דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3923
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

סאציאליסט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
סאציאליסט האט געשריבן:
ר' צל, קענסט נישט לייקענען אז רוב וואטערס פון ביידען איבער בערני האבן עס געטוהן וועגן די איינרעדעניש אז ביידען גייט זיין די שטערקסטע קאנדידאט.

כמעט יעדער איז מודה אז אויב וואלט בערני טאקע געכאפט דעם טיקעט אויף עפעס א וועג וואלט די פארמעסט אויפגעשאקלט געווארן צו די בענעפיט פון די דעמאקראטן.
בערני וואלט פארלוירן צו טראמפ. לפי עניית דעתי.

ביי די וועי, די העכסטע אין די אנקעטעס אויב ביידן לויפט נישט זענען העריס און קלינטאן.
איטס אלל אבאוט טורנאוט.

ראמני איז געווען אונטערשטעליג מיט איינס און פארלוירן מיט פיר, ביידען איז געווען פאראויס מיט זיבן און געוואונען מיט פיר. ווייל איינקעטעס זאגן שווערליך ווער ס'גייט ארויסקומען ווי שטארק, און זיי מעסטן בעיקר וויפיל שטיצע מ'האט צווישן אזויגערופענע ווארשיינליכע וויילער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גאווערנאר דזשעי בי פריצקער פון אילינוי האט אנגענומען צו זיין דער קינאוט רעדנער ביי די פלארידע דעמאקראטישע קאנווענשאן דאס יאר.


די חברה זענען מסביר אז זיין סטראטעגיע איז אויפצוקלערן דעם פרעזידענט מיט שיינעם אז ער מעג שוין רעטייערן, האבנדיג געדינט דאס לאנד שוין פאר די לעצטע 50 יאר, מעג ער שוין פארברענגען אויף דער עלטער מיט די קינדער אייניקלעך און איר אייניקלעך..

ווייל לויפן קעגן א פרעזידענט איז נישט ווינעבל, און טוט בלויז העלפן די אנדערע פארטיי, און פריצקער איז פיל קלוגער ווי דעם.


אבער פון די אנדערע זייט, אויב האט ער פלענער צו באזיגן קאמאלע העריס, וואס פאנגט אן מיט א מאסיווע עדווענטעידזש, זייענדיג די אינקאמבענט וויצע פרעזידענט, וואס א וויצע פרעזידענט האט נאך נישט פארלוירן קיין פריימערי אין די היסטאריע ווי ווייט איך ווייס, פלאס וואס זי איז די מערסטע פראמינענטע שווארצע פרוי פאליטיקאנט אין אמעריקע, פילייכט אין די היסטאריע, פארטרעטנדיג די באזעס פון די דעמאקראטן, מוז ער אנהייבן פרי און ארבעטן שווער איר צו באזיגן אין פאל דער פרעזידענט לויפט נישט.


ער ווערט לעצטענס אנגעקוקט ביי מאנכע אלס א שטיקל דעמאקראטישער ערזאץ צו א דעסאנטיס.




פון די אנדערע זייט וויל דער פרעזידענט דערווייל נישט הערן פון גארנישט, היינט ביי א פארטי פאר די קאנגרעסלייט אין הויף פון ווייסן הויז, איז ער געפרעגט געווארן דורך רעפארטער וואס ער זאגט בנוגע צו די נייע ניו יארק טיימס אנקעטע אז צוויי דריטל דעמאקראטן (64% לויט די אנקעטע) ווילן אז ער זאל נישט לויפן? זאגט ער אז די אנקעטע ווייזט אז 92% דעמאקראטן זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר אים [אין די אלגעמיינע וואלן קעגן טראמפ] אויב ער לויפט. (וואס איז וואר, און איז העכער ווי געווענליך, און היפש העכער ווי די 84% רעפאבליקאנער וואס וועלן שטימען פאר טראמפ אין די אלגעמיינע וואלן קעגן ביידן, לויט די זעלבע אנקעטע.)
Asked about the NYT polling showing 64% of Dems prefer a different candidate in 2024, Biden: "Read the polls. Read the polls, Jack. You guys are all the same. That poll showed that 92% of Democrats, if I ran, would vote for me.”
זייטיגע נאטיץ
די ווערטער פון דעם טיימס.
The Times/Siena poll suggested that the fears of many Republican elites about a Trump candidacy may be well-founded: He trailed President Biden, 44 percent to 41 percent, in a hypothetical rematch of the 2020 contest, despite plummeting support for Mr. Biden, with voters nationwide giving him a perilously low 33 percent job-approval rating.

