איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דער קדושת לוי אויפן פסוק הַיּוֹשֶׁבֶת בַּגַּנִּים חֲבֵרִים מַקְשִׁיבִים לְקוֹלֵךְ הַשְׁמִיעִינִי, זאגט:

אז יעדעס מאל א איד איז מקיים א מצוה אדער איז עוסק בתורה זיצט די גאנצע פמליא של מעלה אינאיינעם מיט די אבות הקדושים און צדיקים אין גן עדן, און הערן זיך צו צו דעם איד'ס עבודה, חֲבֵרִים מַקְשִׁיבִים לְקוֹלֵךְ, זיי הערן און שעפן הנאה און קורת רוח פון דער איד וואס א זכי' צו זיצן אויף דער וועלט און דינען דעם אייבערשטן...

און וואס הערן זיי? ווי דער איד בעט זיך און שרייט, הַשְׁמִיעִינִי! לערנט מיך אויס ווי אזוי צו לערנען, לערנט מיך אויס ווי אזוי צו טון דעם רצון ה'!
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום דאנערשטאג אפריל 28, 2022 6:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווי באקאנט איז א תלמיד חכם שטענדיג בבחינת שבת.

ווען מען קומט צו איד נאך געלט מוצאי שבת אדער חול המועד, זאגט ער: "איך בין שבת'דיג"...

א תלמיד חכם וואס איז מקיים 'פת במלח תאכל' און 'תורה שלמדתי באף', איז א גאנץ יאר שבת'דיג...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אברך משי
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 07, 2020 12:33 am

Re: איך האב געזען/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך משי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:

א תלמיד חכם וואס איז מקיים 'פת במלח תאכל' און 'תורה שלמדתי באף', איז א גאנץ יאר שבת'דיג...
ואכן,
תורה שלמדתי באף = ראשי תיבות שב"ת!

ונפלא בס"ד!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

השלך על ה' יהבך... מאך נישט קיין חשבונות...

והוא יקאלקעלע-ך ער וועט שוין מאכן די חשבונות פאר דיר...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דער חתן סופר ברענגט א באקאנטע קשי', פארוואס ווען מענטש מאכט א נדר צו עובר זיין א ל"ת, זאג מען נישט אז ער מעג עובר זיין צוליב עדל"ת...

ענפערט א געשמאקער תירוץ, ער איז מסביר דאס ענין פון עדל"ת, ווייל דער כלל איז דאך 'אונס רחמנא פטריה', ממילא אויב איז דא ממ"נ אן איסור איז ער דאך אן אונס.
אבער דאס זאגט מען נאר ווען א מענטש טוט אן איסור באונס, אבער ווען א מענטש האט למשל פארשלאפן זמן קרי"ש, איז עס מעוות לא יוכל לתקון וייל אונס כמאן דעביד לא אמרינן.
דערפאר זאל ער ענדערש יא טון דען מצוה און עובר זיין די ל"ת באונס, ווי איידער זיין א שב ואל תעשה און דערלייגן דעם מצות עשה, וואס אפילו ער איז אן אונס גייט ער עס נישט באקומען.

דאס איז גוט ווען ער איז אן אונס, משא"כ ווען ער האט אלייינס געמאכט דעם נדר, איז ער דאך א פושע, איז ווי קען ער עובר זיין א ל"ת צו מקיים זיין א מצוה, אויב עפעס איז שב ואל תעשה עדיף. ודפח"ח.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

יישר כח פארן עפענען דעם שיינעם אשכול און פאר די שיינע געדאנקן.
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

איך האב געזען א שיינע ווארט פונעם אלטער פון סלאבאדקע.

מה דאך ווען די רמב''ם אדער די רי''ף לאזן אויס א הלכה אדער גמרא ווערט א גאנצע שאלה וואס זייער כונה דערמיט איז געווען און פארוואס זיי האבן עס געטון, זיכער ווען דער אייבערשטער לאזט אויס א געוויסע זאך וואס דער מענטש האלט עס וואלט ווען יא געדארפט זיין, איז זיכער דא א טיפע כונה דערמיט לטובתו....

