אייוועלט פרעזענטירט: 'שירת העומר' - שירה כאאר, וואקאלי
שירה. שירה. שירה. באם. באם. באם. wowowowow. באם. באם באם. לעעעעעwowowowow. באם באם באם.
עפעס אזוי גייט עס...
נו, שטיימער ביי די ביימער און אט ווערט שוין לאנגע בוימער, מיוזיק טאר מען נישט הערן אבער אין סטודיא שלאפט נישט קיינער...
וויאזוי האט נאך געשריבן איינער פון די טיעם הרוצה בעילום שמו? אזוי!:
יאפ, אל הנער הזה, כמיין סידי הזה... התפללתי, סאיז צייט זיך צו דערפרישן אין די שטילע ספירה טעג, מיט נייע ׳כמיין, אוי נישט א נייע ווייל מען טאר נישט באנייען, אבער, מען זאל קענען עפעס הערן, עפעס צי ברעכן די שטילקייט.
אויש אנא בכח, ווער האט כח צו די שטילע מינוטן אין אפיס ווען ס׳פלעין, שטיל... דער ליטווישער ווארעמקייט דארט הערט זיך נאך אונטער א מוזיק׳ל...
העי, לא תחמוד... אבער! נאך אביסל משיח קומט... ובנה ירושלים, עס וועט זיין די פרייליכע צייט ווען די לוים וועלן זינגען שיר המעלות, מער וועט קיין ספירה טרויער טעג נישט זיין, אלזא, מה תשתוחחי, ס׳צייט פאר פאר אביל פרישקייט...
גייטס ווייטער...
אז דו זאגסט גיין ווייטער זאלעך גיין, אבער אוואו?
אקיצער. 'שירה קווייער', יא טאקע די וועלט בארומט-באקאנט-פאפולער'ע, האט זיך שוין קונה געווען דעם בעל שם טוב ווי איינע פון די שטערקסטע, אויב נישט 'די' שטערקסטע היימישע חסידישע קווייער.
זיי האבן אנגעדרייט א רעוועלוציע אין די עולם הקאפעליעס, ווי זיי מאכן מיט די וואויס וואס מוזיקאנטן מאכן נישט מיט די כלים, און כ'רעד נישט פון די טריפה'נע כלים.
אקיצער #2, עמיר גלייך פוינטן דעם צוגיין. מיר (חחחח, מיר? שרייבערל וכת דיליה, און איך ווי געווענליך ריק איך אריין סלעצטע מעניט מיין שפיציגע נאז ווי עס ברויך יא) שטעלן אייך צו נאך א הערליכע קאלעקשן אלבום געבאקן און געקאכט אין די אייוועלט קעלערן.
עלן מיר זיך נישט מטריחענען צו באדאנקען נאכאמאל שרייבערל מתמידל מקוהאיד'ל וכו' וכו', און אוודאי נישט דער הרוצה בעילום שמו הטוב, ניין נישט מעכל קנעכל און נישט מאניש בניבשתי, דאס מאל האט עטץ נישט צוגעטראפן, גאר עפעס אנדערש, איינער וואס נישט נאר ער באהאלטצעך אונטערן ניק, נאר דעם ניק אליין באהאלט ער אויך, א ניק שבניק חחחח
זאל ענק דער באשעפער באצאלן מיט אלעם גוטס, און לאמיר גלייך צוגיין צום סידי אן הגהות אויפן פתיחה און אן נאך משוגעתן ווייל די סידי פליהט שוין אין די לופטן...
שרייבערל, האסט עפעס צוצוצוצוצולייגן?