אייוועלט פרעזענטירט: 'סדר נאכט' - פסח דאבל סידי!
א גוטן ערב יו"ט אלע אידן...
וויזוי גייט עס? וויזוי שפירט איר? וואס מאכט איר? (קרעדיט: מענדל אונגאר אויף קולמע).
אין מצרים איז געווען מכות וואס איז געקומען מיט א התראה בעפאר פון משה רבינו, און אזוי ציווישן איז אנגעקומען אזא מכה'לע מיט א שטורעם, אומגעווארנט און אומגעראכטן...
אלזא, אייוועלט שטעלט אייך פאר, אזוי אומגעראכטן און אומגע'התראה'וועט, א הערליכע דאבל סידי לכ' דעם הייליגן יו"ט פסח הבעל"ט!
קום זעצט אייך אוועק צום הערליכן 'סדר נאכט' סידי, הלילה הזה כולנו מסובין און מ'הערט אויס דעם סידי. מ'טובלט זיך אין די הערליכע ניגונים שתי פעמים! ערשט'ן סדר און דעם צווייט'ן סדר! מחמת ספיקא דיומא...
א הערליכע דאבל סידי, פונעם שענסטן ביזן נאך שענער'ן, הערליכע געקליבענע ריין-פסח'דיגע ניגונים, שיין געפלאכטן און מסודר לכ' פסח. פון די שענסטע און בעסטע וכו' זינגערס וכו'
הערט און ווערט הנאה!
- - -
אזוי ציווישן די איינקויפן און די קראצערייעכטס, ציווישן מרור און חרוסת, האבן טייערע יונגעלייט אריינגעלייגט שווערע כוחות אהערצושטעלן דעם דבר נאה ומתוקן, דעם הערליכן סדר מסודר און שיין.
בראשם געבן מיר דעם יישר כוח פאר @א שרייבערל, וואס ער האט שוין לאאאנג איבערגע'ירשנ'ט דעם פראדוצירער טיטל.. דער האט זיך אריינגעלייגט פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל ס'זאל ארויסקומען א דבר השלום והשלוה!
אזוי אויך פארן חשובער ניק @הרוצה בעילום שמו המבורך, וואס האט צוגעשטעלט דעם הערליכן בוקלעט כאשר תחזינה עיניכם מאהשערים, סידי ביופיו תחזינה עיניכם, ווי ס'פאסט פאר אזא מלכות'דיגע יום טוב.
און אזוי אויך, אין איין פעקל, פאר די אנדערע חשובע ניקס המסותפפים בצילא דמאיימעניסע, @מתמיד @מקווה איד @שלוימי שפילמאן, און ווער נאך??? זאג מיר נישט אז כ'האב איינעם אויסגעלאזט.
זאלן מיר אלע האבן א חג כשר ושמח, א לעכטיגע פרייליכע כשר'ע יום טוב פסח, און מיר זאלן נאך זוכה זיין דעם יאר זיצן אין ירושלים עיה"ק און מקריב זיין מן הזבחים ומן הפסחים און הערן דעם הערליכן שירת הלוויים במהרה בימינו אמן!
וואס נאך? קשיות וועט איר פרעגן ביים סדר נאכט... יאללא, געגאנגען...
- - -
אכטונג! נישט חמץ מאכן דעם סידי!!!
שרייבערל, לייג אהער די פרישע סחורה... ניין, נישט דארט!.. יא, דא!....