בלאט 1פון 101

כינוס כלל ישראל לנשים - הצלת הדורות - ג' שלח תשפ"ב - בלויז נייעס און אפדעיטס

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:15 pm
דורך זאג א גוטס

אפצייכענדיג גאנצע צען יאר נאך די היסטארישע "כינוס כלל ישראל - הצלת הדורות" וועלכע האט אוועקגעשטעלט דעם פרעצעדענט פאר קדושת ישראל, גרייט מען זיך פאר א היסטארישע "כינוס נשי כלל ישראל" נאך שבועות הבעל"ט

כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:16 pm
דורך אדם הראשון
עס ווערט געבראכן די נייעס אז א ריזן מעגא אסיפה הצלת הדורות פאר אלע נשים פון כלל ישראל ווערט פארקומען דעם קומעדיגן דינסטאג שלח אינעם ריזן
prudential center newark nj פאררופן דורך אלע קהילת בישראל

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:23 pm
דורך פרינדזשעס..
גייט זיין צוטיילט אין צוויי,
איין טאג יודישע דרשות און איין טאג ענגלישע.

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:23 pm
דורך יצחק אייזיק
פארוואס אזא ווייטע פלאץ?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:24 pm
דורך ומגביה שפלים
מער דעטאלען?


האקט

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:25 pm
דורך ווייט פיש
מען גייט אויכעט רעדן וועגן צניעות?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:26 pm
דורך סטאר
ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:30 pm
דורך אלט מאנרא
סטאר האט געשריבן: ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

סאטמאר גייט
ווארטן מיר נאר צו הערן וועליכע..
איז די עד געווען און דער איד & בלאט די וואך?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:32 pm
דורך פארפלאנטערט
אין 'דער איד' איז עס געווען

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:32 pm
דורך לעמאן סאדע
פרויען רעדנערס ?

רבנים רעדנערס ?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:33 pm
דורך ניס קראכער
פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:34 pm
דורך שיינע שטריימעל
קומט אריין קלאר
וועלעכע גדולי מנהיגי דורינו פאררופן דאס?

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:39 pm
דורך קאנספיראציע
ניס קראכער האט געשריבן: פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?


כ'מיין אז נישט,
דוכציך אז יענץ איז געווען אנבאלאנגט צניעות, אין דייקא אין וומסב"ג,
און ס'געווען א קלער פון מאכן א אסיפה פאר מענער פון וומסב"ג,
די וואך זונטאג איז געווען א אסיפת עסקנים מיט פארשטייער פון קהילות
סאטמאר | סאטמאר | פאפא | וויזשניץ וומסב"ג | און נאך.

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 3:49 pm
דורך שפע רב
קאנספיראציע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן: פארגאנגענע וואך איז געוועזן אן אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א
האט א שייכות צו דעם כינוס?


כ'מיין אז נישט,
דוכציך אז יענץ איז געווען אנבאלאנגט צניעות, אין דייקא אין וומסב"ג,
און ס'געווען א קלער פון מאכן א אסיפה פאר מענער פון וומסב"ג,
די וואך זונטאג איז געווען א אסיפת עסקנים מיט פארשטייער פון קהילות
סאטמאר | סאטמאר | פאפא | וויזשניץ וומסב"ג | און נאך.

קאנפירעמט עס האט נישט קיין שייכות מיט די אסיפת הרבנים אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א, דארט האט מען דן געווען די פירצה פון שייטלען.

Re: כינוס נשי כלל ישראל - ג' שלח

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:07 pm
דורך אורח הכבוד
סטאר האט געשריבן: ווער זענען די אנפירערס? סאטמאר גייט?

גאטליב, סאטמאר גייט (איינס זיכער, איך מיין די 2טע אויך)

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:10 pm
דורך קאנספיראציע
וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:13 pm
דורך צוויבל קוגעל
קאנספיראציע האט געשריבן: וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

קען זיין ווילן טעסטן די געטריישאפט פונעם ציבור:wink:

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:14 pm
דורך דריידל
קאנספיראציע האט געשריבן: וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:18 pm
דורך סטאר
דריידל האט געשריבן:
קאנספיראציע האט געשריבן: וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען

וויפיל זיצן איז דא דארטן?

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:23 pm
דורך פרינדזשעס..
סטאר האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קאנספיראציע האט געשריבן: וואס'ע פשט אז מ'מאכט עס אין א נאכט ווען ס'דא צענדליגע חתונות?

ס'דאך סייווי נישטא גענוג פלאץ פאר אלע פרויען

וויפיל זיצן איז דא דארטן?

19,000.JPG
19,000.JPG (36.75 KiB) געזען 16942 מאל

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:25 pm
דורך צוויבל קוגעל
וויפול מענער איז געווען ביים כינוס כלל ישראל?

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:26 pm
דורך אחד הרבנים
להערה בעלמא: די דאטום איז א טעות. דינסטאג שלח איז כ״ב סיון

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:27 pm
דורך מי חכם
שוין אדווערטייזט וואכן לאנג אין די מאנסי אויסגאבעס

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:29 pm
דורך צוויבל קוגעל
קיינמאל נישט באמערקט

Re: כינוס נשי כלל ישראל

געשריבן: מיטוואך מאי 25, 2022 4:31 pm
דורך דריידל
צוויבל קוגעל האט געשריבן: וויפול מענער איז געווען ביים כינוס כלל ישראל?
Screenshot_20220525-162826_Chrome.jpg
Screenshot_20220525-162826_Chrome.jpg (38.07 KiB) געזען 16761 מאל

דאס איז מער ווי דאפעלט ווי די איצטיגע. פלאס דעמאלטס האט מען צוגעלייגט נאך א פלאץ, פלאס די פאפולאציע האט זיך געדאפלט פלאס יעצט וועלן ביידע סאטמארס קומען

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: