* חודש אלול

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

* חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אלול איז דער לעצטער חודש פון יאר. דעריבער האבן די חכמים באשטימט דעם דאזיגן חודש אלס די צייט תשובה צו טוהן אויף די עבירות פון גאנצן יאר, כדי מען זאל נישט אריינקומען אין דעם הייליגן טאג פון ראש השנה, וואס איז דער יום הדין, פארשמירט צוליב די שלעכטע מעשים וואס מען איז באגאנגען.
(של"ה הקדוש)

א רמז דערויף קען מען זעהן פון די משנה (ראש השנה דף י"ח ע"א) על ששה חדשים השלוחין יוצאין וכו' על אלול מפני ראש השנה, די שלוחי בית דין גייען ארויס מודיע זיין פאר די מענטשן פון גולה וועגן ראש השנה. קען מען זאגן דעם רמז, אז די שלוחים פון בית דין של מעלה גייען ארויס מעורר צו זיין די אידן תשובה צו טוהן אין חודש אלול, איידער עס קומט אן ראש השנה.
(ספרים)

פאלגענד איז אן איבערזעצונג פון דעם לשון פון הייליגן ספר "סדר היום", וואס ער שרייבט וועגן חודש אלול: ראש חודש אלול דארף יעדער מענטש נאכפארשן זיינע מעשים און זיך צוריקקערן צום הייליגן באשעפער, ווייל עס איז אן עת רצון, ווען דער באשעפער נעמט אן די תשובה סיי פון דעם יחיד און סיי פון דעם ציבור. חודש אלול איז די צייט ווען דער אויבערשטער איז איבערגעבעטן געווארן צו די אידן נאך דעם חטא העגל, ווען משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אין הימל אין די לעצטע פערציג טעג.

אין די טעג פון אלול פארמערט מען סליחות און תחנונים. מען שטייט אויף אינדערפרי, יעדעס ארט לויט איר מנהג. עס איז פארשפרייט דער מנהג אויפצושטיין יעדע נאכט א שעה אדער צוויי איידער עס הויבט אן צו טאגן, און מען זאגט סליחות ביז אינדערפרי יעדער איינער לויט זיינע כוחות.

אויף חודש אלול שטייט אין פסוק, "אני לדודי ודודי לי", וואס איז די ראשי תיבות אלו"ל, ווייל עס איז די צייט ווען דער אויבערשטער זוכט אונזער ליבשאפט, און ער שטרעקט אויס זיין רעכטע האנט אנצונעמען די תשובה פון מענטשן.

ערב ראש חודש דארף יעדער פאסטן, און עס איז נישט ווייניגער חשוב ווי יעדן ערב ראש חודש, וואס רוב ערליכע אידן פאסטן דעמאלס, בפרט ערב ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך צו שטיין ביים משפט אויף אלע מעשים, סיי אויף די שגגות און אונסין, און סיי אויף די זדונות, און ווי אזוי קען א איד זיך אוועקשטעלן פאר'ן האר פון דער וועלט בשעת ער ווייסט ווי גרויס עס איז דער פחד פון יום הדין. דעריבער איז די בעסטע צייט זיך צוצוגרייטן 30 טעג פריער, אזוי ווי די חז"ל זאגן (פסחים דף ו' ע"א) שואלין ודורשין קודם החג שלשים יום, איז דאך אוודאי געוויס אז אין חודש אלול דארף מען תשובה טוהן סיי אויף די ענינים וואס זענען נוגע אים אליין, און סיי אויף די ענינים וואס זענען נוגע צווישן אים און די גאנצע שטאט וואו ער וואוינט. אויף יעדע זאך איז דא א גזר דין צום גוטן אדער ח"ו פארקערט.
וועגן דעם דארף יעדער מענטש זיך מעורר זיין 30 טעג פאר ראש השנה, וואס איז פון ראש חודש אלול, אויסצורוימען דעם חמץ (דער יצר הרע) פון זיין אייגענעם הארץ, און ער זאל נישט איבערלאזן אפילו א קליינעם טייל פון דאזיגן חמץ, און וויבאלד עס איז א שווערע ארבעט דאס צו טוהן, דארף מען אנהייבן 30 טעג פריער, כדי מקיים צו זיין דעם פסוק "מעט מעט אגרשנו מפניך".

און אזוי וועט דער אויבערשטער העלפן אז מען וועט זיך קענען רייניגן אין די דאזיגע 30 טעג פאר ראש השנה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

חמשה עשר באב
פון חמשה עשר באב, הייבן זיך שוין אן די הייליגע טעג, ווייל לויט ר' אליעזר האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט כ"ה אלול, און פון ט"ו אב ביז כ"ה אלול איז דא פערציג טעג, און פערציג טעג איידער א מענטש ווערט געבוירן רופט מען אויס אין הימל וואס עס וועט זיין מיט דער קינד, אזוי אויך פערציג טעג פאר'ן יום הבריאה רופט מען אויס ווי אזוי עס וועט זיין די יאר. וועגן דעם קען מען זיך שוין אויסבעטן פון ט"ו באב, אז די קומענדיגע יאר זאל זיין א גוט יאר. בני יששכר

דער מהרי"ל ברענגט א מנהג אז פון ראש חודש אלול, ווען מען שרייבט א בריוו, שרייבט מען ביים ענדע פונעם בריוו, א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה". און וויבאלד די הייליגע טעג הייבן זיך שוין אן פון ט"ו אב, דעריבער זענען דא וואס פירן זיך צו שרייבן א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה" פון ט"ו אב.