ענליך זאגט מען נאך אויף די ענין אז צאנזער רב'ס פעטש האבן כידוע געפועל'ט ישועות, אז מה דאך א פאטש פון צאנזער רב איז א גוטע זאך, זיכער א פאטש פונעם גרויסן באשעפער....
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

איך האב געזען אין דער ספר 'מאורי אור' פון די קארלינער צדיקים, אז דער בית אהרן פון קארלין האט געזאגט:

"וואס איז דער חידוש וואס אינגעלייט גייען נישט העכער, ווייל זיי זענען מחשיב קיין עובדא!".

דאס הייסט אז זיי זענען נישט מחשיב וואס זיי טוען שוין יא, איז אוודאי גייט מען נישט ווייטער.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך האב זייער הנאה פון די אשכול

תהלים עם פירוש נועם אליעזר פון סקולען ברענגט זייער א זיסע פשט אין תהלים אויף די פסוק צוה ישועת יעקב שטייט אין רש"י אין צו אלא לשון זירוז שטייט דאך מבעהט די באשעפער אז ער זאל צו איילען די ישעות פאר כלל ישראל אזוי ווי סשטייט חושה לעזרתי השם תשועתי אויך א לשון פון מזרז זיין

ער ברענגט נאך 2 זיסע אפשר שפעטער בל"נ
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

רבותינו האט געשריבן:
איך האב זייער הנאה פון די אשכול
אויך.
-
די אשכול קען גיין פארקערט אויך?
ואסביר, איך האב אמאל געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק... אבער איך געדענק עס נאר אביסל אומקלאר און פארנעפלט. איז א געשעפט אז איך בין מעלה די געדאנק דא און די חברים זאלן ארויסהעלפן מיט די איבריגע?
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

איך האב טאקע געזען א שיינע טייטש פונעם נועם אליעזר אין תהלים;

אין יעדע גשמיות'דיגע זאך איז די ארבעט און חיפוש וביקוש בכלל נישט חשוב, נאר אויב מען ערייכט די ציל איז עס ווערד און אויב נישט האט מען גארנישט. למשל, אויב מאכט מען געלט פון די ארבעט האט מען עפעס און אויב נישט איז די גאנצע ארבעט גארנישט ווערד. אויב פרובירט מען צו קויפן א אייגענע הויז איז עס גארנישט ווערד פאר זיך נאר אויב מען ערייכט טאקע די ציל. וכדומה.

אבער ביי עבודת ה' איז נישט אזוי. אפילו אויב מען האט גארנישט ערייכט, מען האט נאר פרובירט און געוואלט און געזוכט צו דינען דעם אייבערשטן, איז דאס אליין א געווינס און זייער חשוב ביים אייבערשטן, עס איז א פארדינסט פאר זיך! יעדע גוטע רצון א איד האט געהאט, יעדע השתדלות ער האט געטון כדי צו קענען צו טון רצון ה', איז זייער חשוב און טייער! יעדע מאל ער האט זיך גענומען אין עבודת ה' בלייבט פאר אים לנצח!

טייטשט ער, ישמח לב מבקשי ה' - אפילו ער איז נאר א מבקש ה', קען ער זיך שוין מיט דעם אליין זיך פרייען און זיך מחיה זיין! אפילו ער איז נאך נאר נאך א מבקש ה' קען ער זיך שוין מיט דעם אויך פרייען!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פריטלעך האט געשריבן:
די אשכול קען גיין פארקערט אויך?
ואסביר, איך האב אמאל געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק... אבער איך געדענק עס נאר אביסל אומקלאר און פארנעפלט. איז א געשעפט אז איך בין מעלה די געדאנק דא און די חברים זאלן ארויסהעלפן מיט די איבריגע?
א גוטע געדאנק, הייב אן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

ענליך צו דעם טייטשט ר' נתן מברסלב אין ליקוטי הלכות;

יגעתי ומצאתי תאמין.

