איך בין נייגעריג וויאזוי ס'ארבעט, איך האב מעמבערשיפ אויף די שטיבל אין איין וואך איז עס נישט ארויסגעקומען. גייען זיי אויסציען די מעמבערשיפ אדער דא מאכן זיי די געלט?
אן אויסגאבע רעכנט געווענליך א יאר סובסקריפשען = 50 אויסגאבעס.
איך בין נייגעריג וויאזוי ס'ארבעט, איך האב מעמבערשיפ אויף די שטיבל אין איין וואך איז עס נישט ארויסגעקומען. גייען זיי אויסציען די מעמבערשיפ אדער דא מאכן זיי די געלט?
דאס איז די סבה פארוואס איך נעם נישט קיין סובסקריפשן, איך וויל עס האבן יעדע וואך, און רעכנדיג אז עס מאכט זיך ווען עס קומט נישט אן און דעי פאקט אז די סובסקריפשן איז נישט ווער ווייסט ווי סאך ביליגער שטיץ איך שוין די לאקאלע גראסערי אויך..
איך קען נאך אלס נישט צו זיך קומען פון דעם טראגישן אקטאבער זיבן, איך ווייס נישט צו איך קען ליינען אזא ארטיקל, עס איז א טאג וואס עס איז אזאנס ביטער און ווען איך טראכט דערפון מוז איך ממש טראכטן פון עפעס אנדערש, די געוויינען פון קינדער און ערוואקסענע וואס גייען אויס פון פלאמען פארשפארט אין שוץ שטובער ארומגענומען מיט טעראריסטן און פליענדע קוילן, עס בארירט מיר גייסטיש.
טאטע אין הימל.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
רויטע קרעיאןהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 29, 2024 1:28 pm
איך קען נאך אלס נישט צו זיך קומען פון דעם טראגישן אקטאבער זיבן, איך ווייס נישט צו איך קען ליינען אזא ארטיקל, עס איז א טאג וואס עס איז אזאנס ביטער און ווען איך טראכט דערפון מוז איך ממש טראכטן פון עפעס אנדערש, די געוויינען פון קינדער און ערוואקסענע וואס גייען אויס פון פלאמען פארשפארט אין שוץ שטובער ארומגענומען מיט טעראריסטן און פליענדע קוילן, עס בארירט מיר גייסטיש.
טאטע אין הימל.
טאקע געפערליך... דאס זעלבע מיט די אינטערוויא מיט די צוויי משכונות פון מאמענטס ארי ווייזער א צייט צוריק..
כ'ווארט מיט שפאנונג צו ליינען די שטיבל וואס קומט ארויס מיט הערליכע אויסגעבע'ס יעדע וואך נאכאנאנד מיט פרישע חידושים
די געשיכטע אויפן דעקל פון ר' ברק ניקסון זעט אויס גאר אינטערעסאנט און שפאנענד, אזוי אויך קוק איך ארויס אויף "אויבערפלאך" האפענטליך וועט זיך געפונען דארט הייסע ווארע איבער ל"ג בעומר אין מירון