ערב ראש חודש אלול
יעדער ערב ראש חודש איז א צייט פון תשובה, ווייל דאס איז דער לעצטער טאג פונעם חודש, וועגן דעם איז דאס א זמן תשובה צו טון אויפ'ן גאנצן חודש, ובפרט ערב ראש חודש אלול, כדי צוצוגרייטן דאס הארץ צו תשובה. מטה אפרים

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן "יום כיפור קטן" ערב ראש חודש אלול, אפילו די וואס זאגן נישט יעדן ערב ראש חודש. אויך זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן אין דעם טאג. עס איז דא א מנהג אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים ערב ראש חודש אלול. אויב ראש חודש אלול געפאלט זונטאג טוט מען די אלע זאכן דעם דאנערשטאג פריער.
חודש אלול
דער טעם פארוואס אנהייב פון חודש אלול געפאלט אייביג אויס אין פרשת שופטים, ווייל חודש אלול איז די צייט פון תשובה וואס יעדער יוד דארף אריינקוקן אין זיך, זען וואס מען דארף פארעכטן, און דער אנהייב פון תשובה איז, אז מען זאל שטעלן ריכטער און פאליציי וואס זאלן אכטונג געבן אויפן מויל, אויגן און אויערן, דאס מיינט, אז מען זאל אכטונג געבן אויף זיי נישט צו רעדן, נישט צו זען און נישט צו הערן וואס מען דארף נישט, נאר וואס מען מעג, און אויב טרעפט זיך אז מען האט פארגעסן און מען האט יא גערעדט אדער געזעהן און געהערט וואס מען האט נישט געטארט, זאל מען זיך באשטראפן מיט א קנס ווי למשל געבן צדקה וכדו', אזוי וועט מען שוין מער אכטונג געבן אויף זיך.
דעפאר קומט אנפאנג אלול אויס אין פרשת שופטים, ווייל דארט שטייט: "שופטים ושוטרים תתן לך" קען מען טייטשן, דו זאלסט זיך אליין מאכן פאר א שופט און דו זאלסט אליין זיין דיין אייגענע שוטר, דאס הייסט אז דו זאלסט זיך אליין באשטראפן, אויב דו וועסט ח"ו זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און אזוי וועסטו תשובה טון ווי עס דארף צו זיין. דעריבער לייענט מען די פרשה אנהייב חודש אלול וואס דאס איז א חודש פון תשובה.
בני יששכר

דער אויבערשטער מיט זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס ער האט אויף זיינע געטרייע יודישע קינדער, ווארט און האפט און קוקט ארויס אז זיי זאלן תשובה טון און זיך אומקערן צוריק צו איהם, דערפאר ווען עס קומט דער חודש פון תשובה טוט דער אויבערשטער אריינברענגען און אריינדרינגען אין יעדן יודיש הארץ א פארכט און א מורא פון דעם אויבערשטן, און מען זוכט ווי אזוי צו פארעכטן וואס מען האט ביז היינט נישט גוט געטון.
דאס לערנען אונז חז"ל אז דער פסוק: "אריה שאג מי לא יירא" איז מרמז אויף די הייליגע טעג, ווייל "אריה" איז ראשי תיבות א'לול, ר'אש השנה, י'ום הכפורים, ה'ושענא רבה. דאס ווייזט אז אין די פיר צייטן איז יעדן איד'ס הארץ פול מיט מורא און פחד פון דעם אויבערשטן, און מען טוט תשובה מיט'ן גאנצן הארץ, און מען פאר רעכט די מעשים פון א גאנץ יאר.
(בני יששכר חודש אלול)

א יעדער יוד ווייסט אז ווען עס קומט חודש אלול טוט מען תשובה, אבער דער ריכטיגער וועג איז, אז א גאנץ יאר זאל מען אכטונג געבן אויף זיך נישט געשטרויכלט צו ווערן אין קיין שום עבירה, נאר שטענדיג צו דינען דעם אויבערשטן און אויספאלגן די הייליגע תורה און וואס די חכמים לערנען אונז.
לויט דעם קען מען מפרש זיין דעם פסוק "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי מָה אֶתבּוֹנן עַל בְּתוּלָה" ווייל חודש תמוז און חודש אב ווערן אנגערופן "עֵינָי", און דער מזל פון חודש אלול איז "בתולה". זאגט דער פסוק: "בְּרִית כָּרַתִּי לְעֵינָי", אויב מען פירט זיך אויף אפילו אין די צוויי חדשים לויט'ן בונד, לויט די געזעצן און אנווייזונגען פון די תורה הקדושה, דעמאלס "מָה אֶתְבּוֹנן עַל בְּתוּלָה", דארף מען נישט אסאך אריינקלערן ווי אזוי תשובה צו טון ווען חודש אלול קומט, ווייל מען איז שוין צוגעגרייט פון פריער. עבודת ישראל

תשובה
חודש אלול איז דא אן עת רצון פון הימל מקבל צו זיין די תשובה, א רמז צו דעם קען מען זען פון דעם פסוק: "ואשר לא צדה והאלוקים אנה לידו ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה" (אויב איינער הרג'עט בשוגג זאל ער אנטלויפן צום ערי מקלט), די ווערטער "א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך" זענען ראשי תיבות אלול, מרמז צו זיין אז חודש אלול איז א חודש וואס איז אן עת רצון מקבל צו זיין די תשובה אויף די עבירות וואס מען האט געטון א גאנץ יאר, אויך איז דער פסוק מרמז אז אפילו אויף עבירות בשוגג דארף מען אויך תשובה טון. אריז"ל

עס שטייט אין פסוק (שיר השירים): "א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י" ראשי תיבות, "אלול". דאס איז טייטש אז די יודן זאגן: איך קוק כביכול אויף מיין פריינד - דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער זאגט איך קוק נאר אויף די יודן, און דער וועג וואס מען ווערט נאנט צום רבונו של עולם איז נאר דורך תשובה.
דאס איז א רמז אז חודש אלול איז דער חודש וואס יודן טון תשובה און דערנענטערן זיך צום באשעפער, און דער באשעפער דערנענטערט זיך צו די יודן:

אויך ווערט געברענגט א רמז, אז די טעג פון אלול זענען טעג וואס מען דארף זיך מתקן זיין, דורך תשובה תפלה און צדקה, דאס איז מרומז אין פסוק: "ומל ה' אלוקיך את לבבך ואת לבב זרעך" און א'ת ל'בבך ו'את ל'בב" איז ראשי תיבות אלול. וואס איז א רמז אויף תשובה. דער פסוק א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף תפלה. דער פסוק "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים" איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף צדקה. אזוי ווי מיר זאגן ראש השנה און יום כיפור ביים דאווענען, ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תקיעת שופר ראש חודש אלול
מען האט מתקן געווען צו בלאזן שופר ראש חודש אלול ווייל נאכדעם וואס די יודן האבן געזינדיגט אין מדבר מיט'ן עגל, און משה רבינו האט גע'פועל'ט ביים אויבערשטן ער זאל מוחל זיין די יודן, איז משה רבינו ארויף אויפ'ן בארג כדי מקבל צו זיין די צווייטע לוחות, און מען האט געבלאזן "שופר" אז אלע יודן זאלן וויסן אז משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג פון וואו ער וועט נישט אראפקומען ביז פערציג טעג און פערציג נעכט, כדי מען זאל זיך מער נישט טועה זיין צו מאכן נאך אן עגל ח"ו. אלס זכר אויף דעם בלאזט מען יעדן ראש חודש אלול שופר.

