נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אינטערסירט אין אזא פארום?

יא
177
88%
ניין
24
12%
סך הכל שטימען: 201

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ס׳איז פסח אויפן וועלט, מ׳ברויך פרייליך זיין, אבער די הונגער נאגט... נישטא וואס צו נאשן. ווי קען מען בשמחה זיין ווען די מאגן איז נישט געזעטיגט. מען קען איבערלעבן בלויז אויף מצה און אייער אבער נישט לעבן. אפשר אין דעם אלטן אמאל איז דאס געווען בכדי שיעשו אבער כהיום זענען מיר ספוילד לייק נעווער ביפאר און קעגן א היינטיגע מאלצייט איז אחשורוש׳ס משתה א סעודה קטנה. וואס טוט מען דא? עפעס א קריעטיווע געדאנק?

און דאן איז עס איינגעפאלן.

אן אייוועלט קאך!

מען וועט מטכס עצה זיין ברודערלעך בינאזאם ווי אזוי צו ברענגען דעם הונגער צו אן ענדע... דורכ׳ן ברעינסטארמען נייע רעצעפטן און אינאיינוועגס צוריקבראכן דעם שמחת יום טוב פון אמאל.

די פארום וועט דינען אלס אכסניה פאר אלע עסן אנגעלעגנהייטן, אויסצושמועסן געדאנקען און טיפס ארום שפייז, און איבערהויפט ווי אזוי אהערצושטעלן א פיינעם טשולענט וואס זאל ראטן אין די געסט.

זענט איר אין?
אטעטשמענטס
Screen Shot 2022-04-19 at 3.21.00 PM.png
Screen Shot 2022-04-19 at 3.21.00 PM.png (56.2 KiB) געזען 2540 מאל
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דינסטאג אפריל 19, 2022 3:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

געוואלדיגע געדאנק!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
ולדימיר שוקולד
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 1:52 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולדימיר שוקולד »

איר זענט פון די שמאלץ עסערס? אדער איר גייט אויף אויל?
אוועטאר
ולדימיר שוקולד
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 1:52 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולדימיר שוקולד »

איר קענט מאכן א רייכעע אייער שפייז מיט געבראטענע צוויבל אינדעם
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

זייער א גוטער איינפאל. צוערשט דארף מען האבן אויסגעקאכטע קארטאפל מיט די שאלעכץ אזא 5 6 שטיק. אז מען ווערט הונגעריג ערגעצוואו אינעם ליבן טאג, קען מען עס ארויסנעמען פון פרידזשידער, אפשיילן די שאלעכץ, עס סלייסן אויף רינדעכיגע סלייסעס, אריינלייגן אין א פענדל מיט אויל און עס בראטן פאר 2 3 מינוט, נאכדעם איז עס עטוואס ברוינליך כמו צוגעברענט, און מען באזאלצט עס, און עס איז א מחי'דיגע מאכל וואס זעטיגט באמת.
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ולדימיר שוקולד האט געשריבן: איר קענט מאכן א רייכעע אייער שפייז מיט געבראטענע צוויבל אינדעם

דעס ווערט געגעסן ביינונז יעדן טאג חול המועד. אדער געקאכטע הארטע אייער צעקוועטשט און אויסגעמישט מיט געדינסטע צוויבל.
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

און שוין! האט געשריבן: געוואלדיגע געדאנק!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7702
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Beautiful idea. But make sure to give lessons before to teach all men how to figure out the sizes of each Bekele...
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

סאיז חול המועד נאכמיטאג די קינדער זענען הינגעריג. די סאפער איז נאכנישט גרייט.

קאך אפ אביסל פאטעטאס.
מעש די פאטעטאס
לייג צי אביסעלע זאלץ צום טעיסט
אביסעלע שמאלץ (אדער אויל)
א צוויי אומגעקאכטע אייער
מיש עס גוט אויס
לייג ארויף א פענדעל אויפן פייער מיט אביסל שמאלץ (אדער אויל)
לייג ארויף צי פרייען די פאטעטא מיקס. מאך עס לאטקע סייז.

סאיז א געוואלדיגע מאכל! גרינג צי מאכן!

פאר ווער עס ניצט אויל קען צוגעבן אביסל סמייטע דערצו.
א פיינעם עונג יום טוב!

