חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי
דער סדר פון חוק לישראל איז מיוחס צום הייליגען אר"י הק' זי"ע (די עיקור, לכאורה די מוסר וכד' איז שפעטער געווארן ציגעלייגט) עס איז א מייסטערהאפטיגן אויסשטעל אז מ'זאל יעדען טאג לערנען פון אלעם עפעס, און כדאי יוצא זיין די חיוב וואס ליגט אויפען יעדן, אשר בשם ישראל יכונה, און ווי אויך מ'זאל האבען וואס צי ענטפערען ביי די ערשטע שאלות אויבען,
פארשטייט זיך אז אויב מ'מאכט דאס טאקע פאר א חק ולא יעבור, איז דאס גיט געפיל פון דעם, און פארשטייט זיך דער שכר, אין לשער,
עס ערהאלט אין זיך
1) תורה = קומט אוס מלערנט יעדן טאג חו"ר, וואס כידוע האבן אלע צדיקים געהעלטע אז אן חו"ר יעדע טאג איז מען קיין יוד נישט, און כידוע וואס די הייליגע ר"ר מרדכי'לע פון נאדבורנה זי"ע האט געזאגט פארן סאטמאר רבי זצוק"ל, אז ער קען צדיקים וואס אויף די עלטער האבן זיי נישט געוויסט ווי די רבוש"ע איז, ווייל זיי האבן נישט געפילעוועט און חו"ר, (ווי אויך איז אריינגעלייגט אז מ'זאל קענען ענדיגען יעדע וואך די גאנצע סדרה)
2) נביאים = וואס איז געווענדליך אויף די הפטורה פון די וואך
3) כתובים = וואס איז משלי תהילים וכד' וואס איז סייווי כדאי צי לערנען אמאל פאר זיך מיט רש"י
4) משניות = כידוע איז משנה אותיות נשמה און עס לייטערט אויס די נשמה, ווי באקאנט האבן אידן פונעם דור הקדום אסאך געלערענט משניות
5) גמרא = ווער ווייסט דען נישט אז צי זיין א שטיקעל בר הכי מיז מען יעדען טאג לערנען גמרא
6) זוהר הקדוש = איז דאך א ענין צי זאגען אפילו מען פארשטייט נישט, וואס יודען האבען געזאגט א גאנץ יאר (ובפרט טאקע און די יעצטיגע טעג) וואס איז זייער מסוגל פאר די נשמה, ווי אויך ווער וויל דען נישט האבן א שייכות מיטן הייליגן רשב"י נישט נאר ל"ג בעומר (בר יוחאי טאנצט זיך אנדערש אז מ'ווייסט מהאט א שטיקל שייכות, מ'האט יעדען טאג געזאגט חאטש א שטיקעל זוה"ק וכד')
7) הלכה = צוויי הלכות יעדען טאג אריינציגיין אינעם כלל פון כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבה
8) מוסר = וויזוי האבן געזאגט די גרויסע בעלי מוסר, 'א טאג וואס גייט דורך אן מוסר איז קיין טאג נישט'
חוץ דעם האט דאס האט געוואלדיגע סגולות אויף פארשידענע זאכען, איז אויך אויף פרנסה בריוח ווי איך האב געהערט אמאל דעם ווארט "הטריפינו לחם חקי"