תקיעת שופר כל החודש
מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול צו דערמאנען אז מען דארף תשובה טון, ווייל די שופר האט אין זיך א כח אויפצוטרייסלען א מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו" (עמוס ג-ו) אויב מען בלאזט שופר אין שטאט וועט דען די פאלק נישט ציטערן?

נאך א טעם: כדי לערבב השטן - צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה.

דער ישמח משה זאגט נאך א טעם, ווייל דער בית יוסף שרייבט אין אורח חיים (סימן תכ"ב) אז די צוועלף לשונות פון הלל וועלכע שטייען אין קאפיטל ק"נ "הללו קל בקדשו", זענען קעגן די צוועלף חדשים פונעם יאר, און דער זעקסטער לשון פון הלל, וואס דאס איז קעגן חודש אלול איז "הללוהו בתקע שופר".

דער דרכי משה ברענגט א רמז אז עס שטייט אין פסוק (תהילים פא-ד) "תקעו בחדש שופר" איז משמע אז מען זאל בלאזן שופר א גאנצע חודש.

הרה"ק ר' יושע מבעלזא זי"ע האט אמאל געזאגט "ווי אזוי קענען מיר דען אנכאפן אין האנט דעם שופר פון גרויס ציטערניש פון דעם הייליגן טאג? נאר וויבאלד חז"ל האבן מתקן געווען צו בלאזן שופר א גאנצן חודש פריער, געוויינען מיר זיך אביסל צו, צו די הייליגע עבודה"!

בדיקת תפילין ומזוזות
אסאך ערליכע יודן פירן זיך חודש אלול בודק צו זיין זייערע תפילין און מזוזות. אויך זוכט מען נאך אנדערע מצוות וואס מען קען אריין כאפן אדער מתקן זיין, כדי מיט דעם צו קומען אנגעגרייט צום יום הדין.

תהלים בחודש אלול
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים יעדן טאג פון חודש אלול, ווייל אז מען זאגט פון אנהייב חודש אלול צען קאפיטלעך יעדן טאג קומט אויס אז מען ענדיגט צוויי מאל תהלים ביז ראש השנה, וואס דאס איז 300 קאפיטלעך, און דאס באטרעפט אזוי פיל ווי דאס ווארט "כַּפֵּר" לעמך ישראל. מטה אפרים

ביים צאנזער רב זי"ע האט מען זיך געפירט צו זאגן גאנץ חודש אלול יעדן טאג נאכן דאווענען אכצן קאפיטלעך תהלים, און ערב שבת האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים. אנדערע האבן א מנהג אויסצוזאגן יעדן טאג א ספר פון תהלים.

די ליקוטי מהרי"ח ברענגט א רמז אויף מרבה זיין באמירת תהילים אין חודש אלול, ווייל עס שטייט אין פסוק ויאמרו לאמר אשירה לה', און ו'יאמרו ל'אמר א'שירה ל'ה' איז ראשי תיבות "אלול" מרמז צו זיין אז מ'דארף לויבן דעם אויבערשטן מיט שירות ותשבחות אין חודש אלול, און דער ספר תהילים איז שירות ותשבחות וואס דוד המלך האט פארפאסט לכבוד דעם רבש"ע.


ארבעים יום לתשובה
פארוואס האבן מיר באקומען פונקט פערציג טעג תשובה צו טון פון ר"ח אלול ביז יום כיפור?
ווייל ווען די יודן האבן געזינדיגט מיט'ן עגל, איז משה רבינו ע"ה ארויף געגאנגען אין הימל דאס דריטע מאל ראש חודש אלול, אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור, האט דער אויבערשטער מוחל געווען די יודן, און האט געגעבן די צווייטע לוחות, דעריבער זענען געבליבן די פערציג טעג, א צייט פון תשובה וואס דער אויבערשטער איז מוחל אויף עבירות.

נאך א טעם: כדי מען זאל תשובה טון אויך אויף די עבירה פון דעם עגל וואס די יודן האבן געמאכט "פערציג טעג" נאכדעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה.
כף החיים

נאך א טעם: צו פארגעבן אויף די עבירה פון די מרגלים וואס זיי זענען געגאנגען "פערציג טעג" און דערנאך האבן זיי גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל. דערפאר טוט מען תשובה "פערציג טעג".

א רמז: די ווערטער אנ'י לדוד'י ודוד'י ל'י, וואס זענען ראשי תיבות "אלול" זענען אויך סופי תיבות בגימטריא פערציג, דאס איז מרמז אז די פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור זענען די טעג וואס מען קען ווערן נאנט צום אויבערשטן.

לדוד ה' אורי
פון ר"ח אלול ביז נאך שמיני עצרת, זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן נאכ'ן דאווענען דעם קאפיטל תהלים "לדוד ה' אורי". עס זענען דא וואס זאגן דאס נאך שחרית און נאך מנחה. און אנדערע פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל נאך שחרית און נאך מעריב.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

היתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו, לולא האמנתי לראות בטוב ה' בארץ חיים קוה אל ה', אני לדודי ודודי לי!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

גבאי ביהמד האט געשריבן: היתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו, לולא האמנתי לראות בטוב ה' בארץ חיים קוה אל ה', אני לדודי ודודי לי!
the SCY is the limit
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י !
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

ראשי תיבות "אלול"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

אנה לידו ושמתי לך [שמות פרק כא פסוק יג]
אחד לחטאת ואחד לעולה [ויקרא פרק ה פסוק ז]
אנשים לפנינו ויחפרו לנו [דברים פרק א פסוק כב]
את לבבך ואת לבב [דברים פרק ל פסוק ו]
אכל לחם ויטב לבך [מלכים א פרק כא פסוק ז]
איש לאחיו ואיש לרעהו [ירמיהו פרק לד פסוק כו]
אבן לפנה ואבן למוסדות [ירמיהו פרק נא פסוק כו]
אני לדודי ודודי לי [שיר השירים פרק ו' פסוק ג]
אחד לצדיק ולרשע לטוב [קהלת פרק ט פסוק ג]
איש לרעהו ומתנות לאביונים [מגילת אסתר פר ט פסוק כב]
אנחנו לך ומהללים לשם [דברי הימים א פרק כט פסוק יג]
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

