מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
כ'וויל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 3:19 pm

מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'וויל »

מילעך איז א טרינק וואס מ'געפינט שוין און תורה, די תורה איז משבח ארץ ישראל אז ס'איז אן ארץ זבת חלב ודבש.
חלב.PNG
חלב.PNG (397.9 KiB) געזען 2468 מאל
אלע יארען איז מילעך געווען באוויסט אל'ס א געזינטע טרינק וואס געבט זעהר אסאך צו צום געזינט פונעם מענטש, און בפרט און די יונגע יארען העלפט עס גאר שטארק פאר די ביינער צו שטערעקערען וכו'.

לאמיר אביסעל באטראכען די היתר פון טרינקען אינזערע מילעך.

ס'ווערט געפסקענט און שולחן ערוך (יורה דעה סי' פ"א) אז מילעך פון א טריפהנ'ע בהמה איז אסור צו טרינקען.

די שאלה איז וויאזוי ווייסט מען אויף א בהמה בשעת וואס מען מעלקט איהם צו ער איז א טריפה אדער נישט.

די תירוץ איז אז מ'ווייסט טאקע נישט! נאר ס'איז דא א כלל אז רוב בהמות זענען כשר'ע בהמות, איז ממילא ווען איך ווייס נישט צו די בהמה איז כשר אדער נישט, פארלאז איך זיך אויף רוב, און איך כשר די מילעך זיינע.

אבער לו יצוייר אז איך ווייס קלאר אז די קי איז א טריפה, ווי למשל מ'האט געמאכט אויף איר אן אפרעציא וואס לעכערט זיכער אדורך די מאגען, איז די מילעך פון די בהמה טריפה, און מ'טאר עס נישט טרינקען.

למשל ס'איז דא א מאל א קי וואס ליידט געפערליך און מאגען (ער האט גזים), און ער האט פון דעם יסורים, די עצה פארדעם איז צו אריינשטעקען א דינע נאדעל ביזען מאגען, און די גזים גייען ארויס, און אזוי היילט זי זיך אויס. די הלכה ביי דעם איז אז טאמער די נאדעל האט אדורך געלעכערט ביזען מאגען ממש איז די קי טריפה. און די וועדי כשרות צוטיילען דעם קי בשעת'ן מעלקען און מאכען זיכער אז איר מילעך גייט נישט אריין און אונזערע כשר'ע פלעשלעך מילעך.

[אגב איז דא אן אפערציא וואס ממ'אכט אמאל פאר א קי, און דאס איז אמאל ווען א קי געבוירט פאלט ארויס די קישקעס, צו צוריק לייגען די קישקעס, נייט מען עס אריין און די באך (כרס), אויף דעם איז דא א מחלוקת צווישען די רבני הכשריות דא אין ארץ ישראל, הרב לאנדא זצ"ל האט געטענה'ט אז די אריינייען גייט ממש ביזען כרס, ממילא איז דאס אסור, משא"כ די אנדערע וועדי כשרות האבען געהאלטען אז עס לעכערט נישט ממש אדורך ביזען כרס, נאר עס מאכט א לאך ביי די פלייש פון אנדויסען. איז ביי די מילעך וואס טראגט די הכשר פון הרב לאנדא (און אזוי אויך כשרות יראים) מאכט מען זיכער אז בהמות וואס זענען אריבער די אפרעציא זאל מען נישט מעלקען צוזאמען מיט די אנדערע בהמות, אבער די אנדערע כשריות זענען נישט מקפיד אויף דעם].

היינטיגע צייטען געשעהט ווייניגער די אלע פראבלעמען, און מ'מאכט כמעט נישט קיין אפערציעס אויך די בהמות, (ערגעץ האביך געליינט אז סך הכל איז דא בערך 1 פערצענט פון אלע בהמות זענען אריבער א אפעראציע).

ביז יעצט האבען מיר גערעדט ווען די בהמה איז וודאי טריפה, אבער ווי געזאגט אויבען אז טאמער איך ווייס נישט צו די בהמה איז טריפה אדער נישט, פארלאז איך זיך אויף רוב, ווי די כלל זאגט אינז אז רוב בהמות זענען כשר.

איז לאמיר גיין זעהן די מציאות בזמנינו צו רוב בהמות זענען טאקע כשר.

בזמנינו (איך רעד פון דא און ארץ ישראל) איז דא אפאר שלאכט הייזער (משחטות) דא אין ארץ ישראל ווי אלע גייען שעכטען זייערע בהמות.

