געזאגט ביי יעלה ויבוא 'ביום חג המצות הזה' אנשטאט 'ביום ראש חודש הזה'
דארף מען איבערדאווענען אויב האט מען בטעות געזאגט ביום חג המצות הזה אנשטאט ביום ראש חודש הזה? יעדע ראש חודש אייר און חשון האב איך אזא מעשה.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בן כלבא שבוע האט געשריבן: דארף מען איבערדאווענען אויב האט מען בטעות געזאגט ביום חג המצות הזה אנשטאט ביום ראש חודש הזה? יעדע ראש חודש אייר און חשון האב איך אזא מעשה.
מי חכם האט געשריבן: אפילו די ערשטע נאכט ר"ח ווען יעלה ויבוא איז נישט מעכב
מי חכם האט געשריבן: איז אין אזא פאל יא דא א פראבלעם אלס הפסק, און מען דארף אפשר איבער זאגן פון רצה און ווייטער
להודות האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן: אפילו די ערשטע נאכט ר"ח ווען יעלה ויבוא איז נישט מעכב
די צווייטע נאכט ר"ח האט די זעלבע הלכה.
מי חכם האט געשריבן: איז אין אזא פאל יא דא א פראבלעם אלס הפסק, און מען דארף אפשר איבער זאגן פון רצה און ווייטער
מחלוקת הפוסקים סוף סימן ק"ח עיין שם.
פון ש"ע הרב קומט אויס אז מ'זאל נישט צוריקגיין צוליב ספק ברכות להקל [און יא איבערדאווענען בתורת נדבה].
בן כלבא שבוע האט געשריבן: איז אזוי די הלכה שטענדיג אז מ'קען איבערדאווענען בתורת נדבה?
בן כלבא שבוע האט געשריבן: גראדע בין איך נייגעריג אויב האב איך צוליב סיי וועלכע סיבה פארגעסן 'תקע בשופר' דארף מען אויך איבערדאווענען
לויט די משנה ברורה איז ביום חג המצות הזה ערגער ווייל עס איז ליגענט צי זאגן יעצט ביום חג המצות הזה