סופי תיבות "אלול"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

הוא וכל עבדיו וכל [שמות פרק יב פסוק ל]
לא יחל דברו ככל [במדבר פרק ל פסוק ג]
ויבא אל ביתו וישאל [שמואל ב פרק יב פסוק כ]
ויצא אל אביו אל [מלכים ב פרק ד פסוק יח] (מעשה השונמית)
ובא אל מקדשו להתפלל [ישעיהו פרק טז פסוק יב]
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

ר"ת אלול שלא כסדרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

ואקח אתה לי לאשה [בראשית פרק יב פסוק יט]
לחם וסעדו לבכם אחר [בראשית פרק יח פסוק ה]
ויבא אברהם לספד לשרה [בראשית פרק כג פסוק ב]
אברהם לספד לשרה ולבכתה [בראשית פרק כג פסוק ב]
ולקחת אשה לבני ליצחק [בראשית פרק כד פסוק ד]
לפניך ולקחת אשה לבני [בראשית פרק כד פסוק ז]
ותתן אתה ליעקב לאשה [בראשית פרק ל פסוק ט]
אשר לאבינו ומאשר לאבינו [בראשית פרק לא פסוק א]
אחי ושאלך למי אתה [בראשית פרק לב פסוק יח]
ושאלך לאמר למי אתה [בראשית פרק לב פסוק יח]
לאמר למי אתה ואנה [בראשית פרק לב פסוק יח]
ואני אתנהלה לאטי לרגל [בראשית פרק לה פסוק יב]
ואחיך להשתחות לך ארצה [בראשית פרק לז פסוק י]
וישאלו איש לרעהו לשלום [שמות פרק יח פסוק ז]
לאהרן אחיך לכבוד ולתפארת [שמות פרק כח פסוק ב]
לחם לא אכל ומים [שמות פרק לד פסוק כח]
לא אכל ומים לא [שמות פרק לד פסוק כח]
לד' וגורל אחד לעזאזל [ויקרא פרק יז פסוק ט]
ונפלו איביכם לפניכם לחרב [ויקרא פרק כו פסוק ז]
לכם לציצית וראיתם אתו [במדבר פרק טו פסוק לט]
לאברהם ליצחק וליעקב אל [דברים פרק ט פסוק כז]
לתת להם ולזרעם ארץ [דברים פרק יא פסוק ט]
ובר לבב אשר לא [תהלים פרק יח פסוק כג]
לד' והתחולל לו אל [תהלים פרק לז פסוק ז]
לעבדיך והושיעה לבן אמתך [תהלים פרק פו פסוק טז]
ורחב לבב אתו לא [תהלים פרק קא פסוק ה]
ויתן אותם לרחמים לפני [תהלים פרק קו פסוק מו]
אני לפתח לדודי וידי [שיר השירים פרק ה פסוק ה]
ודמה לך לצבי או [שיר השירים פרק ח פסוק יד]
את לבי לדרוש ולתור [קהלת פרק א פסוק יג]
ונתון את לבי לכל [קהלת פרק ח פסוק ט]
להשמיד להרג ולאבד את [מגילת אסתר פרק ג פסוק יג]
אני ועמי להשמיד להרוג [מגילת אסתר פרק ז פסוק ד]
ותתחנן לו להעביד את [מגילת אסתר פרק ח פסוק ג]
למלך אחשורוש וגדול ליהודים [מגילת אסתר פרק י פסוק ג]
ליהודים ורצוי לרב אחיו [מגילת אסתר פרק י פסוק ג]
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

חוץ די ר"ת דארף עס אויך האבען א משמעות און א שייכות מיט אלו'ל

און אוודאי נישט פארקערט ווי לדוגמא להשמיד להרג ולאבד את ...
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קהלת האט געשריבן: חוץ די ר"ת דארף עס אויך האבען א משמעות און א שייכות מיט אלו'ל

און אוודאי נישט פארקערט ווי לדוגמא להשמיד להרג ולאבד את ...

נישט מער ווי גערעכט.
אגב אלול מיטן כולל איז בגימטריא חיי"ם.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

סאיז שוין ערב ראש חודש
כתיבה וחתימה טובה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אויף אלול ראשי תיבות איז דא א עקסטערע אשכול
http://Www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=15022
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
Ban Mazel
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס דערנענטערט זיך שוין אט אט דער חודש אלול, די הייליגע ספרים טייטשען אז א"ב איז ראשי תיבות, אלול בא, ביי חסידים האט מען שוין געקאכט מיט אלול פון ראש חודש תמוז, תמו"ז איז ראשי תיבות זמני תשובה ממשמשין ובאין. ווען עס איז שוין אנגעקומען אלול אליין האט מען שוין געהאט אזא פחד אז מען זאגט נאך א מאמר ביי חסידים, אז ווען עס קומט חודש אלול, איז דא אזא פחד אז אפילו די פיש אין וואסער צוטערין, ווייל מען האלט שוין באלד ביים יום הדין הגדול והנורא, מען דארף זיך שטעלין פאר א משפט, וואס זאל פסקענען אויף אונזער עתיד, צום לעיבן, צו צום טויט, (רח"ל-ה"י), צו הונגער, צו צו זעט, אין אזוי ווייטער, איז פאדערט זיך, אין עס איז זייער וויכטיג צו מאכין א שטיקעל הכנה, זיך צו צוגרייטען פון פריער צו דעם געהויבענעם טאג.

די גמרא זאגט אין גיטין, ביי די מעשה פון חורבן ירושלים, אז ר' יוחנן איז ארויסגעגאנגען פון די מויער פון ירושלים דורך זיין קינץ, ער האט געזאגט אז ער איז שוין נפטר געווארין, און זיינע תלמידים האבען אים ארויס געטראגען, אין ער איז געגאנגען צו אספסיינות קיסר, ווען ער איז אהין אהנגעקומען האט ער אויסגערופען צו אים צוויי מאהל, שלמא עליך מלכא, שלמא עליך מלכא, פרידען צו דיר קעניג, פרידען צו דיר קעניג, האט אים אספסיינות געענטפערט אמר ליה, מחייבת תרי קטלא, עס קומט דיר צוויי מאהל מען זאל דיר הארגענען חדא דלאוו מלכא אנא, וקא קרית לי מלכא, איין מאהל קומט זיך דיר מיתה ווייל די האסט חוזק געמאכט פון מיר, די האסט מיך אהנגערופען קעניג, אין איך בין נישט קיין מלך, ותו, אי מלכא אנא, עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי, וגו', אין נאכדעם קומט זיך דיר א צווייטע מיתה, ווייל אויב האלטסטו אז איך בין א קעניג, ווי בוסטו געווען ביז יעצט, איך שטיי שוין דא לעיבן ירושלים דריי יאהר, וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט, ווי בוסטו געווען ביז יעצט, פארוואס בוסטו נישט געקומען צו מיר פריער, האט אים ר' יוחנן געענטפערט א תירוץ, עס איז נישט נוגע דא צום ענין וואס ער האט אים געענטפערט.

