רוסלאנד מארשירט אין בערלין מיט אמעריקאנע שטיוול
די רוסן וואס האבן מקריב געווען 9 מיליאן מיליטער פערזאנען און נאך 20 מיליאן ציווילע, האבן געזיגט! אום מאי 9 האט רוסלאנד מיט 80 טויזנט פארלוסטן גענצליך צעברעקלט די דייטשן אין בערלין און דערקלערט די ענדע פונעם קריג!
אלזא, לאמיר פייערן מאי 9 מיט התלהבות, און מיט גרויס דאנק לויבן דעם רוס, דער איינציגסטער וואס האט זיך עכט געקענט פארמעסטן מיט די דייטשע מייסטער מיליטער, בשעת וואס די אמעריקאנער זענען געזיצן און געגעסן קעז טארט.
יעדער ווייסט אז רוסלאנד האט באפרייט אוישוויץ, יעדער ווייסט אז רוסלאנד האט האט אמת'דיג געוואונען דעם קריג, רוסלאנד האט דאס מערסטע פארלוירן, רוסלאנד האט די שטערקסטע געקעמפט, רוסלאנד די מערסטע צעפליקט די דייטשן.
אז יעדער ווייסט, דאן וואס חזר איך סתם איבער?!
האט זיך די צווייטע וועלט מלחמה טאקע גענדיגט אום מאי 9? יא און ניין. אין אייראפע יא, אבער אינעם פאסיפיק ראיאן איז עס געווען ווייט פון פארטיג. דארט האט זיך אמעריקע נאך געשלאגן אינזל איבער אינזל מיט אומגעהויערע פארלוסטן, צומאל 20 טויזנט מארינען פער אינזל.
אינעם פאסיפיק האט זיך די מלחמה הערשט געענדיגט 4 חדשים שפעטער אום סעפטעמבער. האט רוסלאנד ארויסגעהאלפן, ניין. האט סטאלין צוגעזאגט אז ער גייט העלפן, יא. פארוואס האט ער נישט געהאלפן? פשוט, ער האט נישט געקענט. וואס הייסט ער האט נישט געקענט? ער האט געהאט א שלום אפמאך.
א שלום אפמאך? יא, מיט יאפאן. געשלאסן אום אפריל 1941 ווען סטאלין איז נאך געווען גוטער חבר מיט היטלער ימ"ש. זייט ווען האט סטאלין א פראבלעם צו ברעכן א שלום אפמאך, זייט עס גייט קאסטן אבער נישט אסאך פארדינען. די אפיציעלע אויסרייד איז געווען אז סטאלין ברויך 3 חדשים אורלויב פאר זיינע סאלדאטן. איך קען דאס פארשטיין.
אבער מיר דארפן נישט קריכן ביז'ן פאסיפיק. לאמיר זען ווי אזוי סטאלין האט טאקע באזיגט די נאציס.
***
דער אוקריינער סאלדאט וואס דינט איצט אין די סאוויעטישע מיליטער אונטער די "אוקריינער ערשטע ארמיי" מיט א מאנשאפט פון א מיליאן סאלדאטן שפרייזט צום געצעלט זיך אפצורוען. אוי איז דאס געווען א שווערע טאג, מאי 9 1945, א בלוטיגע טאג, אבער מיט א גליקליכע ענדע.
זיין M4 שערמאן טאנק פאבריצירט דורך פאָרד מאטאר קאמפאני אין היילענד פארק, מישיגען, פאראייניגטע שטאטן, האט פיין געשפיגן אירע שעלס. שפעטער אין די גאסן שלאכטן האט זיין M3 סוב-מאשין גאָן פאבריצירט דורך דזשענעראל מאטארס אין די פאראייניגטע שטאטן געפייערט אירע קוילן וואס האבן צעפליקט די דייטשן.
יעצט זעצט ער זיך אראפ אויפ'ן מיליטערישע פעלד בעטל און הייבט אן די מערכה פון אראפנעמען די מאראסטיגע שטיוול מיט פארגליווערטע בלוט דערויף. נאכ'ן ציען מיט ביידע הענט מיט זיין גאנצע קראפט, האט ער ענדליך ארויסדערזען זיינע פיס.
אינעווענדיג, אויף די טעג פון די שטיוול, שטייט 'ברוין שיך קאמפאני' געמאכט אין די פאראייניגטע שטאטן.
ער נעמט אפיר זיין מיליטערישע עסן, עס באשטייט פון א קען מיט קאָרנד ביעף. אויפ'ן שאכטל שטייט די נאמען פון די קאמפאני "ספעם", 'געפאקט אין אויסטין מינעסאטע, פאראייניגטע שטאטן'. די זעלבע מיט זיין קען באנדלעך.
ער שלינגט יעדעס ביסל מיט אפעטיט, ער טראכט צו זיך אז כאטש איין מעלה פון דינען אין דעם קריג איז אז די עסן איז בעסער ווי אינדערהיים.
דערנאך, גרייט ער זיך צו כאפן א דרימל. ער הייבט אן אויסצוטון זיין מיליטערישע פאסיק, עס שטייט דערויף אין קליינע אותיות "אר. עם. קא." פראדוצירט אין די פאראייניגטע שטאטן. ער עפענט אויף די קנעפלעך פון זיינע מיליטערישע מונדירן, אונטער די קנעפלעך איז אריינגעקריצט 'מעיד אין שיקאגא'.
