נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אינטערסירט אין אזא פארום?

יא
177
88%
ניין
24
12%
סך הכל שטימען: 201

אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

תגובה דורך ניינער »

אגד האט געשריבן:

לייג שוין אייער אויך און די האסט געקאווערט די גאנצע פריזשערעטאר…
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

ניינער האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
לייג שוין אייער אויך און די האסט געקאווערט די גאנצע פריזשערעטאר…
כ'האב שוין פיר מאל געזען היינט דא די רעסעפי. איינמאל האט עס געהייסן יאפטשיק איינמאל פאלטשע יאפטשיק איינמאל קוגל יעצט הייסט עס טשולנט. כ'ווארט אויף וואס נאך ס'קען הייסן נאכדעם האבעך שוין א אנדערע סאפער פאר יעדן טאג.
זוכה אהא אהא...
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

[quote="צעטל קלעבער"

נ.ב. מן הסתם באוואוסט, אבער ביי אונז לייגט מען אריין מאנדלען אין די טשאלענט אנשטאט באנ***ך, ס'קומט ארויס ווייעך און געשמאק.

הצלחה רבה
ושמחת יו"ט[/quote]
באנדלעך איז קטניות, און עס מעג ווערן ארויסגעשריבן אום פסח
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?
מידל טשאק (אדער עני אנדערע ווייכע פלייש)
נעק ביינער
קניען ביינער
מארעך ביינער
פאטעיטאס
וואסער
(געדינסטע צוויבל - אפשינעל)
ביסעלע זאלץ

כ'האב געזען וואס לייגן צו געמאלענע פאטעיטאס אנשטאט אבער איך ווייס נישט וויאזוי עס קומט זיך אויס מיט די ביינער
לעצט פארראכטן דורך יצחק ברוך אום מיטוואך אפריל 20, 2022 8:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

ממש יעצט האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
לייג שוין אייער אויך און די האסט געקאווערט די גאנצע פריזשערעטאר…
כ'האב שוין פיר מאל געזען היינט דא די רעסעפי. איינמאל האט עס געהייסן יאפטשיק איינמאל פאלטשע יאפטשיק איינמאל קוגל יעצט הייסט עס טשולנט. כ'ווארט אויף וואס נאך ס'קען הייסן נאכדעם האבעך שוין א אנדערע סאפער פאר יעדן טאג.
ווייסעך נישט פארוואס פאלשע יאפטשיק אדער קוגל דאס קוקט אויס ווי א פסח'דיגע טשולענט/גולאש חוץ די חידוש פון מאנדלען וואס איך זעה יעצט די ערשטע מאל.

אייער איז גראדע נישט שלעכט פאר די וואס גלייכן טשולענט אייער...
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

enjoy האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:
די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.
גוטע געדאנק
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
סהאט די זעלבע טעקטשור ווי בונדלעך?
פאר וואס נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר וואס נישט »

כינור האט געשריבן:
ס׳איז פסח אויפן וועלט, מ׳ברויך פרייליך זיין, אבער די הונגער נאגט... נישטא וואס צו נאשן. ווי קען מען בשמחה זיין ווען די מאגן איז נישט געזעטיגט. מען קען איבערלעבן בלויז אויף מצה און אייער אבער נישט לעבן. אפשר אין דעם אלטן אמאל איז דאס געווען בכדי שיעשו אבער כהיום זענען מיר ספוילד לייק נעווער ביפאר און קעגן א היינטיגע מאלצייט איז אחשורוש׳ס משתה א סעודה קטנה. וואס טוט מען דא? עפעס א קריעטיווע געדאנק?

און דאן איז עס איינגעפאלן.

אן אייוועלט קאך!

מען וועט מטכס עצה זיין ברודערלעך בינאזאם ווי אזוי צו ברענגען דעם הונגער צו אן ענדע... דורכ׳ן ברעינסטארמען נייע רעצעפטן און אינאיינוועגס צוריקבראכן דעם שמחת יום טוב פון אמאל.