אבער די טענה איז א שטארקע טענה, אויב בין איך א קעניג דארפסטו שוין לאנג זיין דא, די זעלבע זאך זאגען די ספרים הקדושים, ווען עס קומט די הייליגע טאג ראש השנה, קומען אלע אידען אריין אין בית המדרש, אין אלע שרייען אויס אויפן אייבירשטען המלך, אלע זאגען ביים דאווענען המלך הקדוש, אלע זענען ממליך דעם אייבירשטען, אלע רופען אויס אז דער אייבישטער איז קעניג, אויב האט זיך דער מענטש נישט צו געגרייט פון פריער אין געמאכט א הכנה צו ראש השנה נענטער צו קומען צום באשעפער, פרעגט זיך א שווערע שאלה, אי מלכא אנא עד האידנא אמאי לא אתית לגבאי, דער אייבישטער קען פרעגין, אויב בין איך א קעניג, ווי בוסטו געווען ביז יעצט, וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט אז איך בין קעניג, איך בין געשטאנען פון אהנהייב תמוז, אין דיר דערמאנט, תמו"ז איז נוטריקין ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, קער זיך צוריק קום צוריק צו מיר, אין אזוי ווייטער א"ב, איז נוטריקון א'לול ב'א, דערמאן זיך, אין טוה תשובה קום צוריק צו מיר, אין אלו"ל אליין איז נוטריקון, א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, איז איך שטיי שוין דא אזוי לאנג, איך האב דיר געהאלטען אין איין דערמאנען, איך בין געווען ארום דיר, ווי בוסטו געווען די גאנצע צייט, עד השתא, איז דערפאר דארפען מיר זיך אביסעל צוגרייטען צום יום הדין, מען מוז מאכין א הכנה צום ראש השנה, מען קען נישט אריין פאלין אין דעם ראש השנה סתם אזוי, מען דארף אביסעל ממליך זיין אויף זיך די מלכות ה' פון פריער, אין זיך צוריק קערין צום אייבירשטען, אין ווערין אמת'ע טייערע ערליכע צאן קדשים, וואס מאכין א קידוש ה' פארן אייבירשטענ'ס נאמען.

אין די אמת איז, עס איז טאקע נישט מעגליך צו נענטער ווערין צום אייבירשטען, און ערליכער ווערין, תשובה טוהן, אין איין רגע, ווען מען גרייט זיך גארנישט צו פון פריער, א נייע וועג א העכערע וועג דארף זיין א דורך אין א דורך, (Solid), וואס עס זאל זיך האלטען ביי דעם מענטש עס זאל אים טוישען זיין מהלך החיים, איך האב געהערט נאך זאגען פון ר' שלום שוואדראן זייער א גיטע משל אז ווען עס איז דא א חתונה אין א שטעטיל גייען אלע זיך בארגען שיינע קליידער, אין יעדער קומט אהנגעטוהן ווי א גביר, ווען מען קומט אריין צו די חתונה קען מען נישט וויסען, צו איז דער מענטש א גביר, צו איז ער נישט, אבער עס קומט א טאג שפעטער, נאך די חתונה, ווען דער וואס האט געבארגט די קליידער געט עס שוין צוריק פאר דעם בעלהבאס, אין ער טוהט זיך צוריק אהן זיינע ארעמע קליידער דענמאלט'ס קען מען דערקענען צו איז ער א עושר צו נישט, אין צו די קליידער זענען געווען זיינ'ס צו זיין שכן'ס.

די זעלבע זאך איז ווען עס קומט א ראש השנה, אום יום טוב, קוקען אלע אויס די זעלבע, יעדער האט עפעס א הרהור תשובה, יעדער קומט אין שיהל דאווענען, אין זיך אויסבעטין א גיט יאהר, אבער מיר קענען נישט וויסען ביי וועם די ראש השנה איז זיינ'ס, אין ביי וועם עס איז גאהרנישט אין זיינע אויגען מער ווי א געבארגטע קלייד, אבער נאך ראש השנה קען מען זעהן ביי וועם די ראש השנה איז געווען א אייגענע, אין ביי וועם נישט, ווער עס האט זיך צוגעגרייט צו דעם ראש השנה איז דער ראש השנה אים אריין אין די ביינער, אין עס איז זיינ'ס אין עס האט א קיום אויף ווייטער, אבער דער וואס נישט, איז דער גאנצער יום טוב ווי א געבארגטע קלייד, אין ווי נאר עס ענדיגט זיך דער יום טוב טוהט ער צוריק אהן די ארעמע קליידער, אין גייט צוריק צו זיין אלטע וועג, דערפאר דארפין מיר זיך גיט צו גרייטען פון פריער מיט תשובה ומעשים טובים, זיך צו דערנענטערין צום באשעפער אלט'ס הכנה צו די הייליגע טעג.

ווען א יונגעל הערט עס קומט די הייליגע טעג, מען דארף תשובה טוהן, מען דארף ווערין בעסער, און ערליכער. און ער טראכט צו זיך אריין האב איך דען טאקע קיינמאל נישט געטוהן בטעות קיין עבירה?, קיינמאל נישט געטוהן קיין שלעכטע זאך, איז אויב יא האט ער אלט'ס ביי זיך ספיקות ווי ווייט די כח התשובה גייט צו, אין פרעגט צו זיך, אפילו איך? וואס איך האב שוין עכט געזינדיגט? קען אויך תשובה טוהן?, אין לאמיר שוין זאגען אז יא! איך קען תשובה טוהן! אבער ווי שווער דארף איך ארבעטין תשובה צו טוהן?, אין וויפיל ארבייט דארף איך אריין לייגען דערין, באמת תשובה צו טוהן, אין זיך צוריק קערין צום אייבירשטען?, און די זעלבע שאלה פרעגין טאטע'ס און בחורים אויכעט. איינער פרעגט עס אפען און איינער פרעגט עס אין הארץ.