ווען ער איז גרייט און ליגט שוין אין בעט, הילט ער זיך איין אין זיין ווארעמע קאלדערע. אויפ'ן טעג שטייט 'טאמאס קעי וואלען מיל', פראדוצירט אין סעילאם ארעגאן, פאראייניגטע שטאטן.
ער שמייכלט זיס טראכטנדיג ווי ער גייט מארגן רופן אהיים אויף די אמעריקאנע צוגעשטעלטע מיליטערישע פעלד טעלעפאנען.
***
איר וואונדערט זיך אוודאי צי איך האב אפשר נישט געמאכט א קאשע און צוזאם געמישט עטליכע מלחמות, ניין זאג איך אייך.
לאמיר כאפן א דורכדרינגליכע בליק ווי אזוי די סאוויעטן האבן טאקע געוואונען איבער די דייטשן אין מזרח און צענטראל אייראפע.
ווער האט געדינט אין זייער מיליטער? נאר רוסן?!
ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן אין 1939 איז די סאוויעטישע פאראיין שוין באשטאנען פון בעלארוס, אוקריינא, אזערביזשאן, ארמעניע, און גרוזיע. די אלע פעלקער זענען שוין געניצט געווארן אלץ קאנאנען פלייש אין די רויטע ארמיי.
דערנאך האט רוסלאנד זיך משדך געווען מיט דייטשלאנד און איינגענומען מזרח פוילן, עסטאניע, לאטוויע, און ליטא. אזוי אויך האבן זיי אפגעשניטן א שטיקל פון פינלאנד.
אין יוני 1941 ווען די דייטשן האבן אויסגעדרייט זייער געווער אנטקעגן די רוסן און אריינגעשניטן טיף אין רוסלאנד, האבן די סאוויעטן איינגעשפאנט די ציווילע באפעלקערונג פון די אלע אויבנדערמאנטע לענדער צו דינען אינעם רויטן ארמיי, בשעת'ן צוריקשטויסן די דייטשן. און אן ארמיי פון 2 הונדערט טויזנט פאלאקן האבן זיך אויך אנגעשלאסן מיט די סאוויעטן.
ווען די סאוויעטן זענען געשטאנען פארנט פון בערלין איז זייער ארמיי באשטאנען אפשר פון 40% רוסן, די איבעריגע זענען געווען פון די אנדערע אויבנדערמאנטע לענדער.
די מיליאנע 'סאוויעטן' וואס זענען אומגעקומען בשעת'ן קעממפן ביטער אנטקעגן די דייטשן זענען דען נאר געווען רוסן?
ניין. מיליאנע גרוזינער, אזערביזשאנער, ארמעניער, אוקריינער, בעלארוסן, עסטאניער, לאטוויער, ליטאנער, פאלאקן, און אויך טשעכן און סלאוואקן. אבער רוסלאנד נעמט דאס גאנצע כבוד פאר זיך און שרייט אז זיי האבן דאס מערסטע געליטן און דאס מערסטע פארלוירן.
מאסקווע איז ניטאמאל אנגערירט געווארן, בשעת וואס בעלארוס, אוקריינא, פוילן, און די באלטישע לענדער זענען צעשמעטערט געווארן פון די געפעכטן און געשלעגן וואס איז פארגעקומען אויף זייער באדן.
איך מאך נישט אוועק די מיליאנע רוסן וואס זענען גע'הרג'ט געווארן און די ריזיגע שטח פון רוסלאנד גופא וואס איז חרוב געווארן, אבער עס קומט נישט צו צו וואס די אנדערע האבן פארלוירן.
מאי 9 באלאנגט נישט אויסשליסליך צו די רוסן! מאי 9 איז נישט א פאטריאטישע טאג פאר רוסן, אבער פאר אלע פעלקער וואס האבן געדינט אין די רויטע ארמיי, אריינגערעכנט די רוסן.
איינע פון די הויפט סאוויעטישע מארשאלן וואס איז אויפגעקומען מיט איינע פון די סטראטעגיעס וואס האט געפירט צו זייער ערפאלגרייכע זיג, איז געווען א פאלאק מיט'ן נאמען קאנסטאנטין ראקאסאווסקי. נאכ'ן ווערן אריינגעשליידערט אין טורמע דורך סטאלין אין 1937 וואו מ'האט אים שרעקליך געפייניגט, און נאך וואס מ'האט געשיקט זיין ווייב און טאכטער צום גולאג, האט מען אים צוריק אויפגענומען אין די רויטע ארמיי איינמאל די דייטשן האבן אטאקירט, צוליב וואס מ'האט געברויכט זיין געלונגענע קאפ.
ער צווישן צוויי רוסישע גענעראלן זענע געשטאנען ביי די טויערן פון בערלין אין שפיץ פון די ערשטע און צווייטע בעלארוסישע ארמיי און די ערשטע אוקריינער ארמיי, אין צוגאב צו די פוילישע ארמיי.
דאס איז א קורצע איבערזיכט פון זייער מאנשאפט קרעפטן.
וואס איז מיט געצייג?
***
די סאוויעטן האבן נישט די מעגליכקייט צו פראדוצירן גענוג וואפן, קליידער, עסן, אויל (פעטראל), און געצייג פאר זייערע קרעפטן. געוויסע מאטריאלן האבן זיי בכלל נישט פארמאגט.