A growing anyone-but-Trump vote inside the party contributed to Mr. Trump’s deficit, with 16 percent of Republicans saying that if he were the nominee they would support Mr. Biden, would back a third-party candidate, wouldn’t vote at all or remained unsure what they would do. That compared to 8 percent of Democrats who said they would similarly abandon Mr. Biden in a matchup with Mr. Trump.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

זייער א נארישע ענטפער פון ביידען אבער מסתמא טאקע די בעסטע תירוץ זיך ארויסצודרייען.

עניוועי, בנוגע קאמאלע העריס, פאר סאם ריעזאן קען איך איר נישט זען געווינען די פריימעריס, עפעס א מין אומבא'חנ'טע אומפאפולערע באשעפעניש, א זעלטענע קלאץ און טיפש, שוין, ימים ידברו
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דיין ערשטע האלב און צווייטע האלב ערשטע פאראגראף, איז לכאורה א סתירה.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
דיין ערשטע האלב און צווייטע האלב ערשטע פאראגראף, איז לכאורה א סתירה.
כ'פארשטיי וואס דו זאגסט און כ'וועל מיך מסביר זיין, ער האט נישט געטון א נארישקייט מיטן דאס ענטפערן ווייל ס'איז געווען די בעסטע וועג זיך ארויסצודרייען, אבער די ענטפער איז א נארישע ענטפער, בעסער געזאגט, האסט גארנישט געענטפערט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ער האט געענטפערט גאר אסאך, איך לויף, דער עולם שטיצט מיר אויב איך לויף, און איך געווין.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
ער האט געענטפערט גאר אסאך, איך לויף, דער עולם שטיצט מיר אויב איך לויף, און איך געווין.
אבער דער עולם וויל דאך נישט לכתחילה אז ער זאל לויפן, סאו וואס האסטו געענטפערט? אז בדיעבד אויב דו לויפסט יא וועט דער עולם דיך שטיצן? דאס איז נישט געענטפערט אויף די פראגע, די פראגע איז געווען אז היות רוב עולם וויל נישט דו זאלסט לויפן, פארוואס לויפסטו יא.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מען האט אים נישט געפרעגט "פארוואס לויפסטו ווען דער עולם וויל נישט", מען האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די אנקעטעס, און ער האט געזאגט דעם ריכטיגן ספין.

ווען מען פרעגט ווען פארוואס לויפסטו אז דער עולם וועל נישט, וואלט ער ווען טאקע געדארפט האבן עפעס אן אנדערן ספין.


אויף טוויטער טענה'ן גראדע די רעפאבליקאנער אז סאמהאו ווייזט דער פיינער ספין אויף דימענשיע..
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יא יא, א גוטער ספין אבער נישט קיין ענטפער בכלל.

אוודאי האט מען אים נישט געפרעגט דירעקט פארוואס ער לויפט נישט, מ'האט עס געפרעגט אומדירעקט אויף א שיינע וועג.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קאליפארניע גאווערנאר געווין נוסאם פון קאליפארניע זאגט אז ער האלט אז דער פרעזידענט זאל לויפן, און ער שטיצט אים.
Asked if Joe Biden should run for re-election in 2024, Gavin Newsom says unequivocally “yes,” and offers his support. https://t.co/DF6do2VEUI
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

אנקעטע צווישן א צוויי שפיציגע פארמעסט,

ביידען 29%
קאמאלע העריס 15%

--
נאצינאל,

ביידען 44%
טראמפ 43%

ווייסעכנישט ווער סהאט עס גענימען. עניוואן?
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יו גאוו.
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »

ר' דן האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
עמערסאן איז א רעכטע פירמע.

