וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פארוואס גייען געוויסע רבי'ס בגדי שבת די גאנצע וואך פון שבע ברכות אין די משפחה? איז עס א מנהג?

פון וואנעט קומט די אויסשפראך מנוחת עולמ(ים) ?
עס קריצט ווען מ'קלערט פון תחיית המתים.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

תגובה דורך מאטל שניידער »

להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:48 pm
פון וואנעט קומט די אויסשפראך מנוחת עולמ(ים) ?
עס קריצט ווען מ'קלערט פון תחיית המתים.
און וואס מיינט "בית עולם"?
(קורט אויס אז מנוחת עולמים איז העבראיש?)
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:51 pm
בית עולם
עיין קהלת י"ב ה' ואבן עזרא
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:55 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:51 pm
בית עולם
עיין קהלת י"ב ה' ואבן עזרא
נו פארוואס קען נישט מנוחת עולמים זיין די די זעלבע?
"אל בית עולמו" - הוא הקבר והוא הבית שידור שם לעולם ויש עולם קצוץ כמו וישב שם עד עולם ועבדו לעולם
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:55 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:51 pm
בית עולם
עיין קהלת י"ב ה' ואבן עזרא
וכן באבן עזרא (שמות פרק כא פסוק ו) ''ועבדו לעולם''.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:58 pm
להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:55 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:51 pm
בית עולם
עיין קהלת י"ב ה' ואבן עזרא
נו פארוואס קען נישט מנוחת עולמים זיין די די זעלבע?
"אל בית עולמו" - הוא הקבר והוא הבית שידור שם לעולם ויש עולם קצוץ כמו וישב שם עד עולם ועבדו לעולם
די שפראך וואס מ'נוצט איז אויך '' גייסט צו דיין אייביגע רוה'', בקיצור.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:58 pm
נו פארוואס קען נישט מנוחת עולמים זיין די די זעלבע?
וואס עס קעןמיינען איז א 2טע זאך. ערשט וויל איך וויסן אויב מקורו טהור.

איך בין נישט זיכער אז דער אב"ע ברענגט דער עולם קצוץ צו טייטשן די פסוק דא אדער נאר להודיע ס'דא אזאנס אויך.
אינטרעסאנט אויב מ'רעדט פון דעם פסוק מיט תחה"מ.

'אייביגער רוה' פון @שפילקעס איז לכאורה ערגער ווייל אין אידיש מיינט אייביג לנצח. דארף מען וויסן צי ס'שטאמט פון ערליכע אידן אדער ס'איז אריין אין שפראך פון ערגעץ אנדערש.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:04 pm
פארוואס גייען געוויסע רבי'ס בגדי שבת די גאנצע וואך פון שבע ברכות אין די משפחה? איז עס א מנהג?
אין ספר 'בית נאמן בישראל' שרייבט ער אז סאיז געווען א מנהג אין געוויסע מקומות אז די מחותנים ושושבינים זענען געגאנגען בגדי שבת די גאנצע שבעת ימי המשתה, נאר עס איז בטל געווארן ווייל מ'אי געגאנגען צו די ארבעט, מילא קומט אויס אז ביי די רבי'ס וואס האבן נישט דעם פראבלעם איז די מנהג געבליבן.

ועי' ב סידור צלותא דאברהם אז אזוי האט זיך געפירט הרה"ק ר' אברהמ'לע טשעכנאווער זצ"ל.

אין בעלזא פלעגן אלע יושבים גיין בגדי שבת ביי א שמחה בבית רבותה"ק, וכן נהגו ביים חתונה פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. היינט ביי די אייניקלעך גייען נאך די וואס דרייען זיך ביים רב אין שטוב, ווי די משמשים און שטוב מענטשן וכו'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:01 am
להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:04 pm
פארוואס גייען געוויסע רבי'ס בגדי שבת די גאנצע וואך פון שבע ברכות אין די משפחה? איז עס א מנהג?
אין ספר 'בית נאמן בישראל' שרייבט ער אז סאיז געווען א מנהג אין געוויסע מקומות אז די מחותנים ושושבינים זענען געגאנגען בגדי שבת די גאנצע שבעת ימי המשתה, נאר עס איז בטל געווארן ווייל מ'אי געגאנגען צו די ארבעט, מילא קומט אויס אז ביי די רבי'ס וואס האבן נישט דעם פראבלעם איז די מנהג געבליבן.