וואס טוט מען? מ'ווענדט זיך צו פעטער שמואל!
די אמעריקאנער האבן דורכאויס די קריג, צווישן 1941 און 1945 געגעבן פאר די סאוויעטן ווי פאלגענד:
400 טויזנט דזשיפס און טרעקלעך
32 טויזנט מאטאר ביציקלען
380 טויזנט פעלד טעלעפאנען
14 טויזנט עראפלאנען
8 טויזנט טראקטארס
13 טויזנט טאנקן
1.5 מיליאן קאלדערעס
15 מיליאן פאר שטיוול
2.5 מיליאן פאסיקעס
2.7 מיליאן טאן פון אויל (פעטראל) פראדוקטן
4.5 מיליאן טאן פון עסן
107 טויזנט טאן פון קאטאן
2 טויזנט קארן און לאקאמאטיוון פאר פראכט באנען
און חוץ פון דעם האט אמעריקע צוגעשטעלט אנדערע מאטריאלן וואס עס איז נישט דא א גענויע ציפערן ווי. דאס רעכנט אריין רעדער, שטאל, אויפרייס שטאף, אלומיניום, קופער, אלע סארט מאשין און ארבעט געצייג וואס די סאוויעטן האבן געניצט אין זייערע פאבריקן.
ווי אויך אן א צאל פאריכטונגען אדער קלייניקייטן וואס זיי האבן געברויכט. צום ביישפיל, פארד האט אנגעהויבן צושטעלן אזויפיל רעדער אז זיי האבן אריבערגעפירט א גאנצע פאבריק קיין רוסלאנד מיט די אמעריקאנע מאנשאפט כדי דארט צו פראדוצירן די רעדער.
דאס אלעס האט לויט די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט אפגעקאסט 11.3 ביליאן (180 ביליאן אין היינטיגע געלט).
האט דאס אמעריקע געטון צוליב צדקה וחסד? נע, פארשטייט זיך אז נישט. אמעריקע האט ארויסגעקוקט אויף אירע אינטערעסן. אלזא, לאמיר כאפן א בליק ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען פאליטיש אינדערהיים אין אמעריקע.
אמעריקע האט נישט אריינגעטאנצן אינעם צווייטן וועלט קריג ביז דעצעמבער פון 1941 און די דייטשן האבן זיך הערשט אנגעהויבן שלאגן מיט די רוסן אום יוני 1941 ווען די רעשט פון אייראפע און צפון אפריקע האט שוין געפלאקערט כמעט צוויי יאר.
אבער אונטערן טיש איז אמעריקע שוין געווען פארמישט אין די מלחמה זינט די אנהייב פון 1941 (עס איז מעגליך אפילו פריער דורך שפיאנאזש וכדו').
אנגעהויבן האט זיך עס מיט בריטאניע.
ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן אין סעפטעמבער 1939 האט בריטאניע אנגעהויבן קויפן אמעריקאנע קריג'ס געצייג אין די הויפנס. בריטאניע איז געווען איינע אליינס פאר גאנצע צוויי יאר אנטקעגן די מאסיווע דייטשע מיליטער מאשין. אליינס האבן זיי געקעמפפט און געכאפט מכות פון די דייטשן בשעת וואס די רוסן האבן גאר געהאלפן די דייטשן (וואו איז די אנערקענונג פון די רוסן?!).
אבער די בריטישע האבן אנגעהויבן אויסלויפן פון געלט. נישט נאר האבן זיי נישט מער געקענט באצאלן די אמעריקאנער פאר די קריטישע קריג'ס געצייג, עס איז אויך געווארן א מאנגל אין עסן און אנדערע וויכטיגע מאטריאל אין בריטאניע.
אום נאוועמבער 1940 האט דער בריטישער אמבאסאדאר פאררופן א פרעסע קאנפערענץ אין ניו יארק, און ער האט געזאגט פאר די פארזאמעלטע זשורנאליסטן "חברה, מיר זענען ארים, מיר ברויכן אייער געלט".
טשורטשיל האט נישט געגליכן די אפענע הודאה, אבער א חודש שפעטער אום דעצעמבער פון 1940 האט ער געשריבן א בריוו צו דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט זאגנדיג אז אין נאנטן צוקונפט גייען זיי מער נישט קענען באצאלן פאר די אמעריקאנע קריג'ס געצייג.
רוזעוועלט האט זיך שוין פריוואט לאנג געגרייט אויפ'ן טאג וואס אמעריקע וועט מוזן פארמישט ווערן אינעם קריג, און ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס ווערט שוין היינט זייער ברייט באניצט ביי אלע אמעריקאנע פרעזידענטן. זיין פראגראם האט געהייסן די לייען-פארדינגען פראגראם.
דהיינו אז ווען א לאנד ברויך נויטיג הילף אין צייט פון קריג לייעט מען זײ געלט אדער פארדינגט מען זיי געצייג אן פרעגן קשיות איבער ווי אזוי און ווען זיי גייען עס באצאלן אדער צוריקגעבן.
אין אמת'ן אריין איז עס נאר געווען א שיינע נאמען ווייל אמעריקע האט קיינמאל ערווארטעט צוריקצובאקומען די געצייג אדער געלט. א מער פאסיגע נאמען וואלט געווען די נדבה-אוועקגעבן פראגראם. און די אמעריקאנער באפעלקערונג און פאליטיקער האבן טאקע נישט געגליכן דעם געדאנק.