די פארום וועט דינען אלס אכסניה פאר אלע עסן אנגעלעגנהייטן, אויסצושמועסן געדאנקען און טיפס ארום שפייז, און איבערהויפט ווי אזוי אהערצושטעלן א פיינעם טשולענט וואס זאל ראטן אין די געסט.

זענט איר אין?
זייער א גיטע געדאנק
גראדע האב איך שוין פארבירט א אשכול פון קאכן ווידעא'ס אבער... כ'ווייס נישט, זעהט אויס אז דער עולם איז נישט געווען היגעריג,, מען האט נישט צו געהאלפן
קאך לעפל - אינטערעסאנטע טיפס און קליפס פון קאך
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.
גאר גוט
(אפשר אויך א פעינטינגס אשכול נישט פאר פרא'ס)
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524

הייסע פעפער האט געשריבן:

און מאלערייען
לעצט פארראכטן דורך הייסע פעפער אום דאנערשטאג אפריל 21, 2022 2:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

שמחת עולם האט געשריבן:
די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.
איך בין רעדי!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

הייסע פעפער האט געשריבן:
הייסע פעפער האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.
גאר גוט
(אפשר אויך א פעינטינגס אשכול נישט פאר פרא'ס)
און מאלערייען
איך באקום קרעדיט פאר 'שמחת עולם'ס געוואלדיגע איידיע....
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פאר וואס נישט האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
ס׳איז פסח אויפן וועלט, מ׳ברויך פרייליך זיין, אבער די הונגער נאגט... נישטא וואס צו נאשן. ווי קען מען בשמחה זיין ווען די מאגן איז נישט געזעטיגט. מען קען איבערלעבן בלויז אויף מצה און אייער אבער נישט לעבן. אפשר אין דעם אלטן אמאל איז דאס געווען בכדי שיעשו אבער כהיום זענען מיר ספוילד לייק נעווער ביפאר און קעגן א היינטיגע מאלצייט איז אחשורוש׳ס משתה א סעודה קטנה. וואס טוט מען דא? עפעס א קריעטיווע געדאנק?

און דאן איז עס איינגעפאלן.

אן אייוועלט קאך!

מען וועט מטכס עצה זיין ברודערלעך בינאזאם ווי אזוי צו ברענגען דעם הונגער צו אן ענדע... דורכ׳ן ברעינסטארמען נייע רעצעפטן און אינאיינוועגס צוריקבראכן דעם שמחת יום טוב פון אמאל.

די פארום וועט דינען אלס אכסניה פאר אלע עסן אנגעלעגנהייטן, אויסצושמועסן געדאנקען און טיפס ארום שפייז, און איבערהויפט ווי אזוי אהערצושטעלן א פיינעם טשולענט וואס זאל ראטן אין די געסט.

זענט איר אין?
זייער א גיטע געדאנק
גראדע האב איך שוין פארבירט א אשכול פון קאכן ווידעא'ס אבער... כ'ווייס נישט, זעהט אויס אז דער עולם איז נישט געווען היגעריג,, מען האט נישט צו געהאלפן
קאך לעפל - אינטערעסאנטע טיפס און קליפס פון קאך
זארג זיך נישט… די אלע וואס ברויכן דאס, קומען אן צו קאשער-דאט-קאם…

איך באלעק מיך מיט שעף געיבס קליפס, און מיט די ראש חודש קלאב, א נחת דאס צו קוקן און נאכמאכן אינדערהיים…
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
איך הער יעצט די ערשטע מאל וועגן מאנדלען. עס געבט נישט אריין א מאנדל טעם אין די טשולענט?
אוועטאר
אגד
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2020 11:32 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אגד »

Porfavor האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
איך הער יעצט די ערשטע מאל וועגן מאנדלען. עס געבט נישט אריין א מאנדל טעם אין די טשולענט?
געטרייט דע יום טוב דאס ערשטע מאל ס'קומט ארויס ווייעך אי א טשולנט טעם
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

אגד האט געשריבן:
Porfavor האט געשריבן:
אגד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