און לכאורה פיל א בעסערע פירמע ווי העריס.
אבער אזא ריזיגע חילוק?
זעהט אויס אז זיי ווילן ער זאל נאמעני אן לויפן.
(בערך אזויווי פאריגע מאל)
איך הער.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

רעגענדיג האט געשריבן:
יא יא, א גוטער ספין אבער נישט קיין ענטפער בכלל.

אוודאי האט מען אים נישט געפרעגט דירעקט פארוואס ער לויפט נישט, מ'האט עס געפרעגט אומדירעקט אויף א שיינע וועג.
איין זאך וואס מען קען נישט אוועקנעמען פון ביידען, איז זיין פאליטישער אינסטינקט - ער קען גאר גוט ספינען און ענטפערן די פאסיגע ליגנט'ס.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זינט דער פסק איז ארויסגעקומען, האט ביידן זייער געטראסקעט אין די פריימערי אנקעטעס.

דאס באשטעטיגט מעגליך מיין טעאריע אז דאס איז דער עיקר דרייווער לעצטענס פון דעם וואס דער עפראוול פאלט טראץ וואס גאזאלין פרייזן פאלן אויך.

און דאס קען ווייטער מאכן א טאטאלע דיווארס צווישן דזשענעריק בעלאט און עפראוול, ווייל ווי מען זעהט שוין יעצט קלאר העלפט דער פסק פאר די דעמאקראטן אין די דזשענעריק אנקעטעס, הגם פילייכט בלויז צייטווייליג, און ווי מען זעהט דא שאדט עס גאר שטארק פארן פרעזידענט.
IMG_20220715_141701.jpg
IMG_20220715_141701.jpg (93.04 KiB) געזען 1371 מאל

נאכמער ווי דעם, זעה איך יעצט אז ביידן'ס עוורידזש איז גאר ארויף קעגן טראמפ, בו בזמן ווען ער האט געטראסקעט אין די פריימערי..
IMG_20220715_142701.jpg
IMG_20220715_142701.jpg (88.99 KiB) געזען 1354 מאל
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

דאס מיינט אז מ'קוקט אן ביידען ווייניגער עלעקטעבל ווי אנדערע דעמאקראטן (עלעטעביליטי האט אים געמאכט געווינען די נאמינאאציע אין 2020, און איז אויך א פאקטאר וואס העלפט אן אינקאמבענט צו געווינען נאכאמאל די נאמינאציע) .
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נישט נאר דאס.

מען איז זייער נישט צופרידן מיט זיין רעספאנס,נאך פיר יאר טראמפ איז זייער שווער צו באגרייפן אז עס איז דא א טשעקס ענד בעלענסעס סיסטעם און א פרעזידענט איז נישט קיין כל יכול.

טיפיקעל אומוויסנדע אויף די לינקע זייט, ערווארטן פשוט אז דער פרעזידענט זאָל אויווערריידן דעם געריכט..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווען מען פרעגט דעמאקראטן אויב זיי ווילן אז דער פרעזידענט זאל לויפן, זענען די רעזולטאטן טאקע נישט אזוי איי איי איי, אבער ווען מען פרעגט די געווענליכע שאלה, אויב ער לויפט יא, און א צווייטער לויפט קעגן אים?

ווייזט א נייע אנקעטע אז ביידן איז נאך היפש שטארק און אומבאזיגבאר אין א פריימערי.
2024 National Democratic Primary Poll:

Joe Biden 72%
Someone else 20%

@MorningConsult/@politico ~ 877 RV ~ 7/15-7/17
https://t.co/rYDsTgu8PP
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

צל עובר האט געשריבן:
ווען מען פרעגט דעמאקראטן אויב זיי ווילן אז דער פרעזידענט זאל לויפן, זענען די רעזולטאטן טאקע נישט אזוי איי איי איי, אבער ווען מען פרעגט די געווענליכע שאלה, אויב ער לויפט יא, און א צווייטער לויפט קעגן אים?

