Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער
עס איז א גרויסע חילוק צווישן איינער וואס דארף א רעיז און וויל באקומען וואס ער איז ווערט . צי איינער וואס וויל זיין דיין באס .מי חכם האט געשריבן:פארשטייט זיך אויב דער ענדגילטיגער ציל פון אונען א ביזנעס איז די פאוער דערפון, איז אוודאי אז מען זאל זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון א ארבעטער וואס האלט דיר ביים קארג
אויב אבער דער ענד ציל איז צו מאכן ווי מער געלט מיט ווי ווייניגער עקספענס פון ריסארסעס, מיינט דאס אז דער בעה"ב איז טאקע אין די אומבא'טעמ'טע פאזיציע פון א קונה אדון לעצמו, אבער זיין ביזנעס פארט. וואס מיינסטו אז א ארבעטער האט יא ליב צו זיין אנגעוואנדן אין די חסדים פונעם בעה"ב? ער איז אבער דא וויבאלד נאכן מאכן זיינע קאלקולאציעס, אין זיינע ספעציפישע אומשטענדן, איז דאס פאר אים די מערסט פארגעצויגענע וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש און דערפאר איז ער גרייט זיך צו פארשקלאפן און ארבעטן פאר עמיצן.
איך פארשטיי גראדע אז איינער וואס איז נישט ממש געשטיקט זאל באשליסן ענדערש אויסצוגעבן מער - אדער סאך מער - געלט, מי און צייט אבי נישט צו ווערן אביוזט, און דאס איז דאך טאקע וואס האט יעצט פאסירט מיט די גרעיט רעזיגנעישאן, און ביי א בעה"ב וואס האט ב"ה פרנסה איז א גאנץ יאר קאוויד מיט עמפלוימענט - ד.ה. ער קען זיך ב"ה עפארדן דאס צו טאן. פארט לאזט זיך זאגן אז פאר די הצלחה פון די ביזנעס, די באטטאם ליין, איז דאס לאו דוקא די ריכטיגע מהלך.
מיין עקספיריענס אלץ איינער וואס מענידטש א ביזנעס פון א גרויסע צאל ארבייטער איז. אז געווענליך דער ארבייטער וואס לאזט כסדר וויסן ווי שטארק ער איז ווערט פאר די ביזנעס און מען דארף אים געגעבן דאס אין יענץ און מען מיז אים פאלגן און רעיזן יעדע פאר מינוט ווייל ער איז שוין דא אזויפיל יארן און האט ארויס די גאנצע ביזנעס זענען װערט א מכה מיט פאוזנאייווי . זיין גאנצע געלאנגענקייט. איז דיר צי פארדרייען די קאפ וויפיל ער איז אלץ ווערט און אויב הערסטי נישט צי צו זיינע דברי חכמה לייגסטו די גאנצע ביזנעס אין דער ערד און אזו ווייטער . אבער באמת ווערט איז ער נישט און על פי ברוב ווייסט ער אליין דעם אמת און טאקע פאר דעם איז ער פארנומען א צי בלאזן זיין וועליא. און פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך וואס זענען דא דא פאר דיר זיי זענען באמת ווערט אין מען קען זיי אינוואלווען און דיסשען,ס און ער איז נישט יעדע רגע פארנומען וואס מען דארף אים אפרישעטטן זיי זענען נארמאלע מענטשן . סא בדרך כלל איינער וואס אביזט מיר טריי איך פטור צו ווערן אויף שיינע אופן .. נישט ווייל איך האב א פראבלעם מיט א אדון נאר ווייל די סיבה פארוואס ער וויל זיין מיין אדון איז ווייל ער איז ווערט 0