למעשה איז דא צוויי עיקר שלאכט הייזער ווי די אלע כשריות שעכטען איינס הייסט 'דיר על אסאד', און איינס הייסט 'ירכא', ביי די צוויי משחטות דארט שעכטען רובא דרובא פונעם כשריות און א"י, אריינגערעכנט העדה החרדית, קהילות, לאנדא, רובין, מיט הרבנות הראשית לישראל.

למעשה קימט אויס אז די בהמות פון דיר על אסאד האבען ווייניגער פערצענט טריפות ווי די בהמות פון ירכא, (די סיבה דערפון גיימיר נישט אריין יעצט).

לאמיר רעדען פון 'דיר על אסאד' שלאכט הויז.

יעדער כשרות האט אנדערע קולות מיט אנדערע חומרות לגבי טרפיות, אבער למעשה קימען רוב כשריות אן צו בערך דרייסיג פערצענט כשר'ע בהמות, און די איברעריגע זענען טריפה.
לאמער זאגען מ'שעכט הונדערט בהמות וועט זיין סך הכל ארום דרייסיג בהמות כשר למהדרין [חלק]. (ביי עדה און רובין איז די נאמבער'ס אביסעל מער).

דאס איז אל'ס חוץ פון די שחיטה פון די רבנות, וואס זיי האבען צוויי ליינס, איינס הייסט כשר און איינס חלק, ביי חלק קימען זיי אן צו ארום פערציג פערצענט (ד.ה. פון יעדער הונדערט פערציג כשר'ע) און ביי די כשר וואס איז מער א שוואכערע כשרות קימען זיי אן צו איבער זעכציג פערצענט (ד.ה. פון יעדער הונדערט איבער זעכציג כשר'ע).

לאמיר אריינגיין אביסעל טיפער.

די עיקר פראבלעם פון טרפות וואס זענען דא, איז א טריפה מיטען נאמען א סירכא, א סירכא הייסט אזא סארט דש'עלי, וואס קימט אויף די ריאות. די פראבלעם פון די סירכא איז אז עס ווייזט אז ס'איז דא געווען א לאך אין די ריאה. כמעט אלע אונזערע בהמות האבען די דש'עלי דארט, איז ממילא כמעט אלע האבען סירכות.
סירכא.jpg
סירכא.jpg (51.45 KiB) געזען 2468 מאל
און די דין פון סירכות איז דא ריזען מחלוקת צווישען די הייליגע מחבר הבית יוסף, וואס איז זעהר מחמיר, צו די הייליגע רמ"א וואס איז מער מקיל, (די רמ"א האט פון די אנדערע זייט חומרות און סירכות, אבער בעצם דין דסירכות, האט די רמ"א גאר א גרויסע קולא).

למעשה רוב וועדי הכשריות בזמנינו זענען מחמיר אויכעט אויף די חומרת הבית יוסף און אויכעט אויף די חומרת הרמ"א, (די טעם איז ווייל די רמ"א האט מקיל געווען, אבער די רמ"א האט אויכעט געהאלטען אז ס'איז בעסער צו מחמיר זיין). חוץ פון רבנות וואס איז מער מקיל ביי די שוואכערע הכשר זייערע (כ'מיין סיי די קולות פונעם רמ"א, און סיי די קולות פונעם מחבר).

קימט אויס היוצא מדברינו, איז זעהר שווער ווייל לויט ווי אינז האבען אנגעהויבען אז סתם מילעך פון א בהמה איז כשר ווייל רוב בהמות כשרות הן, ס'איז דאך נישט אזוי, ווי געזאגט איז ביי אונזערע הכשרים קוים דא אזא דרייסיג פערצענט כשר!!??

(להוסיף על התימה: די מילעך וואס אינז טרינקען זענען פון קיען וואס זענען עלטער פון 15 חדשים על פי רוב, די בהמות וואס אינז שעכטען זענען על פי רוב און די געגענט פון ביז 2 יאר, עלטער ווי דעם איז שוין נישט אזוי גיט די פלייש, און האט אויכעט אסאך מער טריפות. די עלטערע קיען לאזט מען אויף די מילעך און אויף האבען קינדער. ממילא די מילעך וואס אינז טרינקען זענען עפ"י רוב פון בהמות מיט מער פערצענט פון טריפות.)

זאגען אז אינז פארלאזען זיך ביי אונזערע מילעך אויף די קולות פון רבנות איז גאר שווער.
נאר די תירוץ איז:

עס איז א אפענע שולחן ערוך יורה דעה סימן פ"א סעיף ב' וואס רעדט פון דעם.

צו מסביר זיין די היתרים פונעם שולחן ערוך דארף מען מקדים זיין אזוי.