ועי' ב סידור צלותא דאברהם אז אזוי האט זיך געפירט הרה"ק ר' אברהמ'לע טשעכנאווער זצ"ל.

אין בעלזא פלעגן אלע יושבים גיין בגדי שבת ביי א שמחה בבית רבותה"ק, וכן נהגו ביים חתונה פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. היינט ביי די אייניקלעך גייען נאך די וואס דרייען זיך ביים רב אין שטוב, ווי די משמשים און שטוב מענטשן וכו'.
אויב חס ושלום האט זיך געמאכט א לויה אדער א ניחום אבלים איז מען אמאל אהין געגאנגען מיט בגדי שבת?
מיר קוקט עס אויס ווי א שטיקל לועג לרש...

איך געדענק עלטערע יודען וואס אפילו מוצאי שבת אויב האט זיך געמאכט א לויה אדער ניחום אבלים זענען זיי געגאנגען מיט די הוט
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מוצ"ש איז א נידון בפנ"ע, קומט נישט ממש אהער צו דעם שמועס
אבער ווען מ'גייט מיט בגדי שבת צוליב א שמחה איז פשוט אז מען טוט עס אויס אויב גייט מען צו א לויה ל"ע (דענק מיר אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א ביים לויה פון הילד לייבי קלעצקי הי"ד איז ער געקומען אינמיטן די חתונה וואס ער האט געפירט בבית גיסו אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, האט ער ווי פארשטענדליך געטוישט צו א הוט און געווענליכע בעקיטשע)
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ביי א לויה טוט מען עס בדר"כ אויס וכנ"ל.

וכן ראיתי אויך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ביים לויה פון ר' יוסל ווינד ז"ל וואס איז אוועק אויפ'ן ועג אהיים פון א שמחה בחצה"ק.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5901
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 9:01 am
להודות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:04 pm
פארוואס גייען געוויסע רבי'ס בגדי שבת די גאנצע וואך פון שבע ברכות אין די משפחה? איז עס א מנהג?
אין ספר 'בית נאמן בישראל' שרייבט ער אז סאיז געווען א מנהג אין געוויסע מקומות אז די מחותנים ושושבינים זענען געגאנגען בגדי שבת די גאנצע שבעת ימי המשתה, נאר עס איז בטל געווארן ווייל מ'אי געגאנגען צו די ארבעט, מילא קומט אויס אז ביי די רבי'ס וואס האבן נישט דעם פראבלעם איז די מנהג געבליבן.

ועי' ב סידור צלותא דאברהם אז אזוי האט זיך געפירט הרה"ק ר' אברהמ'לע טשעכנאווער זצ"ל.

אין בעלזא פלעגן אלע יושבים גיין בגדי שבת ביי א שמחה בבית רבותה"ק, וכן נהגו ביים חתונה פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. היינט ביי די אייניקלעך גייען נאך די וואס דרייען זיך ביים רב אין שטוב, ווי די משמשים און שטוב מענטשן וכו'.
ביי א ברית מילה גייט אויך דער אבי הבן מיט בגדי שבת ביז ביינאכט חוץ אויב גייט מען אין ארבעט.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:15 pm
לגבי תחנון איז א מחלוקת צו מ'זאגט טו אייר ( פאר די וואס זאגן תחנון די וואך פון הוד)
די מנחת אלעזר דאכצעך שרייבט אז מ'זאגט נישט.
אין ליובאוויטש זאגט מען תחנון ט"ו אייר.
אבער דער רבי האט געהאט א שקו"ט צי מען זאגט אור לט"ו ביי קריאת שמע שעל המטה צי נישט
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 54&hilite=
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:45 am
שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:15 pm
לגבי תחנון איז א מחלוקת צו מ'זאגט טו אייר ( פאר די וואס זאגן תחנון די וואך פון הוד)
די מנחת אלעזר דאכצעך שרייבט אז מ'זאגט נישט.
אין ליובאוויטש זאגט מען תחנון ט"ו אייר.
אבער דער רבי האט געהאט א שקו"ט צי מען זאגט אור לט"ו ביי קריאת שמע שעל המטה צי נישט
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 54&hilite=
פארן זעלבן טעם פארוואס מ'זאגט י"ג סיון ביי אייך
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מיינסט יג אייר מסתמה
טאקע מען זאגט ערב פסח שני צו מנחה.
אבער אור לט"ו איז לפועל דער צייט פון עסן דער קרבן פסח איז יש מקום לומר נישט צו זאגן דאן
זע אין לינק וואס איך האב געבראכט.

