אזוי אויך האבן די לעצטיגע אנקעטעס געוויזן אז מעט דאלען האט געהאט שטארקע מאמענטאם די לעצטע וואך, און אסאך האלטן אז דאלען קען מעגליך אפילו געווינען די פארמעסט ווען די שטארק פריינטליכע שטימען וועלן זיך צוטיילן צווישן די דריי טראמפ שטיצער קאנדידאטן, ווענס מאנדעל און גיבאנס.
דעמאקראטישע פריימערי
טים רייען איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די פריימערי.
אין די רעפובליקאנער קוקט אויס פון די אנקעטעס אז דיוויין וועט געווינען די רעפובליקאנער פריימערי, אבער אין די לעצטע פאר אנקעטעס האט רענעיסי געמאכט שטארקע פארשריט.
אין די דעמאקראטישע פריימערי איז נישט געווען צו סאך אנקעטעס, און די פאר אנקעטעס וואס זענען יא געווען האבן געוויזן אז די צוויי קאנדידאטן שטייען האלז צו האלז.
נאך אסאך ארבייט, איז מיר געלונגען צו מאכן א לעבידיגע רעזולטאטען טשארט פאר די מארגענדיגע וואלן.
לעת עתה קומט די דעטע פון דיסיזשען דעסק, די סיבה דערפאר איז וויבאלד איך ווייס נישט ווען איך וועל זיין עוועליביל מארגן, מילא קען איך נישט זאגן אז איך וועל זיין גרייט צו מאכן טוישענגען אין פאל פון א פראבלעם, און למעשה האט שוין דיסיזשען דעסק זייערע עי. פי. איי. לעבעדיג, כאטש וואס דערווייל ניצט ער נאך טעסט דעטע, האב איך מחליט געווען צו גיין מיט זיי.
איך האב אויך גרייט א בעק אפ וואס ניצט די עי. פי. איי. פון די ניו יארק טיימס, אין פאל פון נויט. איך ווייס נאר נישט ווען איך וועל זיין עוועליביל מארגן עס אריבערצופירן.