1. ווי געשריבען איז די פראבלעם וואס מאכט די עיקר טריפות ביי בהמות, איז די טריפה פון סירכות, דאס הייסט ווען נישט די סירכות וואלטען כמעט אלע בהמות געווען כשר.
2. סירכות האבען מיר געשריבען איז א פראבלעם ווייל דאס ווייזט אז ס'איז דא דא א לאך, אבער למעשה ווען מ'וועט זיכען די לאך וועט מען על פי רוב דאס נישט טרעפען, אבער נאכאלץ אסר'ט מען יעדער סירכא ווייל אינז זענען נישט בקי וואס איז אן אמת'ער סירכא און וואס נישט.

ממילא זאגט די היילגער מחבר די בית יוסף, אז ביי מילעך פון א בהמה וואס האט א סירכא האב איך א ספק ספיקא, איין ספק אפשר ווען עס איז דא דא א בקי וואלט ער מיר געזאגט אז די סירכא איז כשר, נאך א ספק אז אפילו ס'איז באמת א סירכא וואס איז טריפה, ווייסטו אבער נישט ווען איז געשעהן די סירכא, אפשר בשעת וואס מען האט געמעלקט די קיען איז נאכנישט געווען קיין סירכא און די בהמה, און די מילעך איז כשר ווייל די בהמה איז נאכנישט געווען טריפה.

איז ווייל ס'איז א ספק ספיקא בין איך מתיר די מילעך (כאטש וואס פארשטייט זיך אז די בהמה אליינס איז אסור ווייל ס'האט נאר איין ספק).

די הייליגער רמ"א איז נישט מסכים צו די היתר פון די מחבר (יש החולקים בדעת הרמ"א) און לאזט ניצען די היתר נאר ביי הפסד מרובה, אבער די רמ"א האט אויכעט א היתר.
ווי געזאגט רוב בהמות זענען כשר, איי איך זע די בהמה האט א טריפה ס'איז נישט זיכער א טריפה וכנ"ל אז עס קען זיין אז באמת די בהמה איז א כשר'ע בהמה נאר איך בין נישט א בקי, זאגען אינז חז"ל אז זיי וייסען אז רוב בהמות זענען כשרים, איי איך בין יא מטריף די בהמה מדין דסירכא, אבער באמת במקור הדין ווייסען חז"ל אז רוב בהמות זענען כשר.
להלכה ולמעשה:

ווען איך האב א בהמה וואס איך ווייס נישט צו עס איז א טריפה, אזוי ווי רוב בהמות, בין איך מתיר די מילעך. לויט די מחבר, ווייל ס'איז א ספק ספיקא, ספק צו די בהמה איז סירכא וואס איז אסור, ואם תמצא לומר אז ס'איז אסור, איז א ספק צו ווען מ'האט געמעלקט די קי האט ער עס שוין געהאט.

די רמ"א איז מתיר, וויל די גאנצע סירכא איז נישט א זיכערע איסור, נאר אינז זענען מחמיר, אבער חז"ל הקדושים האבען געוויסט אז רוב בהמות כשרות הן.

יאכלו ענויים וישבעו ישתו חלב וישמחו.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: מילעך און א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער שיין און קלאר געשריבען!

חילך לאורייתא!

(מ'קען צולייגן אז היינטיגע צייטען איז אויפגעקומען א נייע שאלה, אז אזויווי מען מישט צאם די מילעך פון פילע בהמות, איז ע"פ סטאטיסטיקס זיכער אויך דא מילעך פון טריפה'נע בהמות, וואס ווערט נישט בטל ברוב, ווייל לח בלח ווערט נאר בטל בששים, איז אויב אזוי דארף לכאו' אלע מילעך זיין אסור, אויסער טאמער איינער מעלקט א איינציגע בהמה, און ס'זענען טאקע פארהאן געציילטע מחמירים, אבער רוב פוסקי דורינו האבען גע'פסקנ'ט אז ס'איז מותר לכתחילה, אזויווי איך האב נאכגעברענגט עטליכע חדשים צוריק, וז"ל:)
פנימחדשות האט געשריבן:
פונקט יעצט האב איך אנגעטראפען אין א קובץ עטליכע גאר שטארקע תשובות אז ס'איז מותר לכתחילה צו טרינקען מילעך, אויך היינטיגע צייטען וואס מען מישט אויס מילעך פון פילע בהמות צוזאמען, ווייל איינמאל מ'איז מתיר די מילעך פון יעדע בהמה פאר זיך בלייבט עס מותר אויך נאכן אויסמישען מיט אנדערע מילעך, און זיי האבען גאר שטארקע ראיות, סיי פון גמרות און פוסקים, און סיי פון אנדערע הלכות (לדוגמא אז מ'מעג נוצען די זעלבע טאפ צו קאכען אין דעם יעדע טאג פלייש פון א אנדערע בהמה, כאטש אז ע"פ סטאטיסטיק'ס איז די טאפ געווארען אסור פון א בהמה וואס האט געהאט איינע פון די י"ח טריפות, און נאך פיל אזעלכע ראיות).