איז אלע פרעגן ממה נפשך, אויב זעט ער אז ער האט געטראפן האט ער דאך שוין א מציאה עין בעין איז וואס איז די תאמין, און אויב נישט איז וואס הייסט אז ער דארף גלייבן אז יא.

נאר אויב ער האט זיך מייגע געווען אין עבודת ה' האט ער שוין זיכער א מציאה, ווייל די עצם יגיעה איז שוין א מציאה! יעדע יגיעה א איד טוט נאר, יעדע פעולה און רצון און השתוקקות צום אייבערשטן, יעדע התעוררות א איד האט צו עבודת ה', איז שוין א מציאה!

נאר צומאל דארף מען טאקע גלייבן, תאמין, ווייל מען זעט נישט די תוצאה אז מען האט עס טאקע באקומען, איז דארף מען גלייבן אז אויב מען האט פרובירט האט מען שוין זיכער אויך געטראפן, ווייל די עצם יגיעה איז שוין א פארדינסט.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
השלך על ה' יהבך... מאך נישט קיין חשבונות...

והוא יקאלקעלע-ך ער וועט שוין מאכן די חשבונות פאר דיר...
איך זיך די "לייק" קנעפל..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

הייסע פעפער האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
השלך על ה' יהבך... מאך נישט קיין חשבונות...

והוא יקאלקעלע-ך ער וועט שוין מאכן די חשבונות פאר דיר...
איך זיך די "לייק" קנעפל..
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
די אשכול קען גיין פארקערט אויך?
ואסביר, איך האב אמאל געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק... אבער איך געדענק עס נאר אביסל אומקלאר און פארנעפלט. איז א געשעפט אז איך בין מעלה די געדאנק דא און די חברים זאלן ארויסהעלפן מיט די איבריגע?
א גוטע געדאנק, הייב אן.
איז אזוי. ישראל איז ר"ת י'ש ש'ישים ר'באו א'ותיות ל'תורה, יעדער איד משישים רבאו האט אן אות אין די תורה וואס איז קעגן אים.
יעצט איז דאך דא גרויסע אותיות ווי ל-ק-ץ וכדו' און נאכדעם איז דא די קליינע יודעלע. האט דאך לכאורה דער ל-ק-ץ איד א גרעסערע חלק בתורה ווי דער איד וואס האט נאר אן אות י...
אבער די חיזוק איז אז א ספר תורה וואס פעלט אן אות אדער אפילו א חלק דערפון איז דאך פסול, אפגעזען ווי גרויס אדער קליין די אות זאל זיין.

עפעס אזוי...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פריטלעך האט געשריבן:
איז אזוי. ישראל איז ר"ת י'ש ש'ישים ר'באו א'ותיות ל'תורה, יעדער איד משישים רבאו האט אן אות אין די תורה וואס איז קעגן אים.
יעצט איז דאך דא גרויסע אותיות ווי ל-ק-ץ וכדו' און נאכדעם איז דא די קליינע יודעלע. האט דאך לכאורה דער ל-ק-ץ איד א גרעסערע חלק בתורה ווי דער איד וואס האט נאר אן אות י...
אבער די חיזוק איז אז א ספר תורה וואס פעלט אן אות אדער אפילו א חלק דערפון איז דאך פסול, אפגעזען ווי גרויס אדער קליין די אות זאל זיין.

עפעס אזוי...
ענערש פרוביר דא , און ווען עס איז קלאר, ברענג עס אהער.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

א אינטערעסאנטע מעשה האב איך געליינט אין ספר 'המאורות הגדולים':

א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים און געקויפט פון אים אלע זיינע ספרים. אבער די ספר חפץ חיים האט ער נישט געוואלט קויפן.

