Re: Re:
אליקים געציל האט געשריבן:מסתמא האט געשריבן: דא האט איר די ימים נוראים נוסח פון ר' האשי פישער ע"ה, לאנגיעריגע בעל תפילה אין נייטרא באראו פארק
א גרויסן ייש"כ!
פונקט נעכטן געווען זיין יארצייט (נלב"ע י"ז אלול - דוכט זיך תש"ס)
ביים עמוד פלעגט ער זיך הערן פיהל פיהל שטערקער.
זיין ותגער בשטן ליגט מיר אין די ביינער מיט א שאגת ארי!
איי איז דאס געווען א איד אן עכטער ירא שמים און א גאר שיינער בעל תפלה.
פון וואנעט שטאמט דער ניגון וואס ער זינגט אויף שמחה לארציך?
(אינעם טרעק פון קדושה ביי 1:45)
ר' האשי ז"ל פלעגט שטענדיג זינגען דעם ניגון ביי הלל אויף לא המתים יהללו קה.
האסטו אפשר אויך מלכיות פון אים? (מלכיות איז א וויכטיגע חלק פון ר"ה)
ער בכלל גאר שיין און הארציג!