אדער מיינסטו יג סיון נאך ימי התשלומין פון שבועות?
וואס האט דאס א שייכות צום זמן אכילת פסח שני וואס איז בדוקא אור לטו אייר דערפאר איז א מקום לומר נישט זאגן תחנון צו קריאת שמע שעל המטה דאן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

zugurnish האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:48 am
מיינסט יג אייר מסתמה
טאקע מען זאגט ערב פסח שני צו מנחה.
אבער אור לט"ו איז לפועל דער צייט פון עסן דער קרבן פסח איז יש מקום לומר נישט צו זאגן דאן
זע אין לינק וואס איך האב געבראכט.
כ'האב גערעדט פון י"ג סיון, נישט י"ג אייר

י"ג סיון די וואס זאגן נישט איז ווייל ס'איז ספיקא דיומא פון י"ב וואס י"ב איז נאך פון די ז' תשלומים פון שבועות
דער תניא פסק'עט יא צו זאגן (די רבי נ"ע איז מבאר די טעם ווייל במקום התשלומים איז נישט שייך קיין ספיקא דיומא) לפי זה איז כ"ש בט"ו אייר וועט מען זאגן וכהשערי תשובה הנ"ל

י"ג אייר ביי מנחה איז אן אנדערע נידון, דארט זאגט מען תחנון וויבאלד די גאנצע נישט זאגן בי"ד איז משום בין הערבים, במילא איז די ערב לפניו נאך גארנישט, ס'איז כעין ערב דערב
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

איז דאס האט נישט קיין שייכות צום שאלה וואס דער רבי פרעגט וועגן זאגן תחנון צו קריאת שמע שעל המטה אור לט"ו אייר.
דאס האט גארנישט צו ספיקא דיומא,
דאס האט מיט דעם פאקט אז דאן איז זמן אכילת קרבן פסח שני.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ריכטיג. דאס האט מיטן ערשטן חלק וואס איר האט געשריבן אז מ'זאגט יא תחנון ביום ט"ו. והטעם הוא דלא אמרינן בזה ספיקא דיומא כמו בי"ג סיון
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אהה . בסדר.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:23 pm
שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:15 pm
לגבי תחנון איז א מחלוקת צו מ'זאגט טו אייר ( פאר די וואס זאגן תחנון די וואך פון הוד)
די מנחת אלעזר דאכצעך שרייבט אז מ'זאגט נישט.
פון שערי תשובה סי' קל"ב אות ז' איז משמע אז די ספק איבער ט"ו איז נאר נוגע אין חו"ל משום ספיקא דיומא די"ד
למעשה ווערט געברענגט נאך טעמים נישט צו זאגן ט"ו, חוץ פון ספיקא דיומא.

א) אין לבושי מכלול (מהרי"מ אב"ד ניז'נוב) שטייט אלץ אכילת הפסח בליל ט"ו.
ב) אין אמרי פינחס שטייט אלץ ירידת המן.
ג) אין בעלזא זאג מען נישט יעדעס מאל אין א טאג נאך א יומא דפגרא, ובשם הרב מבילגורייא ווערט געברענגט אז דאס איז די טעם פון נישט זאגן ט"ו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

איז דא א מקור פאר אזא מימרא אז אויב דיין טאטע זאגט דיך עפעס רענדאמלי איז עס א סימן מן השמים אז דו דארפסט דאס הערן, כמו רוה''ק ?

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: מקורות געזוכט... איר ווייסט דעם מקור? ביטע ענטפערט דא [מפעל]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”