די אמעריקאנער זענען געווען זייער צופרידן מיט זייער נייטראליטעט, זייענדיג באשיצט פונעם פייער אין די אנדערע קאנטינענטן אריבער די אקעאנען.
רוזעוועלט האט יא פארשטאנען אז עס גייט סיי ווי אנקומען קיין אמעריקע, אויך האט ער זעט אויס געהאט שפיאנאזש אינפארמאציע אז די דייטשן גייען פארראטן די סאוויעטן, און אויב זיי זענען ערפאלגרייך, וועלן זיי צוזאמען מיט די יאפאנעזער באדעקן דריי קאנטינענטן מיט פאשיזם, און דאס איז שעדליך פאר אמעריקע אין יעדע פאל.
דעריבער האט ער אנגעהויבן א קאמפיין צו שטופן זיין נייע פראגראם כדי עס זאל קענען דורכגיין אין קאנגרעס.
ער האט געגעבן דרשות צו די באפעלקערונג וואו ער האט אראפגעלייגט א משל. לאמיר זאגן אז דיין שכן'ס הויז איז אויף פייער, און דו גיבסט אים דיין גארטן וואסער-שפריצער צו פארלעשן דאס פייער, גייסטו אים נישט אויפ'ן מינוט זאגן וויפיל ס'האט דיר געקאסט און ווען ער מוז דיר קויפן א נייע, נאר דו וועסט אים עס גיך געבן און איינמאל די פייער איז פארלאשן וועט ער עס דיר צוריקגעבן, און אויב עס איז געשעדיגט געווארן וועט ער דיר געבן א נייע.
דער עיקר איז אז מ'געבט שנעל אן פרעגן ווייל עס ברענט א פייער. איינמאל זאכן זענען אין פלאץ הייבט מען אן די חשבונות.
למעשה, האט אמעריקע גארנישט צוריק באקומען. די סאוויעטן האבן געניצט די געצייג פאר ציווילע געברויכן יארן לאנג און געוויסע עקזיסטירט נאך היינט צוטאגס.
קאנגרעס לייט האבן אנגעהויבן באקומען קארטלעך אין די פאסט אויף וואס ס'איז געשטאנען "העלף די אליאירטע צו געווינען כדי אונזערע סאלדאטן זאל מען קיינמאל ברויכן".
רוזעוועלט איז אויסגעשטאנען שווערע ווידערשטאנד אין קאנגרעס, האט ער אנגעהויבן מסביר צו זיין ווי אזוי אמעריקע קען פארשפרייטן דעמאקראטיע ארום די וועלט (בוש השני איז נישט אריגינעל אויפגעקומען מיט די ספעציפישע פיליזאפיע…), ער האט געדרייט מיט ווערטער זאגנדיג אז אמעריקע קען ווערן אן 'ארסאנאל' פון דעמאקראטיע.
למעשה האט ער עס באוויזן דורכצושטופן אין קאנגרעס אום מערץ 11 1941. ווידעראמאל, איז דאס נאך געווען ווען סטאלין האט געארבעט צוזאמען מיט היטלער און אמעריקע איז נאכנישט פארמאל געווען פארמישט אין די קריג.
***
די פרישע פראגראם איז טאקע אפיציעל געווען באשטימט פאר בריטאניע און אנדערע אליאירטע וואס האבן געקעמפפט אנטקעגן די נאציס. אבער פאר סיי וועלכע סיבה האט די רוזעוועלט אדמיניסטראציע, און ספעציפיש אונטער-סעקרעטאר פון די סטעיט דעפארטמענט סומנאר וועלס, געוויסט אז עס גייט זיך טוישן און די סאוויעטן וועלן אויך ברויכן אמעריקאנער הילף.
דורכאויס די פארהאנדלונגען אין קאנגרעס האבן אסאך פאליטקער געוואלט אויסשליסן די סאוויעטן פון קענען געניסן פון די לייען-פארדינגען פראגראם, און עס איז זייער פארשטענדליך וויבאלד די סאוויעטן האבן דאן געארבעט מיט היטלער און אויך וויבאלד אמעריקע און די סאוויעטן האבן נישט געהאט גוטע באציאונגען צוליב זייער קעגנגעזעצטע הערשאפט מעטאדן - קאמוניזם און קאפיטאליזם.
אסאך אמעריקאנער האבן געהאט א מאדנע בליק דערויף. סענאטאר הערי טרומאן (יא, דער זעלבער וואס האט שפעטער אלס פרעזידענט אראפגעלאזט די אטאם באמבעס אויף יאפאן) האט גע'טענה'ט אז מ'זאל לאו דווקא העלפן די סאוויעטן אדער בכלל נישט נעמען א שטייפע שטעלונג אנטקעגן נאצי-דייטשלאנד.
ער האט שפעטער אפילו גע'טענה'ט "אויב מיר זען אז דייטשלאנד הייבט אן צו געוואונען, דאן זאל מען העלפן רוסלאנד, און אויב מ'זעהט רוסלאנד געווינען, דאןן זאל מען גאר העלפן דייטשלאנד" (דאס איז געווען נאך וואס דייטשלאנד און רוסלאנד האבן זיך שוין געשלאגן, אבער אמעריקא איז נאכנישט געווען פארמישט).
לכאורה איז זיין לאגיק פון א נייטראלע קוקווינקל געווען אז מ'זאל ביידע אפשוואכן.
