Re: אילאן מאסק און טוויטער
טאקער אין די מכשיפה האבן ארויסגעברענגט נעכטן אויף די שאו אז די סיבה פארוואס אסאך ווייסע אמעריקאנע ווייזן נישט ארויס שטיצע פאר מדינת ישראל, איז ווייל זיי זענן בייז אויף די "אידן" ווייל זיי זענן די וואס פירן אין פאנדן "אלע" קאלעדזשעס אין אמעריקא ווי מען לערנט אויס די לעצטע צענדליגע יארן פיינט צו האבן די ווייסע ראסע, בלא בלא בלאגראז האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:31 pmס'איז א נישט וואר וואס דו האסט יעצט דא געשריבן.צל עובר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:22 pmא נחת צו זעהן ווי טאקער מיט קענדעס אוענס באווייזן זייער פרצוף, גייען פול סקוואד קעגן די מדינה, און אנדערש ווי זיי, באהאלטן זיי ניטאמאל זייער אנטיסעמיטיזם אונטער א שלייער פון אנטי ציוניזם,
איך געדענק נאך ווען איך האב זיך דא געדארפט טענה'ן איבער די "חכמה" פון קענדעס..
טאקער און קענדעס האבן קיין אנטיסעמיטזים נישט ארויסגעוויזן און ניטאמאל קיין אנטי מדינת ישראל האט מען פון זיי געהערט, און אוודאי האט מען פון זיי נישט געהערט פרא כאמאס וכו'.
דעיס וואס דו זאגסט אז מ'האט געהערט פון זיי הערט מען עקטשולי פון די לעפט.
די רעכטע ווי אוענס און טאקער זענען בסל הכל ביי די מיינונג אז מ'דארף פאוקוסן אויף אמעריקע און נישט אויף אנדערע לענדער אזויפיל. טיפישע פאטריאטיזם פון אן אמעריקע פירסט גוי'אישע מענטש, ס'האט זיך קיינמאל מיט אנטי איזראעיל געטראפן.
וחילופיהן ביי די אנדערע זייט פון די עייל - וואס אלעס דרייט זיך ארום אנטי מדינת ישראל פרא כאמאס, און זאגאר אויך מיט א שפאר ביסל אנטי אמעריקע צו די זייט.
דאס איז סתם א אנטיסמיטישע קאנספיראציע, עס גייט מיט די זעלבע פעקעדזש אז מען מעג פיינט האבן אידן ווייל די לינקע דזשארזש סאראס מאכט חרוב די וועלט, ווי כאילו דאס איז די אנגענומענע מיינונג פין אלע אידן.. און בכלל וואס האט א לינקע ליבעראל וואס איז אויכעט א איד א שייכות מיט מדינת ישראל?