אבער מען דארף וויסען עס איז נישט אזוי, די הייליגע רמב"ם זאגט זייער א שטארקע לשון, התשובה מקרבת את הרחוקים, די תשובה טוהט דערנענטערין צום אייבירשטען אפילו די גאהר ווייטע, וואס זענען ווייט פארקראכין געווארין פון אים, אמש, נעכטין, פון נעכטין ביז היינט איז נישט מער ווי איין טאג, איז נעכטין היה זה שנאוי לפני המקום, איז דער מענטש געווען פארפיינטעט ביים אייבירשטען, דער אייבירשטער האט אים ממש פיינט געהאט, משוקץ, ומרוחק, נארישקייט, ער איז געווען, פארעקילט, אין דערווייטערט, אין אומווירדיג, ביים אייבירשטען אין די אויגען, והיום, אבער היינט, איין טאג שפעטער, ווי נאר ער האט תשובה געטוהן, הוא אהוב, איז ער באליבט, ונחמד, אין איינגענעם, וקרוב, אין נאנט, וידיד, אין א גיטער פריינד, נישט סתם ער איז שוין נישט פארפיינטעט נאר ער איז אזא ידיד אין אזוי באליבט צום באשעפער אז מען קען זיך עס גאהר נישט פאהרשטעלין, אין דאס איז אלעס אין איין טאג, פון נעכטין ביז היינט.

אין אזוי טייטשען אויך די ספרים הקדושים כרחוק מזרח ממערב הרחיק ממנו את פשעינו ווי לאנג דויערט זיך אויסצודרייען פון מזרח זייט צו מעריב זייט, ביי בואו בשלום, איין רגע, וואס דארף מען טוהן סך הכל זיך געיבן א דריי אויס דאס זאגט דער אייבישטער ווי נאר דער איד געט זיך א דריי אויס פון דעם שלעכטען וועג ער געט זיך נאר איין דריי ער וויל טוישען זיינע וועגען, ער וויל עהרליך ווערין, בעסער ווערין, גלייך הרחיך ממנו את פשעינו, נעמט דער אייבישטער אוועק פון אונז אונזערע אלע זינד אין ער איז אונז מוחל אויף אלעם.

אין די זעלבע זאך זעהן מיר אין די גמרא אין קידושין, די גמרא זאגט המקדש את האשה על מנת שאני צדיק גמור, איינער געט קידושין פאר א פרוי, מיט א תנאי, אז די קידושין זאל נאר חל זיין, אויב בין איך א צדיק גמור, זאגט די גמרא אפילו הוא רשע גמור מקודשת, אפילו אז יעדער קען אים, אין יעדער ווייסט אויף אים, אז ער איז א רשע גמור, איז די קידושין חל מספק, פארוואס, ווייל שמא הרהר תשובה בלבו, ווייל עס קען זיין אז דער רשע גמור האט געהאט אין הארץ א הרהר תשובה, אין אויב יא, איז זיין תנאי, א תנאי, אין ער איז יא א צדיק גמור, אין עס קען האבען חל געווען די קידושין, זעען מיר פון דעם קלאהר אפילו הלכה'דיג אז אויב א רשע גמור האט געהאט א הרהור תשובה בלבו, איז ער אויף די רגע א צדיק גמור.

אין נישט נאר ער איז א צדיק גמור נאר עס שטייט במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, ער איז נאך העכער פון א צדיק גמור, ער איז מער אין חשובער פון א צדיק גמור, מען קען עס בעסער פארשטיין געיבן מיט דעם וואס דער באר מים חיים זאגט אויף א פלאץ, אז צוויי גאהר נאנטע חברים, אין אפילו טאטע אין מאמע, וואס לעיבן זיך בשלום ובשלוה, איז זייער וויכטיג אז עס זאל זיך מאכין איין מאהל וואס זיי זאלען האבען עפעס א סיכסוך צווישען זיך, אין נאכדעם זיך איבערבעטין, ווייל דענמאלט'ס ווען מען בעט זיך איבער איינער מיט דעם צווייטען אין מען ווערט צוריק נאנט, ווערט די ליעבשאפט אין נאנטשאפט אסאך אסאך שטערקער אין נענטער, דאס קען זיין איז פשוט פשט אין דעם מאמר חז"ל במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, ווייל אז מען ווערט מרוחק פון השי"ת אין מען בעט זיך דערנאך צוריק איבער, מען טוהט תשובה, ווערט די קירבה אין נאנטשאפט אסאך אסאך שטערקער.

עס איז דא א גרויסע פראבלעם, עס איז מער ביי עלטערע, ביי טאטע'ס, ביי בחורים, אבער עס איז דא קינדער וואס האבען אויך אביסעל פון דעם: אזוי ווי מען שפירט ביי זיך אז עפעס האט מען נישט גוט געטוהן, ווערט מען זייער צובראכען ביי זיך, ר' אהרן קארלינער האט געזאגט אז דער בעל דבר דארף נישט די עבירה, ער דארף די עצבות נאך די עבירה, וואס מיינט דאס, אויף יעדע עבירה קען מען דאך תשובה טוהן, אבער די יצר הרע קומט אין מאכט אים צובראכען אין בעצבות, אין די צובראכנקייט פון נאך די עבירה לאזט נישט דעם מענטש תשובה טוהן, איז די עיקר דארף דער בעל דבר די עצבות, איז דערפאר מיין נישט אז וויבאלד די האסט שוין איינמאהל געזינדיגט קענסטו מער נישט זיין דער ריכטיגער אוהב ה', נאר פונקט פארקערט דענמאלט'ס האסטו גאהר א שטארקע געלעגנהייט נאנט צו ווערין צום באשעפער, טאקע ווייל די האסט געזינדיגט, אין די בוסט אהפגעטרעטין אביסעל פון וואס דער אייבירשטער האט דיר געהייסען, וועגין דעם האסטו יעצט א געלעגנהייט זיך צוריק צו קערין, אין ווערין א בעל תשובה, אין די וועסט אויפגענומען ווערין ווי א פארלוירענע זון וואס טרעפט זיך צוריק מיט זיינע עלטערין, אין די וועסט מיט דעם נאך ווערין אסאך אסאך נענטער צום באשעפער אונזער טאטע אין הימל ווי פריער. עס איז דא א מאמר רשעים מלאים חרטות, וואס דאס מיינט אז רשעים האבען אייביג חרטה, זיי זענען פיל מיט חרטה, עס איז זייער שווער צו פארשטיין, איינער וואס איז פיל מיט חרטה הייסט א רשע? וואס? חרטה איז דאך א גוטע זאך, א חלק פון תשובה איז דאך חרטה האבען אויפן עבר? אבער דער ענטפער איז פשוט, חרטה דארף מען האבען, אבער איין ריכטיגע חרטה געפיל אין הארץ איז פונקט גענוג, אין דערנאך דארף מען אנהייבען גיין אויף די נייע וועג, אבער רשעים זיי זענען מלאים חרטות, זיי זענען אנגעפילט מיט חרטה א גאנצע צייט טראכטען זיי איך האב אזוי נישט גוט געטוהן, איך האב חרטה, איך דארף חרטה האבן, נאך, אין נאך, דאס מאכט זיי בלייבען א רשע.
ביז יעצט האבען מיר גערעדט וועגען דעם אז מען קען, אין מען דארף תשובה טוהן, שטעלט זיך אבער די ערשטע קשיא וואס דארף איך טוהן, איך ווייס שוין אז עס איז נישט שווער תשובה צו טוהן, ווי מיר האבען פריער גערעדט, איך ווייס שוין אז עס איז גיט תשובה צו טוהן, אבער ווי אזוי טוהט מען דאס? ווי הייבט מען אהן, וואס דארף מען טוהן? די ערשטע עצה פון תשובה איז, פארגעסען פון די נישט גוטע זאכען וואס מען האט געטוהן, פארגעסין פון אלעם וואס מען איז דורך געפאלין, (מתקן זיין וועסטו צוואנציג יאהר ארום), יעצט לאז דיך אהפ פון דעם עבר, פארגעס פון אלעם וואס איז געווען. הייב אהן צו זיין וואויל'ר, זיין עהרליך'ר, די גוטע זאכין וואס דו פלעגסט אמאל טוהן אין עס האט זיך עפעס אויפגעהערט, הייב אהן פון דאס ניי. לאז דיך אהפ פון דעם עבר, כאפ אריין פון יעצט אין ווייטער.