אבער רוזעוועלט איז געווען אנטשלאסן און ער האט באוויזן דורכצופירן זיין פראגראם אין קאנגרעס אן א פארבאט צו העלפן די סאוויעטן.
וואס איז געווען רוזעוועלט'ס ליבע צו רוסלאנד?
לאמיר כאפן א בליק אויף זיין היסטאריע מיט סאוויעט רוסלאנד.
סאוויעט רוסלאנד האט זיך אוועקגעשטעלט אין 1917 (תרע"ז), אבער דער דאמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט האט גענצליך נישט אנערקענט די סאוויעטישע רעגירונג אלס לעגעטים און האט געהאט קיין דיפלאמאטיע פארבינדונגען.
דאס איז אנגעגאנגען ביז 1933 (תרצ"ג). וואס האט זיך געטוישט? רוזעוועלט איז געווארן פרעזידענט.
רוזעוועלט האט געזוכט דיפלאמאטישע באציאונגען מיט רוסלאנד צוליב עטליכע סיבות, ובראשם דריי נקודות: שטיצן רוסלאנד וועט העלפן פארמינערן יאפאן'ס אויסברייטערונג אין אזיע, צוליב אמעריקע'ס עקאנאמישע צושטאנד (The Great Depression) האט אמעריקא געקענט נוצן א פרישע האנדלונג'ס שותף, אויך איז אמעריקא געווען די איינציגסטע גרויסע מאכט וואס האט נאכנישט אנערקענט די סאוויעטן.
רוזעוועלט האט אונטערן טיש און דורך אומפארמאלע קאנאלן אנגעהויבן צו פארהאנדלען מיט די סאוויעטן איבער אוועקשטעלן דיפלאמאטישע באציאונגען.
דריי זאכן זענען געשטאנען אין וועג. איינס, רוסלאנד איז שולדיג געווען געלט פאר אמעריקא און האט נישט געהאלטן ביים באצאלן. צוויי, די סאוויעטן פלעגן זיך מישן אין אמעריקאנע פאליטיק דורך אנדרייען קאמוניסטישע באוועגונגען אינערהאלב אמעריקא (די היינטיגע פאליטיקאנטן זענען אויך נישט אריגינעל אויפגעקומען מיט'ן געדאנק אז רוסלאנד מישט דעם טעפל דא אין אמעריטשקע…) און דריטנס, די סאוויעטן האבן נישט צוגעלאזט רעליגיעזע פרייהייט פאר אמעריקאנע בירגער וואס האבן געוואוינט אין רוסלאנד.
מ'האט פארהאנדלט און געדרייט ביז מ'האט געשלאסן א שטיקל אפמאך. די סאוויעטן האבן צוגעזאגט אז זיי גייען אנטייל נעמען אין געשפרעכן איבער באצאלן זייערע חובות (ניטאמאל אז זיי גייען באצאלן האבן זיי צוגעזאגט!), זיי האבן צוגעזאגט מער נישט צו שטיצן קאמוניזם אין אמעריקא, און זיי האבן מסכים געווען צו געבן רעליגיעזע רעכטן פאר אמעריקאנע בירגער וואס געפונען זיך אין רוסלאנד.
ויהי היום און אמעריקע האט געשיקט איר ערשטע אמבאסאדאר קיין סאוויעט רוסלאנד.
פארשטייט זיך אז רוסלאנד מיט א צוזאג האבן זיך קיינמאל באגעגנט, ניטאמאל די מושג האט עקזיסטירט ביי זיי, פארגעסן קען מען פון איינהאלטן הבטחות. זיי האבן ווייטער געמישט אמעריקאנע פאליטיק, אנטיילנעמען אין קיין געשפרעכן איבער די חובות, און נאר געווארן ווילדער מיט פארמערטע שחיטות און דיסקרימינאציע.
אין 1936 (תרצ"ו) האט רוזעוועלט ווידעראמאל פרובירט, דאס מאל דורך שיקן א פרישע אמבאסאדאר, אבער קיין סאך האט עס אויפגעטון. אין 1939 ווען סטאלין האט געשלאסן זיין אפמאך מיט היטלער און איינגענומען מזרח אייראפע, איז רוזעוועלט שוין ברויז געווארן. ער האט עס עפנטליך פארדאמט און אנגערופן רוסלאנד ביים נאמען "א דיקטאטורשאפט פונקט ווי אלע אנדערע דיקטאטורשאפטן אין די וועלט". דערנאך האט ער ארויפגעלייגט אן עמבארגא אויף סאוויעט רוסלאנד וואס האט פארבאטן צו עקספארטירן געוויסע פראדוקטן פון אמעריקע קיין רוסלאנד.
(עס איז וויכטיג צו באטאנען אז סטאלין האט געמאכט זיין יד-אחת מיט היטלער הערשט נאך וואס ער האט עטליכע מאל געבעטן פראנקרייך און בריטאניע צו שליסן א מיליטערישע אליאנץ אנטקעגן דייטשלאנד. דאס איז געווען בעפאר די מלחמה האט אויסגעבראכן און זעט אויס אז פראנקרייך און בריטאניע האבן נישט געטראכט אז דאס גייט פאסירן, און דעריבער האבן זיי זיך נישט געקימערט מיט רוסלאנד. אוי וויי, די שרעקליכע טעות..)
