מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?
ס'ווערט געפסקענט און שולחן ערוך (יורה דעה סי' פ"א) אז מילעך פון א טריפהנ'ע בהמה איז אסור צו טרינקען.
די שאלה איז וויאזוי ווייסט מען אויף א בהמה בשעת וואס מען מעלקט איהם צו ער איז א טריפה אדער נישט.
די תירוץ איז אז מ'ווייסט טאקע נישט! נאר ס'איז דא א כלל אז רוב בהמות זענען כשר'ע בהמות, איז ממילא ווען איך ווייס נישט צו די בהמה איז כשר אדער נישט, פארלאז איך זיך אויף רוב, און איך כשר די מילעך זיינע.
אבער לו יצוייר אז איך ווייס קלאר אז די קי איז א טריפה, ווי למשל מ'האט געמאכט אויף איר אן אפרעציא וואס לעכערט זיכער אדורך די מאגען, איז די מילעך פון די בהמה טריפה, און מ'טאר עס נישט טרינקען.
למשל ס'איז דא א מאל א קי וואס ליידט געפערליך און מאגען (ער האט גזים), און ער האט פון דעם יסורים, די עצה פארדעם איז צו אריינשטעקען א דינע נאדעל ביזען מאגען, און די גזים גייען ארויס, און אזוי היילט זי זיך אויס. די הלכה ביי דעם איז אז טאמער די נאדעל האט אדורך געלעכערט ביזען מאגען ממש איז די קי טריפה. און די וועדי כשרות צוטיילען דעם קי בשעת'ן מעלקען און מאכען זיכער אז איר מילעך גייט נישט אריין און אונזערע כשר'ע פלעשלעך מילעך.
[אגב איז דא אן אפערציא וואס ממ'אכט אמאל פאר א קי, און דאס איז אמאל ווען א קי געבוירט פאלט ארויס די קישקעס, צו צוריק לייגען די קישקעס, נייט מען עס אריין און די באך (כרס), אויף דעם איז דא א מחלוקת צווישען די רבני הכשריות דא אין ארץ ישראל, הרב לאנדא זצ"ל האט געטענה'ט אז די אריינייען גייט ממש ביזען כרס, ממילא איז דאס אסור, משא"כ די אנדערע וועדי כשרות האבען געהאלטען אז עס לעכערט נישט ממש אדורך ביזען כרס, נאר עס מאכט א לאך ביי די פלייש פון אנדויסען. איז ביי די מילעך וואס טראגט די הכשר פון הרב לאנדא (און אזוי אויך כשרות יראים) מאכט מען זיכער אז בהמות וואס זענען אריבער די אפרעציא זאל מען נישט מעלקען צוזאמען מיט די אנדערע בהמות, אבער די אנדערע כשריות זענען נישט מקפיד אויף דעם].
היינטיגע צייטען געשעהט ווייניגער די אלע פראבלעמען, און מ'מאכט כמעט נישט קיין אפערציעס אויך די בהמות, (ערגעץ האביך געליינט אז סך הכל איז דא בערך 1 פערצענט פון אלע בהמות זענען אריבער א אפעראציע).
ביז יעצט האבען מיר גערעדט ווען די בהמה איז וודאי טריפה, אבער ווי געזאגט אויבען אז טאמער איך ווייס נישט צו די בהמה איז טריפה אדער נישט, פארלאז איך זיך אויף רוב, ווי די כלל זאגט אינז אז רוב בהמות זענען כשר.
בזמנינו (איך רעד פון דא און ארץ ישראל) איז דא אפאר שלאכט הייזער (משחטות) דא אין ארץ ישראל ווי אלע גייען שעכטען זייערע בהמות.
למעשה איז דא צוויי עיקר שלאכט הייזער ווי די אלע כשריות שעכטען איינס הייסט 'דיר על אסאד', און איינס הייסט 'ירכא', ביי די צוויי משחטות דארט שעכטען רובא דרובא פונעם כשריות און א"י, אריינגערעכנט העדה החרדית, קהילות, לאנדא, רובין, מיט הרבנות הראשית לישראל.
למעשה קימט אויס אז די בהמות פון דיר על אסאד האבען ווייניגער פערצענט טריפות ווי די בהמות פון ירכא, (די סיבה דערפון גיימיר נישט אריין יעצט).
לאמיר רעדען פון 'דיר על אסאד' שלאכט הויז.
יעדער כשרות האט אנדערע קולות מיט אנדערע חומרות לגבי טרפיות, אבער למעשה קימען רוב כשריות אן צו בערך דרייסיג פערצענט כשר'ע בהמות, און די איברעריגע זענען טריפה.
לאמער זאגען מ'שעכט הונדערט בהמות וועט זיין סך הכל ארום דרייסיג בהמות כשר למהדרין [חלק]. (ביי עדה און רובין איז די נאמבער'ס אביסעל מער).
דאס איז אל'ס חוץ פון די שחיטה פון די רבנות, וואס זיי האבען צוויי ליינס, איינס הייסט כשר און איינס חלק, ביי חלק קימען זיי אן צו ארום פערציג פערצענט (ד.ה. פון יעדער הונדערט פערציג כשר'ע) און ביי די כשר וואס איז מער א שוואכערע כשרות קימען זיי אן צו איבער זעכציג פערצענט (ד.ה. פון יעדער הונדערט איבער זעכציג כשר'ע).
