גלאבאלע אויפמערקזאמקייט איבער פארשפּרייטונג פון "מאנקי-פּאקס" וויירוס
אייראפּע – איבער דער גארער וועלט זענען געזונטהייט באאמטע שטארק וואך איבער די נייע פארשפּרייטונג פון די "מאנקי-פּאקס" וויירוס, וואס ביז היינט איז דאס בעיקר געווען פארשפּרייט אין אפריקע און האט זיך אין די לעצטערע וואכן אנגעהויבן פארשפּרייטן אין אייראפּע און אנדערע קאנטינענטן.
ענגלאנד האט דערווייל דאס מערסטע קעיסעס פון די וויירוס, ווען זיי האבן פרייטאג באשטעטיגט פרישע קעיסעס און מען האלט ביי א סך הכל פון 20 קעיסעס. שפּאניע פארמאגט 14 קעיסעס, און אויסער דעם האבן פראנקרייך, דייטשלאנד, קאנאדע, מדינת ישראל און בעלגיע שוין אויך באשטעטיגט קעיסעס.
אין אמעריקע איז דיאגנאזירט געווארן די ערשטע קעיס פון מאנקי-פּאקס ביי א פּאציענט אין מאסעטשוסעטס פאריגע וואך דינסטאג, נאכדעם וואס יענער איז צוריקגעקומען פון קאנאדע. אין ניו יארק סיטי האלט מען אן אויג אויף א פּאציענט אין בעלוויו מיט סימפּטאמען פון דער וויירוס, אבער נישט באשטעטיגט.
די סימפּטאמען פון מאנקי-פּאקס זענען ווי פאלגענד: אין אנהייב קומט א פיבער, טשילס, ערשעפּטקייט, קאפּ ווייטאג און מוסקלען ווייטאג, און געשוואלענע "לימפ נאודס". דערנאך קומט אן אויסשלאג פון רויטקייט אויפן געזיכט און קערפּער, אויך אין די מויל און אויף די האנט-פלאכן, מיט פּיינפולע בלאטערן.
די "וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע" האט פרייטאג געזעצט אן עמורדזשענסי מיטינג איבער די יעצטיגע פארשפּרייטונג פון קעיסעס. זיי ערווענען אז דער וויירוס איז טאקע זעלטן, און עס פארשפּרייט זיך אויך נאר ווען מ'קומט אין גאר נאנטע בארירונג מיט אן אינפעקטירטן, אבער ס'קען זיין זייער ערנסט ה"י.
דער איד דעלי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected]מען בעיט און אי"ה עס געשעהט. - לאמיר זאגןתפילת תודה- זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט ארייןדאנקן די גוטער באשעפער
ביז איצטער זענען שוין באריכטעט געווארן מערערע פעלער אין א רייע לענדער. צווישן זיי אמעריקא, ענגלאנד, קאנאדע, דייטשלאנד. די לעצטע אין די רייע איז שווייץ, מדינת ישראל, און עסטרייך.
ביידן האט זיכער געמאכט אן אומזיסטע פאניק און איך ערווארט אז דא אין מדינת ישראל וועט מען צוריק אנהויבן מיט די מאסקעס. איך האף אז נישט, אבער איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב דאס גאנצע שפיל וועט זיך איבערשפילן.
שפעטער האט סאליווען גאזאגט אז אמעריקא האט א וואקסין דערפאר.
הער איך אז די עקספערטן זאגן אז דערווייל דארף מען נאכנישט פאניקן, האב איך נישט קיין צייט צו טשעקן כסדר צי מ'דארף שוין פאניקן אלזא ווען די עקספערטן זאגן אז מ'דארף שוין פאניקן ביטע מיר שיקן אן אישי אזוי אז איך זאל וויסן צו טון וואס מ'דארף. א דאנק