אויף די מינוט, אבער די מנהלים און אחראים טרייען באמת אוועקצולייגן זייער פערזענליכע נגיעות און פראבירן די מערסטע וואסי שייך זיך צו האלטן נוטראל אין יעדע סאבדזשעקט...
אסאך מאל קוקטעס אויס אז די הנהלה איז איינזייטיג, וויסן זאלסטו אז ביי כמעט יעדע אישו ווען דו שרייסט אז די מנהלים זענען צו לינקס שרייבן די אנדערע אז די מנהלים זענען צו רעכטס...
פיר: סיז דא זייער אסאך זאכן וואס די מנהלים ווייסן און פאר סתם עמך ניקס איז זייער מאדנע וואס מ'האט געטוהן... (למשל יעצט איז אידישליך נחסם, איך בין זיכער אז מאנכע האבן שוין סיבות דערויף...) גלייבן דארף מען אין באשעפער, אבער אויף אזויפיהל מעג מען אונז טראסטן אז אונז ווייסמער וואס אונז טומער... מ'מעג פרעגן, אבער פאר מ'רייסט אראפ אדער פאר דו קומסט צו אן החלטה ווייס אז דו ווייסט נישט אלעס... אבער גלייכצייטיג, יא, אונז זענען אויך מענטשן, און פארשטיי אונז אויב מיר האבן אמאל געמאכט א טעות!...
פינף: דאס איז דאכצעך אויך גוט אין ריעל לייף... א מענטש מעג האלטן ווי טראמפ אויף איין זאך און ווי ביידן אויף א צווייטע! ווען איינער האלט אז טראמפ האט נישט קעלודעד מיט ראשע מיינט נאכניש אז ער גיבט גערעכט פאר טראמפ פארן אראפרייסן מעקעין...
איינע פון די גרעסטע פראבלעמען אין די פאליטישע אשכולות לדעתי איז אז מענטשן ווערן אראפגעמאלן ווי א טראמפיסט אדער אנטי טראמפיסט...
מ'מעג האלטן אז טראמפ איז א 'ווירדאו', אן עגאאיסט און דאך האלטן אז ער איז געווען א גוטע פרעזידענט וכד'...
ס'איז אפשר א דיטעיל, כ'האלט אבער אז אויב גייט דאס אריינגיין אין קאפ גייט מען פארמיידן אסאך עגמת נפש אין די פאליטישע אשכולות...
אייזן! סאלידע פוינטס איינס ביי איינס! זאג, זינט ווען זאגסטו אזוי גוט?...
נאך עפעס וואס דו ווילסט צולייגן?
וו: ליין מיין חתומה... האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?
ס'קומט אפשר נישט אריין, אבער איך בין געדרעינט פון קרן יתומים קאמפיינס! ס'מאכט שוין נישט קיין סענס...
וואס נאך? כ'מיין אז יעצט זאל דער עולם אריינקומען פרעגן, זאל יעדער פרעגן זייערע פראגעס, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן די מערסטע וואס איז שייך.
א הערצליכן דאנק הרב וויכי פאר דיין צייט, א הערליכע און גאר אינפארמאטיווע אינטערוויו האסטו דעליווערט, דער עולם וועט זיך זיכער מחייה זיין דערמיט, און נאכאמאל א דאנק פאר דיין צייט, כ'ווייס אז אין געוויסע אשכולות איז יעצט חאגע ווייל כ'האב דיר דא אראפגעבינדן, זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן מיט כל טוב וטוב.