איך האב שוין גענוצט טרעוול-פעסס עטליכע מאל אין עטליכע לענדער אין אייראפע.
די קייסערא פאון האט מען מיר געזאגט וועט נישט ארבעטן, איך האב גענוצט די LG פאון’ס. די ערשטע מאל האב איך געהאט די ערשטע כשר’ע LG פאון, [אן א פראנט סקרין, כ’געדענק נישט וויזוי ס’הייסט], און די לעצטע פאר מאל האב איך געהאט די LG קלעסיק.
יעדע לאנד האט געהאט זיינע אייגנשאפטן. אין לאנדאן האב איך געקענט רופן א לאנדענע נומער. אין אנדערע לענדער האב איך נישט מצליח געווען.
אזוי אויך די וואויסמעיל, אין לאנדאן האט עס געביפט א מאדנע טאון פאר בערך 40 סעקונדעס און דערנאך אנגעקומען צום וואויסמעיל, משא”כ אין אנדערע לענדער איז עס גלייך געגאנגען צום וואויסמעיל.
אזוי אויך איז נייטיג צו וויסן אז מען דארף דרוקן די קאנטרי נומער, דהיינו לדוגמא קיין אמעריקא דארף מען דרוקן 00 1 845 וכו’ (אדער +1 845 וכו’)