עס איז געווען א איד וואס איז געקומען צו דעם וויזשניצער רבין דער אמרי חיים זי"ע, ער איז נישט געווען קיין וויזשניצע חסיד, אין ער איז אריינגעקומען צום אמרי חיים אין זיך גענומען ביטער צו וויינען אין געזאגט, רבי איך דארף א כפרה, איך דארף א כפרה, דערציילט ער זיין מעשה, אז ער האט זיך נישט געקענט מתגבר זיין איבער גאהר גאהר א הארבע איסור רח"ל, אין ער האט עובר געווען אויף איינע פון די יסודות פון אידישקייט רח"ל, אין ער שעמט זיך צו פארציילען פאר זיין רבי'ן, איז ער געקומען צו אים בעטין א תשובה, האט אים דער אמרי חיים געענטפערט איך קען דיר נישט געיבן מיין תשובה ווייל איך ווייס אז די וועסט מיך נישט פאלגען, האט ער גענומען זאגען רבי איך זאג צו מיט אלע מינע צוזאג'עכצער, אז איך וועל פאלגען אלעס וואס דער רבי וועט הייסען, יעבור עלי מה, האט אים דער אמרי חיים געזאגט די זאגסט מיר צו? וואס איך זאג דיר וועסטו טוהן? האט ער געזאגט יא! האט אים דער אמרי חיים געזאגט אויב אזוי הייס איך דיר פארגעס דערפון, זאגט דער איד רבי אבער... זאגט דער אמרי חיים די האסט עפעס צוגעזאגט! דאס וועט זיין דיין כפרה, דער הייליגער חוזה האט אמאהל געזאגט מען וויינט נישט אפען עבר מען וויינט אפען עתיד.

מיט דעם קען מען טייטשען דעם פסוק (ירמיהו כב י) אל תבכו למת ואל תנודו לו בכי, בכי להולך כי לא ישוב עוד וראה את ארץ מולדתו, מיר ווייסען אז א מענטש וואס לעיבט הייסט ווען ער איז עהרליך, אין טוהט רצון ה', אזוי ווי עס שטייט ביי אברהם אבינו בא בימים ער איז געקומען מיט אלע טעג, זיי האבען אלע געלעיבט, אבער ווען איינער טוהט פארקערט פון רצון ה' איז ער א בחינה פון א מת, זאגט דער פסוק אל תבכו למת, וויין נישט אין טוה נישט קיין תשובה אויף די וועג פון איבער גיין דיין גאנצען עבר, וואס עס איז אריבער אויף דיר, בכו להולך, וויין אויף דעם וואס קומט, אויף די טעג וואס ריקען זיך, וואס קען איך נאך אופטוהן אין די טעג, פארוואס ווייל כי לא ישוב עוד וראה את ארץ מולדתו, אז ער וועט זיך געיבן א קלער איבער אלעס וואס ער איז דורך געגאנגען וועט ער שוין נישט וועלין תשובה טוהן, ווייל ער וועט ווערין אזוי בעצבות פון דעם עבר.

דער יצר הרע וויל דאס אבער נישט, ער וויל מען זאל גיט געדענקען די זמנים וואס מען איז דורך געפאלין, אבער מיר דארפען ארבעטין אויף דעם צו פארגעסען דערפון, אין אהנהייבען א נייע בלאט א נייע התחדשות זיך אויפהייבען מיט מצוות אין מעשים טובים צום באשעפער, אין זיך פונקט פארקערט פרובירען צו דערמאנען אין די גוטע זמנים וואס מהאט געהאט, ווען עס איז אים יא גיט געגאנגען אין עבודת השם, אין אלעס האט געקלאפט, ווי געשמאק אין גיט עס איז אים געווען, אין דאס וועט אים אויפפלאקערין זיין הארץ צום באשעפער, כי ממנו נקח לעבוד את ה' לויט ווי ווייט מיר זעהן אז דער יצר ווילען מיר זאלען געדענקען די שווערע זמנים דארפען מיר געדענקען די גיטע זמנים, אין עס שטייט פון צדיקים אז אסאך מאהל דארף א מענטש נעמין אין זיך פאפען ער זאל טראכטען ביי זיך כאילו ער האט נאך קיינמאהל נישט געזינדיגט, אין ער איז ווי א צדיק גמור כדי ער זאל נישט חלומ'ן פון קיין עצבות, אין יאוש, כדי ער זאל זיך קענען צוריק כאפען אין לערנען דאווענען אין זיין גיט וואס דאס מיינט תשובה טוהן.

