Re: אייערע אייגענע ארכיווען און אוצרות
יודיש נחת קאווער
ניגונים 1:
רעקארד זייט ניגונים 1:
ניגונים 2:
רעקארד זייט ניגונים 2:
ווערטער פון ניגונים:
ווערטער פון די ניגונים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איצל פיצל האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 21, 2023 6:38 amטייערע @הארזים שוין יארן לאנג וואס איך פרוביר ווער עס קען מיר מיר העלפן לייזען מיין רעטעניש בנוגע דעם כל נדרי ניגון. אין דעם לינק https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 91#p212691 קענסטו זעהן אז כ׳האב שוין געפרעגט דערוועגן 13 יאר צוריק און קיינער האט מיר נישט געקענט העלפן. און דא האסטו מיר געברענגט דעם ענטפער. כאטש עס איז נישט קלאר די ווערטער האב איך אבער געקענט אויסליינען פון די ווערטער בערך די 4 שירות וואס זענען ארויסגעפאלן פון ר׳ יום טוב׳ס רעקארדינג. ער האט בפשטות בטעות אויסגעלאזט די 4 שירות ווען ער האט ריקארדעט דעם ניגון. די 4 שירות געבן א נייע באדייט צום ניגון.הארזים האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 07, 2022 4:04 pmבאמת האב איך דאס נישט געוואלט לייגן, אבער די ווערטער "תשובה" האט געשריגען אז יעצט איז די צייט,
דאס איז א ארגינאלע רעקארד פון הרה"ח ר' יו"ט עהרליך, איך גלייב אז רוב עולם קען עס פון שלאף ארויס..
די "תשובה רעקארד" האט ער ארויסגעגעבן און שובבי"ם בואו תשובה" תשכ"ב,
מערקט די זיסע גרעפיקס פון יענע צייט, די וועג פון תורה און הפקרות...
איר קענט זעהן דעם דאטום אינמיטען אויף די פאדערשטע זייט,
מער איבער רעקארדס, און רעקארד פלעיערס א צווייטע געלעגענהייט אי''ה,
אגב די רעקארד האב איך באקומען פון איינער וואס איך קען דורך די וועלטעל, ער ווייסט אז אים מיין איך, א שכח נאכאמאל..
די ריסייזן הארגעט די קלארקייט דערפון.
ווי איך שרייב שוין דעמאלדס אז עס מאכט נישט קיין סענס די ניגון אן די 4 שירות. ווייל ווער האט פארציילט פאר די אלטע פרוי אז ער איז א בעל תפילה, אז זי לויבט דעם אייבערשטן אז ער האט זיי געשיקט איינער וואס קען דאווענען פארן עמוד. אבער אין דעם פיקטשור פונעם ארגינעלן רעקארד זעהט מען אז עס שטייט דארט קלאר ווי ער פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א בעל תפילה און ער איז געווען זיין משורר.
ישר כח גדול.
דו קענסט אפשר ברענגן א קלארע פיקטשער? אדער שרייבן קלאר וואס עס שטייט אין די פיר שירות?
איך בין נייגעריג צו נאך האבן דאס באמערקט?
נאכן שרייבן די תגובה האב איך הערשט באמערקט אז דאס איז שוין א אלטע פאוסט פון @הארזים. איך האב געמיינט אז מען האט עס יעצט ניי געברענגט ווען לוי׳ס נייע סידי.
ביי מיר די זעלבע, דעמאלטס האב איך אויסגעגאנגען צו האבן איינס... געדענק איך ווי איך בין איינגעשטאנען ביי איינעם און יענער האט געהאט א שטיינערנע, איך האב נישט אויפגעהערט קוקן אהין...
פארוואס ניצטו עס?
איך צימאל ווייטעמינען פאר די קינדער.
שטעל א בילד.
פארוואס דארפסטי א בילד? איז עס נישט עפעס וואס מען קען קויפן אין סטאר? מינאינג איך פארשטיי אז אלץ קינד האסטי עס זייער שטארק געדארפט אבער יעצט קענסטי עס אליין קויפן. איך גלייב אז @את פתח האט א נייע נישט קיין אנטיק
וויאזוי ער צימאלט דערינען, איך בין נייגעריג וויאזוי עס זעהט אויס.אזוי זאג איך האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 15, 2023 10:25 am
איך בין נייגעריג וואס די האסט געזאגט פאר דיין ווייב ווען זי זעט אז די כאפסט א פיקטשער פין דעם..
מיין ווייב קען בעסער אייוועלט ווי אסאך ניקים דא...
מסתם
מיין לייק איז נישט אויף די ערשטע שורה אז דו האסט שוין לאנג נישט געלייגט קיין פרישע סחורה.הארזים האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:37 pmשוין לאנג נישט געלייגט קיין פרישע סחורה.
דאס איז א שטייסל, מען צושטויסט דערינען גראזן וכדומה, לצורך רפואה אדער פאר אנדערע צוועקן, מען באניצט זיך נאך דערמיט היינט ביי אסאך משפחות,
מען לייגט אריין די געוויקסען אינעם שיסל, און מיט די שטעקן האקט מען דערויף, און מען צומאלט עס.
מען פלעגט מאכן שטייסלעך פון אלע סארטן מאטריאל, דער דאזיגער איז פון אייזן.
דער דאזיגער שטייסל האב איך באקומען בתורת ירושה פון איינעם, וואס האט זיך באניצט דערמיט יארן לאנג, מען קען זעהן די עק פונעם שטעקן איז שמיציג און צוהאקט פון די געוויקסען.
איך בין נייגעריג אויב איינער דא באניצט זיך דערמיט, אדער ביי זיי אין די משפחה.