רוזעוועלט אלס דרויסענדיגער האט אבער יא ארויסגעהאט די פייערדיגע מלחמה אין אייראפע, און עס שיינט אז ער האט האט פאראויס געזען אז דייטשלאנד וועט צום סוף פארראטן רוסלאנד. און אום יוני פון 1940 ווען פראנקרייך איז געפאלן צו די דייטשן ווי א מויז צו לייבן, האט ער זיך ווידער פארבינדן מיט סאוויעט רוסלאנד.
דער אויבנדערמאנטער אונטער-סעקרעטאר פון די סטעיט דעפארטמענט, סומנאר וועלס, האט זיך אין יולי 1940 פארבינדן מיט'ן סאוויעטישן אמבאסאדאר און אנגעהויבן געשפרעכן. ער האט אויסדרוקליך געזאגט פאר'ן אמבאסאדאר אז ער אנערקענט נישט די רוסיש איינגענומענע טעריטאריע פון מזרח אייראפע, אבער אום יאנואר פון 1941 האט ער אראפגענומען די עמבארגא.
צוויי חדשים שפעטער, אום מערץ 1941, ווען דער לייען-פארדינגען פראגראם איז אריין אין קראפט האט וועלס געווארנט דעם רוסישן אמבאסאדאר אז די דייטשן גייען אים פארראטן, און מ'האט זיי אינזין מיט'ן מיליטערישע נדבה פעקל.
אבער סטאלין איז נאך געליגן אין זיין זיסן טרוים וואס היטלער האט געפירט, ביז דער ימ"ש האט אים געשטאכן אין די רוקן און אים אטאקירט דריי חדשים שפעטער אום יוני 1941.
רוזעוועלט האט תיכף אפגעשיקט א טרויבארע מומחה, הערי האַפּקינס, קיין מאסקווע אפצושאצן די מיליטערישע צושטאנד פון די סאוויעטן. דער אמעריקאנער קריגס דעפארטמענט (הערשט נאכ'ן מלחמה האט מען געטוישט דעם נאמען צו 'פארטיידיגונגס דעפארטמענט') האט געזאגט פאר רוזעוועלט אז רוסלאנד גייט נישט אויסשטיין מער ווי זעקס וואכן אנטקעגן די דייטשן.
די דייטשן האבן זיך טאקע אין דריי וואכן געריקט ביז סמאלענסק - 230 מייל פון מאסקווע, אויף א ברייטע פראנט וואס האט זיך געצויגן פונעם שווארצן ים ביזן באלטישן ים.
האַפּקינס האט געהאט צוויי זיצונגען פנים אל פנים מיט יאזעף סטאלין אליין ימ"ש, און דערנאך האט ער שטארק געשטופט רוזעוועלט צו העלפן די סאוויעטן.
אום אקטאבער 1941 האבן זיך די ערשטע אמעריקאנער קריגס ליפערונגען זיך ארויסגעלאזט קיין רוסלאנד, פארשטייט זיך אז אמעריקע האט געצאלט שיפינג אויך אע"פ וואס רוסלאנד האט נישט געהאט א פריים קאנטע.
דאס האט דראסטיש געטוישט רוסלאנד'ס מעגליכקייט צו באזיגן די נאציס און עס איז שווער צו גלייבן אז זיי וואלטן געקענט זיגן אן פעטער שמואל'ס ברייטע גענאדע.
***
נאך די מלחמה האט זיך געענדיגט און די קאלטע מלחמה האט זיך אנגעהויבן, האט מען גלייך אנגעהויבן אוועקמאכן די אמעריקאנע הילף.
ניקאליי וואזנעסענסקי וואס איז געווען דער דעפיוטאנט פון די סאוויעטישע פאליטביורא (ער איז געווען פון די מערסט מאכטפולע אונטער סטאלין) האט שוין אין 1948 (תש"ח) גע'טענה'ט אז די אימפעריאליסטישע און אנטי-דעמאקראטישע אמעריקע האט קוים בייגעשטייערט 4.8% פון די סאוויעטישע געצייג. א נומער וואס שטימט ניטאמאל מיט די רויע ציפער.
אין די אפיציעלע היסטאריע ביכער מיט'ן טיטל "א קורצע היסטאריע פונעם גרויסן פאטריאטישן קריג" פובליצירט ביי די סאוויעטישע רעגירונג אין 1948, שרייבן זיי אויך אז אין אלגעמיין האט די אמעריקאנע הילף נישט צוגעגעבן צום אויסקום פון די קריג.
און אזוי דורכאויס די יארן שרייען די רוסן און אלע זייערע פאליטישע קנאקער אז זיי וואלטן גרינג געווינען אן אמעריקאנע הילף, ס'נאר געווען א שפיי אין ים אנטקעגן די סאוויעטישע כוחות. פון זייערע דערקלערונגען זעט כמעט אויס אז זיי האבן פשוט א טובה געטון פאר אמעריקע און גענומען זייערע נדבות כדי נישט צו פארשעמען אמעריקא…
און היינט זענען שוין פארשטייט זיך דא די אמעריקאנער אדער מערב וועלט פיליזאפן און היסטאריקער וואס זוכן כסדר אראפצוברענגען די אמעריקאנע אויפטואונגען, און אנטשטאט גיבן קרעדיט ווער די סאוויעטן, כינע, אדער סיי ווער עס איז נישט פון די מערב וועלט. די חברה לייגן אויך אראפ ווי אזוי די סאוויעטן האבן איינגעפאקט אמעריקע און געווינען אן די הילף, נישט נאר דאס, די סאוויעטן האבן גענצליך געווינען די קריג בשעת ווען די אמעריקאנער זענען מער ווייניגער געזיצן מיט פארלייגטע הענט.