מקען אפקאכן א גרויסע שיפמענט פאטעטאס די ערשטע טאג חול המועד. סהאלט זיך אין פרידזשדער פאר אפאר טעג.
א גוט יום טוב!
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

מעכטיגע איידיע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 19175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גיטע רעיון. פארברייטערן די איש את רעהו יעזורו אפטיילונג צו נאך א לעוועל.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

נשים נישט ערלויבט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

זייער גוטע געדאנק נישט נאר פסח נאר א גאנץ יאר
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א מאסיווע געדאנק, זעה איך אבער נישט פארוואס עס פעלט אויס א פארום, און נישט סתם א אשכול
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

את פתח לו האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן: געוואלדיגע געדאנק!
תהלים
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 04, 2022 6:35 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהלים »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: נשים נישט ערלויבט.


:lol:
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

סאלאטים פסח?
יא!
פאלשע-געמאלענע-לעבער:
1 גלאז געדינסטע (געפרעגלט) צוויבל - ביז ס'איז שטארק ברוין.
½ גלאז געמאלענע ניסלעך (hazelnut, walnut etc. - אגוזים).
1 הארטע איי.
אביסעלע זאלץ.
מ'מאלט אלעס צוזאמען, און שוין, ביי מיר גייט א 2 פונט קאנטעינער ביי א סעודה.

און אגב סאלאטים, מיין אשה כשרה האט אנגעפאנגען מאכן אלעס אין די קאנטעינער מיט א הענ"ד-בלענדער, ס'סעיווט איבעריגע ארבייט ער"ש ויו"ט. מלייגט אריין אלע צוגעהערן אין די קאנטעינער וואו מ'וויל עס שפעטער לאזן, מ'בלענדט עס און דאסידאס.

נ.ב. מן הסתם באוואוסט, אבער ביי אונז לייגט מען אריין מאנדלען אין די טשאלענט אנשטאט באנ***ך, ס'קומט ארויס ווייעך און געשמאק.

הצלחה רבה
ושמחת יו"ט
לעצט פארראכטן דורך צעטל קלעבער אום דינסטאג אפריל 19, 2022 4:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

פיפיות האט געשריבן: זייער גוטע געדאנק נישט נאר פסח נאר א גאנץ יאר

גא"מ!!
עס איז נאך דא אסאך טאלאנט ביי אנ"ש וואס פארמאגט נאכנישט די ריכטיגע פלאץ צו מהנה זיין דעם עולם
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

און עגג סאלאט פאר די וואס נוצן נישט קיין אויל:
קאך אויף 6 הארטע אייער
נאך פונקטליך 5 מינוט פון עס הייבט אן באבלען נעם ארויס 2 אייער
ס'איבריגע 4 לאז קאכן נאך א 3-4 מינוט
שייל אפ, צוקוועטש, ביסל זאלץ.
לחיים
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צ/ק

יא אבער אויך אין פארברענגען
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

fiena nieas האט געשריבן: איינער האט א רעצעפט פאר א געשמאקן טשולנט?

לענ"ד גייען "רעצעפט" מיט "טשולנט" נישט אינאיינעם..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6655
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: נייע פארום פארשלאג; אייוועלט קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שמחת עולם האט געשריבן: די געדאנק איז זייער א גוטע, אבער איך וואלט עס אויסגעברייטעט אביסל לפי וואס איך האב אמאל געקלערט, דהיינו:

מען זאל מאכן א כלליות'דיגע פארום לענייני "האבי" (Hobby) [האבי ווינקל] וואס זאל אריינעמען אין זיך די פאלגענדע אפטיילונגען:

- אלעס ארום קאכן, באקן והמסתעף [היימישע קאך]

- אלעס ארום איינפלאנצן (שוין דא עטליכע אשכולות בענין זו) [היימישע גארטן]

- אן אפטיילונג בענין arts and crafts, כמו די מיניטשערס פון הייסע קאווע, נוי סוכה. [...]

- און אפשר אן אפטיילונג אויף די נושא פון בעלי חיים אין שטוב, פיש טענק, א.א.וו. [...]

דאס זענען אלעס עניינים וואס ס'דא אסאך אויסצושמועסן און ווי מער מען ליגט דערין ווייסט מען אז ס'איז א וועלט פאר זיך. לויט ווי איך געדענק האבן מיר שוין אויף יעדע פון די אויבענדערמאנטע נושאים עטליכע אשכולות.

גוטע געדאנק

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”