האט דער חפץ חיים אים געפרעגט פארוואס. האט ער געזאגט אז היות ער האנדעלט מיט גרויסע נגידים און ער מוז אסאך שמועסן מיט זיי און מען רעדט דארט צוזאם אסאך לשון הרע רח''ל, דעריבער איז אים ענדערש נישט צו וויסן די הארבקייט, ווייל אזוי צו אזוי וועט ער ווייטער עובר זיין אויף דעם הארבן איסור צוליב זיין פרנסה איז כאטשיג זאל עס נישט וויסן וואס ער טוט.

האט דער חפץ חיים אים דערציילט אזוי:

פאר ער האט געוואלט ארויסגעבן דעם ספר חפץ חיים האט ער זיך אסאך געישוב'ט דערויף, ער האט געטראכט אז אסאך אידן וועלן חלילה ווייטער רעדן לשון הרע צוליב די שווערע נסיונות אין דעם, איז אפשר איז בעסער ער זאל זיי בכלל נישט דערציילן די הארבקייט דערפון, מוטב שיהיו שוגגין.

איז ער געגאנגען פרעגן ר' ישראל סאלאנטער דערוועגן. האט ר' ישראל אים געזאגט "עס לוינט זיך די גאנצע ספר, נאר אז איין איד זאל געבן איין קרעכץ אז ער האט גערעדט לשון הרע"! כ''ש אז איין איד וועט איין מאל זיך טאקע אפהאלטן פון רעדן א לשון הרע!

האט דער חפץ חיים אים געזאגט אז ער זאל עס יא קויפן אפילו אויב ער וועט נישט רעדן ווייניגער לשון הרע ח''ו, ווייל נאך אלס לוינט זיך עס פאר דער קרעכץ און ווייטאג אז ער רעדט לשון הרע. לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה.

====

דאס איז א מורא'דיגע מוסר השכל. אזויפיל מאל ווילן אונז נישט לערנען ספרי מוסר וכו' ווייל מען שפירט אז מען גייט זיך סייווי נישט טוישן, און ווען מען לערנט עס שוין יא און מען זעט אז מען טוישט זיך נישט ווערט מען טאקע צובראכן און מען האט שוין חרטה אז מען האט עס בכלל געלערנט. און דער פראבלעם איז אז מען איז נישט מחשיב דער לב נשבר, דער אנחת איש הישראלי.

דארף מען וויסן אז עס לוינט זיך אלעס אפילו נאר פאר די עצם ידיעה אז מען טוט נישט גוט און מען וויל עס נישט, מען איז כאטש צובראכן אויף דעם. ס'איז דא א ריזיגע חילוק צווישן א איד וואס ווייסט ער טוט נישט גוט און האט א לב נשבר דערויף צו א אנדערער וואס טוט די זעלבע זאך אבער עס באדערט אים נישט. ושבתם וראיתם בין לעובד ה' לאשר לא עבדו.

כ''ש אויב מען גייט טאקע אפילו נאר איין מאל זיך צוריקהאלטן פון א שלעכטס, דאן האט זיך שוין זיכער אלעס געלוינט!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

זייער שטארק לעדל!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

די מעשה פון חפץ חיים איז א געוואלדיגע חיזוק.

פונקט האב איך יעצט געהערט ענליך, פארוואס מ׳זאגט אז רבי שמעון לכל, לכאורה איז דער זהר הקדוש פיל מיט שארפע לשונות אויף עבירות, א שטייגער ווי פארפאסן זמן קריאת שמע, רעדן ביי קדיש וכו׳, ס׳זעט עפעס אויס אז ר׳ שמעון איז נאר פאר גאר ערליכע אידן.

