ניגוני ונסחאות בית סקווירא ומקורתיהם
און דער ציל איז נישט נאר די חסידי סקווירא וואס האבון מחבר גוועהן נאר אלע ניגונים וואס מהאט געזינגען כסדר
איך עפען די אשכול צו מברר זיין זייערע מקורות מיט די אינפערמאציע ווען און וויאזוי די ניגונים זענען אן געקומען
א שטיקעל הקדמה ווען מרעדט פון די הייליגע ניגונים און זייער מקור אלעס וואס מ'ווייסט איז גאר אינטערסאנט די ידועות ארים די נגוני קודש
עס ס'איז דא פארשידנע תקופות קודם די ניגונים ביים רבין ז"ל און למעלה בקודש רבוה"ק לבית סקווירא טשערנאביל וואס מפלעגט זינגען אינדערהיים וואס כמעט נישט גוועהן קיין אייגנע ניגונים (צו בכלל נישט ווייס איך נישט רוב זיכער אז נישט ) צו ס'איז געקומען פון רבי יוסל טאלנא הי"ד וואס זיינע ניגונים פארשפרייט אין די גאנץ רוסלאנד/ אוקריינע און די געגנט ארים און נאך מחברים עכ"פ מ'ווייסט נישט היינט צו טאגס קיינע סקווירא מחברים פון די אלטע היים אז איינער ווייסט אנדערש אדרבה לאמיר וויסען
און דערנאך אין ווילימסבורג און דערנאך אין שיכון סקווירא
איז גוועהן רבי חיים אייזיק קארסיאנסקי ז"ל וואס האט אויס גלערנט די ניגונים דאהי אין אמעריקע וואס מ'האט געזינגען און סקווירא אין דערהיים א שטייגער ווי ברוך קל עליון וכו
און הרה"ח רבי חיים יושע פשעמיש ז"ל וואס האט געשטאמט פון גאליציע האט גברענגט פארשידנע ניגונים ווי מלך רחמן ברח דודי ועוד
די הקפות נגונים איז בעיקר וואס מ'זינגט אין בעלזא וואס שטאמט פון די גרויסע מגיד פון מעזריטש זי"ע
נישט די לשנה הבאה ניגון וואס שטאמט פון רבי יוסל טאלנער און מ'פלעגט עס נאך זינגען אין סקווירא אין דערהיים
און דערנאך מיט אייגנע מחברים הן די וואס זענען שוין אין לעכטיגע ג"ע ווי די משב"ק רבי ישעי' אונגער ז"ל און די אויבען דערמאנטע נעמען זכרונם לברכה
און יבלחט"א די היינטיגע מחברים כאו"א בשמו הטוב יבורך לאויט"א און אוודאי פון די ראש המשוררים און מחבר פון גאר אסאך הארציגע און הערליכע ניגונים און די הויף מיט הרב החסיד רבי יושע ברויער שליט"א וואס ברענגט אריין פון אנדרע מקומות ווי פון מאדזיץ און נאך פארצייטישע הייליגע ניגונים ביים רבי'ן שליט"א
איך האף איך האב קיינעם נישט אויסגעלאזט
סיי במעגל השנה און סיי ביי שמחות וכו'
ווער ס'האט הארות זאל אריין קומען ובפרט ווער סקען ברענגין ריקארדינגס אויב ס'מותר פארשטייט זיך פון די ניגונים און מיט סיי וואס פאר א שאלות ובפרט תשובות