איז נישט מאדנע אז סטאלין האט גאר געהאלטן פארקערט?! דער וואס האט דירעקט געניסט פון פעטער שמואל'ס גענאדע איז נישט איינשטימיג מיט די אויבנדערמאנטע נערעטיוו.
אום נאוועמבער ,1941 הארט נאך די ערשטע ליפערונג פון די אמעריקאנע געצייג קיין רוסלאנד, האט סטאלין געשיקט א בריוו צו רוזעוועלט:
"דיין באשלוס, מר. פרעזידענט, צו שענקן פאר די סאוויטישע פארבאנד צינזן-פרייע קרעדיט פון א ביליאן דאלאר אין די פארעם פון מאטריאל און געצייג איז אנגענומען געווארן דורך די סאוויעטישע רעגירונג מיט דאנקבארקייט פון טיפן הארצן אלס דרינגענדע הילף צו די סאוויעטישע פארבאנד אין איר אויסנאם גרויסע, שווערע געשלעכט אנטקעגן די געמיינע שונא - בלוטדארשטיגע היטלעריזם"
פלאי פלאים! דער ווייסט ווי אזוי מ'דאנקט, עס ווערט יא געברענגט אין זיין ווערטערבוך, נישט מער געדאכט.
שפעטער ווען סטאלין איז געקומען שנארן פאר נאך, ביים טעהראן קאנפערענץ אום נאוועמבער 1943, האט ער געזאגט פאר רוזעוועלט "איך וויל דיר זאגן אז פון די רוסישע קוקווינקל טוט די פרעזידענט און די פאראייניגטע שטאטן אונז העלפן געוואונען, וויכטיגסטע זאכן אין א קריג איז מאשינען…. די פאראייניגטע שטאטן איז א א לאנד פון מאשינען, אן די מאשינען וואס מיר באקומען וועלן מיר פארלירן די קריג".
די נדבות האבן זיך דאן געטריפעלט. אמעריקע האט אנגעהויבן שיקן נאך און נאך. וואס די סאוויעטן האבן געבעטן האבן זיי באקומען.
אבער סטאלינ'ס ווערטער זענען נאר געזאגט געווארן פריוואט עפענטליך האבן די רוסן געפאמפט ביי זיך אינדערהיים דורכאויס די קריג אז זיי טוען אלעס אליינס.
דאס האט אויפגעברויזט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר און ער האט אין א פרעסע קאנפערענץ אין מערץ 1943 געזאגט "עס זעט אויס אז די רוסישע רעגירונג וויל באהאלטן די פאקט אז זיי באקומען הילף פון אינדרויסן. פארשטענדליך, איז דאס כדי צו איבערצייגן זייערע בירגער אז די רויטע ארמיי קעממפט אין די קריג גענצליך אליינס".
די רוסישע צענזור האט פארשטייט זיך נישט געוואלט דורכלאזן די ווערטער געדרוקט אדער געזאגט צו ווערן דורך זייער מידיא, אבער נאך א פינף שעה'איגע היציגע טעלעפאן געשפרעך מיט די אמעריקאנער, האבן זיי עס דורכגעלאזט.
ווײטער, זעט מען וואס ניקיטא כרוסטשאוו, דער סאוויעטישע פארזיצער (דיקטאטור אין אלע שפראכן חוץ רוסיש…) פון 1953 ביז 1964 (תשי"ג-תשכ"ד), האט געהאלטן.
אין זיינע געשריבענע זכרונות שרייבט ער "אוי די מיר נישט געווינען די קריג. איינס אויף איינס אנטקעגן היטלער, וואלטן מיר נישט ווידער געשטאנען זייער אנשלאג, און מיר וואלטן ווען פארלוירן די קריג. קיינער רעדט דערפון אפיציעל, און איך גלייב אז סטאלין האט נישט איבערגעלאזט אראפגעשריבענע שפירן פון זיין מיינונג, אבער אזוי האט ער זיך אויסגעדרוקט צו מיר עטליכע מאל".
און דאס איז דער זעלבער כרוסטשאוו וואס האט געשטעלט נוקלעארע מיסילס אין קובא.
ווידער זעט מען וואס נאך א הויכע סאוויעטישע פיגור האט געהאלטן. נעמליך, מארשאל זשוקאוו, דער אנדערער רוסישער מארשאל וואס האט איינגענומען בערלין צוזאמען מיט'ן אויבנדערמאנט'ן ראקאסאווסקי.
נאך די מלחמה האט ער געזאגט "איצט זאגט מען אז די אליאירטע האבן אונז קיינמאל געהאלפן, אבער מען קען נישט לייקענען אז די אמעריקאנער האבן אונז געגעבן אזויפיל סחורה, וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געקענט פארמירן אונזער רעזערוו און אנגיין מיט'ן קריג. מיר האבן נישט געהאט אויפרייס שטאף, ביקסן-פוידער. מיר האבן נישט געהאט סיי וואס אריינצולייגן אין אונזערע רייפלס וואס קען עס מאכן שיסן. די אמעריקאנער האבן אונז געראטעוועט מיט זייער ביקסן-פוידער און אויפרייס שטאף. און וויפיל שטאל פלאטעס זיי האבן אונז געגעבן! ווי אזוי וואלטן מיר געקענט פראדוצירן אונזערע טאנקן אן אמעריקאנע שטאל? אבער יעצט מאכט מען זיך כאילוי מיר האבן געהאט אן איבערפלוס פון אלעם גוטן. אן די אמעריקאנער טרעקלעך וואלטן מיר נישט געהאט מיט וואס צו שלעפן אונזער ארטילעריע".