נאר וואס דען, ס׳איז פונקט פארקערט, דער הייליגער תנא רבי שמעון קומט זאגן פאר א איד זיין חשיבות, טייערע איד, דו ווייסט ווי חשוב דו ביסט? דו ווייסט ווי גרויס דו ביזט? אז דו רעדסט נאר איין ווארט ביי קדיש דרייען זיך איבער אלע עולמות עליונים, פארפאסט זיין קריאת שמע? ס׳אויס וועלט, אלע מלאכים ושרפים, אלעס דרייען זיך ארום די פשוטע עבודה פון די פשוט׳סטע איד.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

שלמה מולכו האט געשריבן:
די מעשה פון חפץ חיים איז א געוואלדיגע חיזוק.

פונקט האב איך יעצט געהערט ענליך, פארוואס מ׳זאגט אז רבי שמעון לכל, לכאורה איז דער זהר הקדוש פיל מיט שארפע לשונות אויף עבירות, א שטייגער ווי פארפאסן זמן קריאת שמע, רעדן ביי קדיש וכו׳, ס׳זעט עפעס אויס אז ר׳ שמעון איז נאר פאר גאר ערליכע אידן.

נאר וואס דען, ס׳איז פונקט פארקערט, דער הייליגער תנא רבי שמעון קומט זאגן פאר א איד זיין חשיבות, טייערע איד, דו ווייסט ווי חשוב דו ביסט? דו ווייסט ווי גרויס דו ביזט? אז דו רעדסט נאר איין ווארט ביי קדיש דרייען זיך איבער אלע עולמות עליונים, פארפאסט זיין קריאת שמע? ס׳אויס וועלט, אלע מלאכים ושרפים, אלעס דרייען זיך ארום די פשוטע עבודה פון די פשוט׳סטע איד.
א שטארקע נקודה, און אין די פאסיגע צייט.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

דער אלטער פון נאבארדוק פלעגט אלץ זאגן:

די ערגסטע הוה איז בעסער פון די בעסטע עתיד!

דאס הייסט, אפילו אויב עס גייט טאקע נאך ווערן בעסער דיין לעבן און דיין עבודת ה', אבער למעשה דארף יעצט דער אייבערשטער פון דיר דיין יעצט וויאזוי עס קוקט נאר אויס. ווייל יעצט לעבסטו און יעצט דארף דיר דער אייבערשטער וואו דו ביסט דא. מארגן וועט ער דארפן דיין מארגן.
לעדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:32 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעדל »

יעדער קען די מימרא פון חז''ל, סוטה ב, אז "ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ומכריז בת פלוני לפלוני''.

מען איז שטארק מחזק דערמיט אלע אלטע בחורים, אז מען דארף נישט זיין אנגעצויגן און נערוועז, עס איז שוין דא זייער באשערטע זיווג און מען דארף עס נאר טרעפן, קיינער קען עס נישט צונעמען און עס איז נישט דא וואס צו זארגן, ווי נאר עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט וועט אנקומען די שוין פון לאנג באשערטע.

אבער מאנכע ווייסען נישט וואס עס שטייט דארט ווייטער:

"אמר רב יהודה אמר רב ארבעים יום קודם יצירת הולד בת קול יוצאת ואומרת בת פלוני לפלוני בית פלוני לפלוני שדה פלוני לפלוני".

הער שוין אויף דאגה'נען וועגן דיין הויז וואס דו ווילסט קויפן אדער דינגען, וועגן דיינע ריעל עסטעיט דו ווילסט איינהאנדלען, דאס איז שוין אויך באשטימט פון פערציג טעג פאר דיין יצירה! ווי נאר עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט וועסטו עס זיכער באקומען!

גול על ה' דרכך בטח עליו והוא יעשה.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: איך האב געזען/געהערט/געקלערט א שיינעם געדאנק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אן שטאט קוקען אויף די האלבע חלק וואס איז ליידיג קוקט א חכם אויף די פילע חלק
חכם ר"ת חצי כוס מלא"

בשם הגה"צ ר' אלימלך בידרמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”