Potato
Fried Onion
Almonds
Flankin meet
Oil
Salt
איך הער יעצט די ערשטע מאל וועגן מאנדלען. עס געבט נישט אריין א מאנדל טעם אין די טשולענט?
געטרייט דע יום טוב דאס ערשטע מאל ס'קומט ארויס ווייעך אי א טשולנט טעם
עס איז מיר זייער אינטערעסאנט ווייל ניסלעך, ספעציעל almonds, קענען מאכן א intense טעם אין א זאך. איך וואלט געוואלט הערן פון נאך ליינער וואס האבן דאס פרובירט, וואס זייער עקספיריענס איז געווען.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

צעטל קלעבער האט געשריבן:
איך באקום קרעדיט פאר 'שמחת עולם'ס געוואלדיגע איידיע....
סאררי..
שמחת עולם האט געשריבן:
איך האב געמיינט דיר צו ציטירן,
הייסע פעפער האט געשריבן:
גאר גוט
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

האלצשטיין האט געשריבן:
Beautiful idea. But make sure to give lessons before to teach all men how to figure out the sizes of each Bekele...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אויב במשך 10 יאר האט זיך ס״ה א געפילט 11 עמודים.. זעה איך נישט די געברויך דערצו אויף אייוועלט

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=3191

ועוד דאכציך אז די טרענד פון מענער פארנומען מיט די אכילה קומט נישט פון א פאזעטיווע פלאץ
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

מען רעדט דא פון מענערישע רעצעפטן ווי טשולענט און נישט קיין רעצעפטן ווי אזוי מען שטעלט אהער א 7 שטאקיגע 7 לעיער סטראבערי שארטקעיק מיט העזעלנאט פילינג און גאלדענע פלעיקס. מען רעדט דא פון היימיש אונגאריש, אזאנע רעצעפטן וואס מאכן נישט שווער אויפן מאגן. אזא פארום קען האבן פולע נוצן. אט איז עטליכע ביישפילן.

א גרינגע שנעלע נאכטמאל זומער ווען מען איז צומאל אליינס אינדערהיים א גאנצע וואך.

אהערשטעלן א טשולענט וואס זאל זיין בדרך הטבע זיך צו ערוועקן א שעה פאר שלש סעודות אנע פילן ווי מען איז נארוואס ארויסגעקראכן פון קבר און די געדערים זענען נאך פול מיט ערד.

פארהאנען פילע מענער וואס יעדן שבת שטעלן זיי אהער א מאכל לכבוד שבת פון דיפס ביז צוויבל קוגל. איז פארוואס נישט האבן עדווייס פון קאלעגע עמעראצים אין קאך ווי אזוי נישט צו פלאפן די טאמעיטא דיפ וואך איין וואך אויס?

פארשטייט זיך פסח, ווען על פי רוב פאסטן אידן משכ׳ן טאג בין וואש לוואש, ברויך מען א לעזונג צום קריזיס וואס דראעט צו פארניכטן אונזער מאטעבעליזם.

יעצט נאך פסח ווען מיר אלע זענען קניידלעך בצורת אדם ברויך מען נייטיג האבן אן אשכול אלעס ארום ׳דייעט׳… איין סוב פארום וועט זיין געווידמעט פאר אלעס ארום דעם ווארט וואס צווינגט אנשים נשים וטף צו פאסטן על לא דבר.

קיינער ליגט נישט אין די אכילה חלילה, מען רעדט דא בלויז פון לייכטע גרינגע רעצעפטן וואס קענען זיין גאר בייהילפיג פארן עוקר הבית.

ס׳איז פארהאנען אזויפיל מענער וואס האבן א ידיעה צוויי אין די ענינים און געוויסע טאלאנטפולע יונגעלייט קענען שיינען און קלאבערען לייק קנעפלעך אין דעם פארום.

אשכולות נעמען:

אייוועלט קאך בוך (בלויז רעסעפיס)

שבת׳דיגע מאכלים

דייעט שבת עסן

טשולענט!

