קומען זיי ארויס מיט די ווייטערדיגע פרשיות היי יאר?
אויך וואלט איך מציע געווען זיי זאלן מאכן א קליינעם פארמאט אויך, אזוי ווי אסאך ואני בתוכם לערנען עס אינטערוועגענס.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חסיד נלהב האט געשריבן: אין די גמ' לערנט מען היינט ברכות דף ל''ב דארטען ברעגט די גמ' די מעשה מיטן חסיד וואס האט נישט געוואלט איבערהאקען אינמיטען דאווענען פאר'ן שר, די שר ווען ער האט פארגעהאלטען דעם חסיד ברענגט עטליכע מקורות אויפען איסור פון זיך אריינלייגען אין א סכנה איינס פון דעי איז דער פסוק רק השמר לך ושמור נפשך מאוד וגו' באמת איז ממש א פלא וויאזוי דער פסוק וואס די משנה אין אבות לערנט עס אויף די איסור פון שכחת התורה ווערט גאר באניצט אויף די חיוב פון שמירת הגוף?
די פלא איז נאכמער אז די רמב''ם בהל' רוצח איז מעתיק להלכה די חיוב פון זיך היטען פון אלע סארט סכנות פון דעם פסוק הנ''ל
ס'דא וואס ווילען'ס מיישב זיין אז היות א שוכח דבר אחד ממשנתו הרי''ז מתחייב בנפשו, א''כ איז דא דער מקור אז מען ברויך זיך היטען פון אלע סארט סכנות.
יעקעלע פוקס האט געשריבן: נביאים די וואך איז אינטערעסאנט
יעדע וואך איז די נביאים פון די הפטרה פון פרשת השבוע, די וואך פ' כי תצא איז עס פון ספר יהושע די מעשה מיט גלית,
ווער ס'קען זאגען פשט איז מכובד.
הגם די זוה"ק איז געווענדליך אויך פון פרשת השבוע, אבער אסאך מאל איז עס לפי הזמן ווי למשל די וואכען פון שובבים איז עז מעין הזמן וכד', און די וואך איז עס אויך נישט פון די פרשת השבוע, נאר שטיקלעך פון תשובה, וואס ווי פארשטענדליך מעין הזמן, אבער די נביאים איז מיר א פלא
farshlufen האט געשריבן: דא איז געוועזן א שמועס איבער די שינוים אינעם סדר המשניות, אצינד האט היברו בוקס דנן ארייפגעשטעלט אן אלטן חק פון ליווארנא, וואלט כדי געוועזן צו זען וועלכע סדר דארט איז געדרוקט.
מי יודע האט געשריבן: האט איינער א ליסטע פון די אלע פרקים משניות וואס מ'לערנט 'נישט' אינעם סדר פון חק?