אין די אמת איז אז א מענטש דארף וויסען אז דער אייבישטער איז מסבב כל הסיבות, טאקע פאר א עבירה דארף א מענטש וויסען אז ער טאהר בשום אופן נישט זינדיגען, אבער נאך די עבירה, אויב חלילה א מענטש איז דורך געפאלין מיט עפעס א עבירה. זאל ער וויסען אז עס קען גאהר זיין אז דער גאנצע עבירה איז געקומען צו אים נאר כדי צו זעהן צו נאך די עבירה וועט ער ווערין צוקלאפט אין צובראכען, אדער ער וועט זיך דעמאלט'ס שטארקען.

מען זאגט נאך פון צדיקים אז פארוואס זעהט מען אסאך מאהל אז א מענטש ווערט געבוירען מיט גוטע מידות, מיט א גוטע קאפ, אין אלע זיינע חושים פירען אים צו ווערין א גדול בישראל, אין פון דער צווייטע זייט זעהט מען א מענטש ווערט געבוירען מיט א שוואכע קאפ, א שוואכע חשק צו לערנען, א שוואכע שטוב, אזוי פיל שווערעקייטען, אז עס איז ממש א שרעק, אין מען זעהט קלאהר אז עס פירט אים אין שאול תחתית אריין, ער זאל חלילא צו קומען צו שווערע נסיונות פון שווערע עבירות, בין אדם לחבירו, בין אדם למקום, וכדו', וואס איז די פשט דערפון, האב איך געהערט אז מיר ווייסען דאך אז א מענטש ווערט געבוירען מיט א תפקיד אין רוב פון אונז זענען מיר גלגולים פון פאהריגע דורות, נו, איז דא איינער וואס אין פאהריגע דור איז ער געווען א דיין א רב, אין ער האט געפסקענט פאר איינעם פאלש א דין תורה, מוז מען אים געיבן די געלעגנהייט צוריק צו ווערין א דיין יעצט אין ער ווערט אויפן זעלבען דרגה ווי דעמאלט'ס, אין אזוי יעצט פסקענט ער ריכטיג די דין תורה אין ער האט א תיקון, ווייטער איז דא א מענטש וואס ער האט אהפגעטוהן כל עבירות החמורות שבתורה רח"ל. אין ער האט זיך נישט געשטארקט תשובה צו טוהן אין זיין לעיבן. שיקט מען אים אראפ, ער זאל נאכאמאהל אריין פאלין אין די אלע נסיונות אין בשעת ווען ער איז אי די טיפעניש פון די בלאטע, טיפ אין דער ערד, ווארט דער אייבישטער אין קוקט ארויס, לאמיר זעהן וואס ער גייט טוהן, צו ער וועט תשובה טוהן, צו נישט, איז אפילו ווען איינער האט שוין זייער זייער אסאך מאל געזינדיגט קען קיינער נישט זאגען איך האב שוין אזוי פיל געזינדיגט איך קען נישט תשובה טוהן, ווייל דאס וויל דער רבש"ע, אז יעצט נאך די אלע ביטערע עבירות זאלסטו זיך געיבן א כאפ צוריק, אין דאס איז דיין תפקיד, די גאנצע סיבה פון דיינע אלע עבירות איז געווען צו זעהן צו די וועסט תשובה טוהן יעצט. איז אוודאי אין אוודאי יונגע קינדער שלא טעמו טעם חטא, ביי ענק גייט דאך אוודאי אן, אז אויב האסטו געזינדיגט מיט עפעס א קלייניגקייט אפשר קוקט יעצט דער אייבירשטער און ווארט צו זעהן צו דו וועסט אנהייבען פון דאס ניי, קענסטו זעכער גרינגערהייט תשובה טוהן.
איז אז מען גרייט זיך צו, צו די הייליגע טעג מיט א עבודת ה', קען מען אהנהייבען נאנטער צו קומען צום באשעפער, אין ווי נאר מען הייבט אהן אביסעל צו ארבעטין אויף זיך צו ווערין נענטער צום באשעפער, שפירט מען אין זיך אליין א דערהויבענקייט, איבערגעהויבען איבער אלעם, אין דאס איז אונזער הכנה וואס מיר דארפען צו שטעלין פארין יום הדין הגדול והנורא, דער אייבירשטער זאל העלפין מיר זאלען זיך קענען באמת צו גרייטען אין זוכה זיין צו פארשריבען ווערין בספרן של צדיקים גמורים לאלתר לחיים טובים, אמן.

סך הכל: געדענק עס איז פאר די הייליגע טעג, ווער בעסער, געדענק אז דו קענסט זיין גוט, שטייג העכער, און דו וועסט פוילען פאר דיר און פאר דיין משפחה א גוט יאר.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

חודש אלול!!!
הגאון רבי יוסף נפתלי שטערן ז"ל (נכד החת"ס - ומו"ל ספרי רבינו החתם סופר) שרייבט אין הקדמת דרשות חתם סופר, אז די חתם סופר האט גענדיגט משך חודש אלול בדרך קצרה זך וישר, גאנץ ששה סדרי משנה, ש"ס, בבלי וירושלמי, מכילתא, ספרא, ספרי, רמב"ם, טור ושו"ע.
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

עס שטייט פונעם בית אברהם סלונים (שבת תשובה) אז חז"ל זאגן אין מסכת ביצה "וביום השביעי שבת וינפש" כיון ששבת ווי אבדה נפש, חז"ל זאגן און ווארענען אנהייב פונעם שבת, אז די שבת לויפט שנעל אדורך און זעה נישט אדורך צו לאזן דעם שבת אן גארנישט, נאר ניץ עס אויס, זאגט ער אז חודש אלול איז די זעלבע ענין, די טעג לויפן גאר שנעל, כאפ אריין וויפיל עס איז שייך לאז עס נישט אדורך ליידיג.
אוועטאר
יחיד בדורו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 11:31 pm

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד בדורו »

ערגעץ פון תלמידי הבעש"ט הק' שטייט אז יעדע מאל וואס א איד וואונטשט כתיבה וחתימה טובה, ווערט פון דעם א מלאך וואס איז מליץ טוב ביים יום הדין. אדער עפעס ענדליך צו דעם.
איינער געדענקט ווי דאס שטייט?
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה!

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: * חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין ילקוט מאורי אור שטייט עס פון ר' יעקב משה מקאמארנא בשם דער טריסקער מגיד, בשם דעם מאור עינים בשם דער בעש"ט זי"ע.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”