אבער רוסלאנד מאכט זיך גענצליך טאמעוואטע און מ'לייקנט אין גרויסן אז אמעריקע איז עפעס ווערד געווען. מ'דערמאנט נאר וויפיל זיי האבן פארלוירן. אן די אמעריקאנער וואלטן זיי געקענט וויינען אויף די פארלוסט פון זייער עקזיסטענץ.
2005 (תשס"ה) איז זעט אויס געווען א יאר וואס די רוסן האבן מחליט געווען אביסל צו אנערקענען די אמעריקאנער. פוטין האט אין זיין דרשה אום מאי 9 2005 געזאגט "טייערע קאמעראדן, מיר האבן קיינמאל צוטיילט די זיג אלס אונזערע און א צווייטנס. מיר וועלן אייביג געדענקען די הילף פון די אליאירטע: די פאראייניגטע שטאטן וכו'...."
אין 2004 (תשס"ד) האט זיך געעפנט א שטיקל מוזעאום אין מאסקווע וואס צייגט די אליאירטע הילף פון די צווייטע וועלט מלחמה.
דער זון פונעם אויבנדערמאנטן מארשאל ראקאסאווסקי האט מנדב געווען פאר די מוזעאום זיין טאטנ'ס אמעריקאנער דזשיפ פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט נאך פונקציאנירט! די מוזעאום פלעגט אפילו לאזן נעמען א דרייוו דערין פון צייט צו צייט.
זיי האבן אויך פארגעשטעלט א זאמלונג פון רוסישע מונדירן קנעפלעך וואס האט פארמאגט רוסישע בוכשטאבן אין פארנט און פון אונטן איז געווען איינגעקריצט "מעיד אין שיקאגא".
אלזא, יא! די שילדערונג אין אנפאנג פון דיזער ארטיקל האט ווירקליך פאסירט. עס זענען געווען מיליאנע סאוויעטישע סאלדאטן וואס זענען געווען אויסגעשטאטעט מיט אמעריקאנע קלאפער-געצייג.
אמעריקע האט אפילו געשיקט שפילצייג פאר סאוויעטישע קינדער, זאלן זיי זיך אביסעלע דערקוויקן אין די שרעקליכע מצבים.
די מוזעאום עקזיסטירט שוין נישט. א וואונדער פארוואס.
***
צום שלוס.
מ'קען פארשטיין די סאוויעטן, פארוואס זיי שרייען אזויפיל איבער זייערע פארלוסטן. זיי זענען שטארק פארביסן קעגן די אמעריקאנע פאר'ן נישט קומען צו הילף אין פערזאן ביז גאר שפעט אינעם קריג.
רוזעוועלט האט אין 1942 צוגעזאגט סטאלין אז אין הערבסט וועט ער עפענען נאך א פראנט פאר די דייטשן דורך אינוואדירן דייטש אקופירטע טעריטאריע אין אייראפע, למעשה האט אמעריקא געלאנדעט אין נארמאנדי פראנקרייך אין יוני 1944, צוויי יאר שפעטער!
און דורכאויס די צוויי יאר זענען די רוסן אפילו מיט זייער פארשריט, געפאלן ווי די פליגן.
מ'קען אויך פארשטיין די אמעריקאנער. זיי האבן געקעמפפט די יאפאנעזער אליינס דורכאויס די גאנצע קריג, מיט ביטערע פארלוסטן. די קריג האט זיך געשלעפט לענגער ווי די קריג מיט די דייטשן, און ווען נישט די אטאם באמבעס, גיי ווייס ווילאנג עס וואלט זיך ווען געצויגן.
און רוסלאנד? רוסלאנד האט באקוועם געהאט א שלום אפמאך מיט יאפאן דורכאויס די קריג..
ווי אויך קען מען פרעגן: ווער האט אריינגעלייגט די רוסן אין זייער בלאטע? וואס האבן זיי געטאן אין די ערשטע צוויי יאר פון די מלחמה? ווי סאך האבן זיי געשחט'ן און געפלינדעוועט צוזאמען מיט די נאציס דורכאויס די ערשטע צוויי יאר?
ששש.. זיי שטיל האק נישט אריין אין די פאראדע, די פאראדע באצייכנט נאר ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט פאר די רוסן, נישט פאר די בריטן וואס האבן זיך געשלאגן פאר גאנצע צוויי יאר בעפאר און נישט פאר אמעריקע וואס האט זיך געשלאגן פאר דריי ביטערע חדשים דערנאך.
רוסלאנד האט מיט קאנאנען פלייש פון אנדערע לענדער און געווער באזונדערע לענדער געווינען א קריג! א קריג אין א תקופה וואס זיי האבן געקליבן. אן אייגענע קריג, וואו נאר זיי האבן געזיגט.
נאר רוסלאנד פארשטייט ווי אזוי צו געווינען אזא קאמפליצירטע קריג.