די תשובות הייבען זיך אן דא (איך האב בעיקר געלערנט די תשובה פון הגר"א ווייס שליט"א, און חלקים פון די תשובות פון הגרז"נ גולדברג און הגרלו"י הלפרין זצ"ל).
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

א גרויסן שכח פאר די זכות פון לימוד התורה און פאר די געשמאקע ידיעה און פארעם פון א ארטיקל.
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
א גרויסן שכח פאר די זכות פון לימוד התורה און פאר די געשמאקע ידיעה און פארעם פון א ארטיקל.
גא"מ
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער זייער אינטערעסאנט! ברענג נאך מאמרים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין,
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לעצטענס געווען אדווערטייזד א גאנצע ספר אויף חלב בזה"ז
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

שיין באשריבן. נהנתי מאד
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
זייער זייער אינטערעסאנט! ברענג נאך מאמרים.
זאלעך?...
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א שיינע מאמר שיין און קלאר צולייגט.

אזאנס אין אידיש דארף ווען זיין אפטער אין גליונות/ספרים, געווענליך איז עס לשה"ק.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4308
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
א גרויסן שכח פאר די זכות פון לימוד התורה און פאר די געשמאקע ידיעה און פארעם פון א ארטיקל.
א גאר געשמאקע שרייבער ר' כ'וויל.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

א שיינעם שיעור
און געשמאק פאר געלערנט
צי באקומען טעקסט מסג' פון
1: Kolhaolam
2: TheBelaaz
3: SatmarHQ
4: WMSBG
5: KollelBudget
6: BoroPark24
7: YossiGestetner

קליק דא

מיינע גליונות קלעקשען
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

קענדי'ס האט געשריבן:
א שיינעם שיעור
און געשמאק פאר געלערנט
גאמ
ברענג נאך אזאנע
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

זייער אינטערסאנט, און גוט געשריבן. שכח
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גאר שטארק הנאה געהאט!

ירבו ארטיקלען כזה בידעות התורה.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1836
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הערליך זייער קלאר געשמאק געשריבן, גוטע תוכן און מסודר'דיג. טענקס!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
גאר שטארק הנאה געהאט!

ירבו ארטיקלען כזה בידעות התורה.
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

די געשמאק פון לערנען הל' טריפות בעיון ווערט יעצט חוזר וניעור...
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3383
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

הערליך שיין! רייכע ידיעות דורך א רייכן פעדער!
כ'וויל האט געשריבן:
למשל ס'איז דא א מאל א קי וואס ליידט געפערליך און מאגען (ער האט גזים), און ער האט פון דעם יסורים, די עצה פארדעם איז צו אריינשטעקען א דינע נאדעל ביזען מאגען, און די גזים גייען ארויס, און אזוי היילט זי זיך אויס. די הלכה ביי דעם איז אז טאמער די נאדעל האט אדורך געלעכערט ביזען מאגען ממש איז די קי טריפה. און די וועדי כשרות צוטיילען דעם קי בשעת'ן מעלקען און מאכען זיכער אז איר מילעך גייט נישט אריין און אונזערע כשר'ע פלעשלעך מילעך.
איז דאס די "גענידלטע קיען" וואס איז דאכצעך געווען אמאל א סומאטוכע/שערורי' דערוועגן?
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
איז דא סטאטיסטיקס וויפיל פראצענט אין די וועלט גייען דורך א אפעראציע?
נעמט נישט די אויבענדערמאנטע פראבלעם אינגאנצן אוועק די היתר פון חלב סתם?
וואס עפעס?
חלב סתם האב איך מורא אז דער גוי מישט אריין מילך פון א טמאנע בהמה,
אויב עפעס פארקערט די חלב ישראל מילך ווייסט מען צו היטען אז מזאל נישט מילקען פון א גענידעלטע בהמה אדער פון א בהמה וואס איז אדורך א אפאראציע, משא"כ ביי חלב סתם וואס מנוצט אויך לכאורה גענידעלטע קוהן וואס די קוה איז א וודאי טריפה.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

שכח כוויל פאר די הערליכע שיעור
און נאך צוגעלייגט פיקטשערס (כהאף סאיז נישט קיין שאלה פון בשר וחלב)
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19091
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
די היתר פון חלב סתם?
וועלכע היתר?

(מיר אין קאפ ליגט אן איסור)
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מילעך אין א קאווע, היתכן? וויאזוי מעג מען טרינקען די מילעך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

הערליך הערליך שיין און אינטערעסאנט
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”