2022 נעברעסקא און וועסט ווירדזשיניע פריימערי וואלן רעזולטאטן - ג' אמור תשפ"ב
קומענדיגע וואך דינסטאג וועט פארקומען פרישע פריימערי'ס דאסמאל אין נעברעסקא און אין וועסט ווירדזשיניע.
א באריכט וועט אי"ה נאכפאלגען.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:"וועסט ווירדזשיניע'ס 2'טע דיסטריקט רעפובליקאנער פריימערי"
וועסט ווירדזשיניע האט ביז לעצטענס געהאט דריי דיסטריקט
אבער נאך די רעדיסטריטינג האבן זיי פארלוירן א זיץ און זיי האבן יעצט בלויז צוויי דיסטריקס אלע פון זיי סעיף רעפובליקאנער זיצן.
צוויי וועסט ווירדזשיניע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וואס זענען אריינגעפאלן אין איין דיסטריקט פארמעסטן זיך אויף די רעפובליקאנער נעמענאציע, און די פארלירער ווערט סוף 2022 אויס קאנגרעסמאן.
די צוויי קאנגרעסלייט זענען אלעקס מוני (ר) און דעיוויד מעקילני (ר).
- קאנגרעסמאן אלעקס מוני - באקומען די אינדארסירונג פון טראמפ - אזוי אויך באקומען די אינדארסירונג פון די רעפובליקאנער סופער-פעק קלאב פאר גראוט וואס האט אריינגעגאסן איבער א מיליאן דאלער אין זייערע ריקלאמעס - געווארן אינדארסירט דורך רעפובליקאנער קאנגרעסלייט לארען באבערט פון קאלעראדא און ראני דזשעקסאן פון טעקסאס.
- קאנגרעסמאן דעיוויד מעקילני - געשטימט פאר די January 6 קאמיטע - געשטימט פאר די אינפרעסטראקטשער ביל - געווארן אינדארסירט דורך וועסט ווירדזשיניע גאווערנאר דזשים דזשאסטעס (ר) - געוועזענע סעקערטערי אוף סטעיט מייק פאמפעיא - אזוי אויך געווארן אינדארסירט דורך וועסט ווירדזשיניע סענעטאר דזשאו מאנטשין (ד).
- - -
לעצטיגע אנקעטעס צייגן אז מוני איז ערווארטעט צו געווינען.
אויב דאס פאסירט טאקע וועט עס זיין א פרישע שטארקע געווינס פאר געוועזענע פרעזידענט טראמפ.
וואסערמאן ברענגט אבער ארויס אז מאני איז נאכאלץ די פעיווארעט צו געווינען.גיי פארשטיי האט געשריבן:מיט 6% ריפארטעד איז די אנטי טראמפ מקינלי היבש פאראויס.
וואסערמאן שוין געזען גענוג, ווארגעס האט געווינען.גיי פארשטיי האט געשריבן:א פארמעסט היינט ביינאכט וואס ציהט נישט קיין סאך אויפמערקזאמקייט, אבער דאך איז אונטערעסאנט צו זעהן וויאזוי דאס גייט זיך אויסשפילען. איז די פארמעסט אין נעבראסקע'ס צווייטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט.
אינקאמבענט קאנגרעסמאן די מעסיגער דאן בעיקאן, וועלכער האט געווינען די דיסטריקט מיט 5% אין 2020, טראצדעם וואס די דיסטריקט איז געגאנגען פאר דזשאו ביידן מיט 6.5%, איז נישט דוקא זייער באליבט ביי דאנעלט טראמפ. און אין פאקט האט טראמפ אפי' ארויסגעלייגט א סטעיטמענט צו רופן פאר רעפובליקאנער אז זיי זאלן לויפן א קעגן בעיקאן אין די פריימערי, נאכדעם וואס בעיקאן האט געשטימט אין שטיצע פון די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל. אבער אין א בחינה לא נעתר לבקשתו, האט קיין שום ערענסטער רעפובליקאנער זיך נישט ארויסגעשטעלט קעגן בעיקאן, און ער איז ערווארטעד גרינג צו געווינען די פריימערי.
אבער אויף די דעמאקראט זייט איז יא דא א היבש ערענסטער פריימערי, צווישען די עסטעבלישמענט געשטיצטע טאני וואגראס וואס ווערט בייטראכט אלץ די פראנט-ראנער קעגן די לינקע אלישע שעלטאן וועלכער איז געלאפן אין 2020 קעגן בעיקאן און אסאך באשולדיגן אז ווייל זי איז געלאפן אויף אזא לינקע פלאטפארמע האט זי טאקע פארלוירן.
ביי רוב אנאליסטן איז אנגענומען אז נישט קיין חילוק ווער עס געווינט היינט נאכט אויף די דעמאקראט זייט איז בעיקאן די שטארקע פעיווארעט אין נאוועמבער צוליב דעם וואס די דעמאקראטס זענען שוין דורכגעפאלן מיטן אים ארויסווארפן סיי אין 2018 און סיי אין 2020. און פארשטייט זיך אז די רעפובליקאנער וועלן טאקע אריינקומען צו נאוועמבער אזוי שטארק ווי עס קוקט יעצט אויס, איז בעיקאן טאקע סעיף מיט זיין ריעלעקשאן. אבער אויב וואגראס געווינט טאקע האט די פארמעסט יא שאנסען אראפצוקומען אלץ א קי-רעיס אין די דזשענעראל עלעקשאן.
אבער הרב רוקח ברענגט ארויס אז דערווייל זענען אלע שטימען פון די מער באזעסענע געגנטער, ממילא איז העבסטער נאכנישט קיין פארגאנגענהייט.גיי פארשטיי האט געשריבן:מיט גאהר ווייניג שטימען אפגעציילט, שטייט די טראמפ אינדארסירטע הערבסטער גאהר שוואך.
Brett Lindstrom
6,601 +39.7%39.7%
Jim Pillen
5,560 +33.4%33.4
Charles Herbster
2,972 +17.9%17.9
With 10% reporting in #NEgov, it's Lindstrom 40%, Pillen 33%, Herbster 18%. But the votes are almost all coming from Lancaster County, governance-minded home of the state capital, Lincoln.