שנעלע גרינגע נארהאפטיגע נאכטמאל

פראפעסיאנאלע רעצעפטן (נאר פאר צוויי רעכטע הענט)

דייעט; גוטע געדאנקען אויף וואס צו נאשן

פסחדיגע רעצעפטן (בלויז מצה און אייער! זיראנס אשכול)

פסח׳דיגע ׳שנעלע׳ רעצעפטן

היימישע מאסט

היימישע וויין

ותן לחכם ויחכם עוד
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

איצטערט ווען דער עולם הייבט אהן צוריק מיט די זויער טייג ברויט שעם איך זיך צו זאגן... אז די הארטע רונדל איז טאקע נישט אוועק צו מאכן אבער די שווער קייעדיגע חלק פון אינעווייניג איז נישט אזוי לרוחי.

וואלט איך געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט וואס איז דער סוד אז באגעטס קומען אויס ארויס פיין מיט א הארטע רונדל און פיינע ווייכע ווארע פון אינעווייניג און דער איז אזוי הארט (כ'האב שוין פרובירט א פאלשע ווי אויך געקויפט פון בעקעריי)

און אויב שייך א גוטע רעסעפי
אוועטאר
שוועדישע קאווע
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 28, 2022 11:22 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועדישע קאווע »

געעפנט אן אשכול אויף ביזן קרעטשמע ווען די הנהלה וועט אננעמען כינור'ס פארשלאג

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 8#p3540609
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4612
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

fiena nieas האט געשריבן:
איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?
מדינסט צוויבל אינעם טעפל, נאכער לייגט מען צו עטליכע
שטיקער קנאבעל און מ'לאזט עס נאך אביסעלע דינסטן

נאך וואס די צוויבעל מיטן קנאבעל באקומען א קאליר לייגט מען ארויף א שטיק פלאנקען אדער באקען פלייש אויף די צוויבל און מ'לאזט עס אזוי פרעגלען פאר עטליכע מינוטן

אינדערזעלבער צייט שפרענגעלט מען ארויף בערך א לעפעל זאלץ אויפן פלייש, סמאוקד פאפריקא, אביסל שווארצע און ווייסע פעפער, מ'גיסט אריין די בונדלעך א דריי פערטעל פעקל נעווי בונדלעך און א האלבע פעקל טשולענט מיקס, און מ'לאזט אלעס פרעגלען פאר א גוטע פאר מינוט

טיילמאל ווארף מיר אריין א פעקל מארעך ביינער אדער דער גענאק פונעם פרה אדומה

פאר די וואס גלייכן מער זאלציג קענען מרבה זיין

דערנאך גיסט מען אריין וואסער ביז עס דעקט איבער אלעס אינעם טאפ און מ'שפריצט אריין אביסל בארביקיו סויס און יאללא

מ'לאזט אים קאכן פאר דריי שעה אויף א נידריגע פלאם און נאכדעם ארויף אויפן האט פלעט אויף צווישן 200 און 250, און אזוי בלייבט ער פאר פיר און צוואנציג שטונדען ביז ער קומט צום תיקון השלם

מאכט זיך אמאל ווארפט מען אריין אביסל ווארשטלעך פאר טועמיה

גלויבט השם יתברך מיין צ'לונט האט זיך נאך כמעט קיינמאל צוגעברענט אדער געברויכט צוגיסן וואסער, ער איז קיינמאל צו טריקען אדער גאר נאס נאר ממש א ממוצע, איך זעה מענטשען וואס מוטשענען זיך יעדע וואך מיט צוגיסן וואסער פארן זמן אדער קרעכצן איבער זייער פארברענטע טשולענט

טייערע נשים צדקניות! טשולענט קומט סלאו קוקינג אויף א גאר נידריגע פלאם, און עס קומט נישט מיט א שווים באסיין וואסער אז די ס'זאל בטל ווערן במאתיים

לכבוד שבת קודש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איינער ווייסט וויזוי מען מאכט קאכט אדער באקט שארט ריבס
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”