לאמיר אריינגיין אביסעל טיפער.
די עיקר פראבלעם פון טרפות וואס זענען דא, איז א טריפה מיטען נאמען א סירכא, א סירכא הייסט אזא סארט דש'עלי, וואס קימט אויף די ריאות. די פראבלעם פון די סירכא איז אז עס ווייזט אז ס'איז דא געווען א לאך אין די ריאה. כמעט אלע אונזערע בהמות האבען די דש'עלי דארט, איז ממילא כמעט אלע האבען סירכות.
און די דין פון סירכות איז דא ריזען מחלוקת צווישען די הייליגע מחבר הבית יוסף, וואס איז זעהר מחמיר, צו די הייליגע רמ"א וואס איז מער מקיל, (די רמ"א האט פון די אנדערע זייט חומרות און סירכות, אבער בעצם דין דסירכות, האט די רמ"א גאר א גרויסע קולא).
למעשה רוב וועדי הכשריות בזמנינו זענען מחמיר אויכעט אויף די חומרת הבית יוסף און אויכעט אויף די חומרת הרמ"א, (די טעם איז ווייל די רמ"א האט מקיל געווען, אבער די רמ"א האט אויכעט געהאלטען אז ס'איז בעסער צו מחמיר זיין). חוץ פון רבנות וואס איז מער מקיל ביי די שוואכערע הכשר זייערע (כ'מיין סיי די קולות פונעם רמ"א, און סיי די קולות פונעם מחבר).
קימט אויס היוצא מדברינו, איז זעהר שווער ווייל לויט ווי אינז האבען אנגעהויבען אז סתם מילעך פון א בהמה איז כשר ווייל רוב בהמות כשרות הן, ס'איז דאך נישט אזוי, ווי געזאגט איז ביי אונזערע הכשרים קוים דא אזא דרייסיג פערצענט כשר!!??
(להוסיף על התימה: די מילעך וואס אינז טרינקען זענען פון קיען וואס זענען עלטער פון 15 חדשים על פי רוב, די בהמות וואס אינז שעכטען זענען על פי רוב און די געגענט פון ביז 2 יאר, עלטער ווי דעם איז שוין נישט אזוי גיט די פלייש, און האט אויכעט אסאך מער טריפות. די עלטערע קיען לאזט מען אויף די מילעך און אויף האבען קינדער. ממילא די מילעך וואס אינז טרינקען זענען עפ"י רוב פון בהמות מיט מער פערצענט פון טריפות.)
זאגען אז אינז פארלאזען זיך ביי אונזערע מילעך אויף די קולות פון רבנות איז גאר שווער.
צו מסביר זיין די היתרים פונעם שולחן ערוך דארף מען מקדים זיין אזוי.
1. ווי געשריבען איז די פראבלעם וואס מאכט די עיקר טריפות ביי בהמות, איז די טריפה פון סירכות, דאס הייסט ווען נישט די סירכות וואלטען כמעט אלע בהמות געווען כשר.
2. סירכות האבען מיר געשריבען איז א פראבלעם ווייל דאס ווייזט אז ס'איז דא דא א לאך, אבער למעשה ווען מ'וועט זיכען די לאך וועט מען על פי רוב דאס נישט טרעפען, אבער נאכאלץ אסר'ט מען יעדער סירכא ווייל אינז זענען נישט בקי וואס איז אן אמת'ער סירכא און וואס נישט.
ממילא זאגט די היילגער מחבר די בית יוסף, אז ביי מילעך פון א בהמה וואס האט א סירכא האב איך א ספק ספיקא, איין ספק אפשר ווען עס איז דא דא א בקי וואלט ער מיר געזאגט אז די סירכא איז כשר, נאך א ספק אז אפילו ס'איז באמת א סירכא וואס איז טריפה, ווייסטו אבער נישט ווען איז געשעהן די סירכא, אפשר בשעת וואס מען האט געמעלקט די קיען איז נאכנישט געווען קיין סירכא און די בהמה, און די מילעך איז כשר ווייל די בהמה איז נאכנישט געווען טריפה.
איז ווייל ס'איז א ספק ספיקא בין איך מתיר די מילעך (כאטש וואס פארשטייט זיך אז די בהמה אליינס איז אסור ווייל ס'האט נאר איין ספק).
די הייליגער רמ"א איז נישט מסכים צו די היתר פון די מחבר (יש החולקים בדעת הרמ"א) און לאזט ניצען די היתר נאר ביי הפסד מרובה, אבער די רמ"א האט אויכעט א היתר.
ווי געזאגט רוב בהמות זענען כשר, איי איך זע די בהמה האט א טריפה ס'איז נישט זיכער א טריפה וכנ"ל אז עס קען זיין אז באמת די בהמה איז א כשר'ע בהמה נאר איך בין נישט א בקי, זאגען אינז חז"ל אז זיי וייסען אז רוב בהמות זענען כשרים, איי איך בין יא מטריף די בהמה מדין דסירכא, אבער באמת במקור הדין ווייסען חז"ל אז רוב בהמות זענען כשר.
די רמ"א איז מתיר, וויל די גאנצע סירכא איז נישט א זיכערע איסור, נאר אינז זענען מחמיר, אבער חז"ל הקדושים האבען געוויסט אז רוב בהמות כשרות הן.
יאכלו ענויים וישבעו ישתו חלב וישמחו.