די שטערקסטע דברי חיזוק וואס דו האסט געהערט, געקלערט, געזעהן
צו א מעשה פון א צווייטער וואס איז געווארען מחוזק א דאנק א געוויסע ווארט און דאס האט איהם באגלייט לארוך ימים ושנים
הגם חיזוק איז נישט נאר ווערטער עס איז אויך ווי אזוי מ'זאגט עס מיט א שטארק קייט אבער אז מקען מחזק זיין א צווייטער איד אפילו בספק לוינט זיך אויך שוין נישט אזוי
און אמאהל איז דא ווען מ'דערמאנט זיך פון די גוט ווארט ווערט שוין גוט אויף די הארץ עס גוט כח אויף ווייטער מאיז פאר יאגט און פארפלאגט מיט טרדות און די איין חיזוק ווארט איז ממש מחיה מתים במאמרו ווי די בית אברהם פון סלאנים פלעגט זאגען
עס איז אייביג גוט פאר יעדעם יעדער קען ניצען א חיזוק ווארט קטן עד גדול עס איז דאך שוה לכל נפש
צו מאכען דעם מענטש פילען גישמאק מ'טרעפט א מאהל א גוט ווארט צו מהערט א גוט ווארט צו מקלעהרט א גוט ווארט מען איז זיך מחזק און מקען א צווייטען ראטווען דאס לעבין מיט א פשוטע גוט ווארט
יא יא עס איז גאר נישט קיין קלייניקייט מקען נישט משער זיין די וויכיטיג קייט עד היכן הדברים מגיעין