ווייזט א נייע אנקעטע אז ביידן איז נאך היפש שטארק און אומבאזיגבאר אין א פריימערי.
2024 National Democratic Primary Poll:

Joe Biden 72%
Someone else 20%

@MorningConsult/@politico ~ 877 RV ~ 7/15-7/17
https://t.co/rYDsTgu8PP
כגלייב מיט א נאמען ווערט עס כאטש אביסל שמעלער
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

צל עובר האט געשריבן:
ווען מען פרעגט דעמאקראטן אויב זיי ווילן אז דער פרעזידענט זאל לויפן, זענען די רעזולטאטן טאקע נישט אזוי איי איי איי, אבער ווען מען פרעגט די געווענליכע שאלה, אויב ער לויפט יא, און א צווייטער לויפט קעגן אים?

ווייזט א נייע אנקעטע אז ביידן איז נאך היפש שטארק און אומבאזיגבאר אין א פריימערי.
2024 National Democratic Primary Poll:

Joe Biden 72%
Someone else 20%

@MorningConsult/@politico ~ 877 RV ~ 7/15-7/17
https://t.co/rYDsTgu8PP
דעס גייט מיר נישט אריין אין קאפ דו האלטסט קלאר אז ער זאל נישט לויפן מיינט דאס אז דו גייסט צופרידן מיט א צווייטן אבער אויב ביידן לויפט בין איך שוין נישט צופרידן מיט א צווייטן ?

איז דא עפעס נארמאלע הסבר
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

געווענליך איז אן א נאמען שטערקער ווי עני נאמען.


איך אליינס וואלט מעגליך ענדערש געוואלט צום ביישפיל אז וויטמער אדער בעשאר אויב זיי געווינען ריעלעקשן, זאל זיין די קאנדידאט פון די דעמאקראטן, אבער איך וואלט זיכער געשטימט פאר ביידן אויב ער לויפט, נישט קיין חילוק קעגן וועם.


לאמיר זיך נישט לאזן נארן, לכתחילה אין פרידנס צייטן נעמט מען נישט איינעם צו זיין פרעזידענט ביז די 86-87 אויך אויב ער איז נאך אזוי געזונט שטארק און קלאר ווי דער פרעזידענט איז.


אבער שטימען קעגן א פרעזידענט וועם מען שטיצט, איז אויך נישט קיין זאך וואס מען טוט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11543
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך מיין ס'איז די ערשטע אנקעטע וואס ווייזט ביידען פארלירן אין א דעמאקראטישע פריימערי.
1.png
1.png (117.11 KiB) געזען 1005 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווי געשריבן איז סאמוואן עלס, אלעמאל שטערקער ווי עניבאדי ספעציפיש.

זעהסט דאך אין חלק ב' ווי העריס (און פיט) איז פיל העכער ווי אלע פאטענציאלע קאנדידאטן.


די חילוק צווישן מארנינג קאנסאלט פאליטיקא ביז עשעלאן איז מסתמא בעיקר אין די ווארדינג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זעה איך אז די אנקעטע ווייזט טאקע ווי איך זאג אויף דעם ענין פון סאמוואן עלס.

עשאלאן האט אויך געפרעגט ספעציפיש ביידן קעגן נוסאם, און דער פרעזידענט באזיגט דעם פאפולערן גאווערנאר פון די גרעסטע סטעיט, צוויי, צו איינס.
President (National)

Biden (D) 56%
Newsom (D) 29%

7/15-7/18 by Echelon Insights (B/C)
493 LV
העריס באזיגט נוסאם וואן אן וואן מיט בערך דעם זעלבן ציפער. דאס באשטעטיגט דעם קאמען סענס אז אויב דער פרעזידענט וועט נישט לויפן און די וויצע פרעזידענט יא, הייבט זי אן מיט א ריזיגע אויבערהאנט קעגן אלע אנדערע קאנדידאטן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס - 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אבער עס זעהט זיך גאהר שווער אן א העריס געווינס.

אין איין ווארט, איר גאנצע שטארקייט ביז אהער איז נאר געווען ווילאנג די פארטיי האט איר געשטופט. און יעצט ווען אלץ וויצע איז זי איין גרויסע וויץ איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס די פארטיי זאל איר שטופען.

גראדע איך מיין נישט אז ניוסעם האט יא שטארקע שאנסען, ווער יא? ווייס איך נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”