טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זיידעניו האט געשריבן: טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות


א) מיר געפונען אין שיר השירים אז די תורה איז צוגעגליכן געווארן צו מילך און האניג אזוי ווי דער פסוק זאגט (שיר השירים ד' י"ח) דבש וחלב תחת לשונך און דאס גייט ארויף אויף די תורה וואס אידן לערנען, דערפאר אלס א זכר עסען מיר מילך און האניג אין טאג פון מתן תורה.
(כל בו)

ב) ווייל ביז מתן תורה זענען די אידן נישט געווען מצווה אויף שחיטה, טריפות, בהמה טמאה, און בשר בחלב, דערפאר ווען מען האט געגעבן די תורה, און די אלע זאכן זענען אסור געווארן פאר אידן צו עסן, האבן זיי נישט געטארט נוצן די זעלבע כלים וואס מען האט געקאכט און געגעבן אין זיי טריפות, און כשר'ען האט מען נישט געטארט ווייל שבועות איז דעמאלס געפאלן אום שבת, האבן דאך די אידן גארנישט געקענט עסן נאר מילכיג'ס, דערפאר אלס א זכר צו דעם, עסן מיר אויך מילכיג'ס אין דעם טאג.
(גאולת ישראל)

ג) ווייל ווען מען עסט מילכיג'ס און דערנאך פליישיג'ס איז די הלכה אז מען טאר נישט עסן מיט'ן פליישיג'ס דאס זעלבע ברויט וועלכעס מען האט געגעסן צוזאמען מיט מילכיג'ס, מוז מען דאך האבן צוויי ברויטן, דעריבער איז דאס א פאסיגער רמז אויף די שתי הלחם וואס מען האט געברענגט (מניף געווען) אין יו"ט שבועות. (דאס זעלבע ווי מען נעמט צוויי תבשילין אום פסח ביינאכט אלס א זכר צום קרבן פסח אין קרבן חגיגה).
רמ"א סי' תצ"ד סעי' כ')

ד) ווייל פאר מתן תורה איז אסור געווען פאר די אידן (וועלכע האבן געהאט דעם דין פון א בן נח) צו עסן מילך וועלכעס קומט פון א לעבעדיגע בהמה אלץ אבר מן החי, און הערשט נאך מתן תורה איז דאס מותר געווארן פאר אידן, ווייל דער פסוק איז משבח ארץ ישראל אלס ארץ זבת חלב ודבש וואס פון דעם איז א ראי' אז מען מעג עסן מילך, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת בכורות (דף ו' ע"א), דערפאר עסען מיר שבועות מילכיג'ס אלס א זכר צו מתן תורה וואס דורך דעם איז מילך מותר געווארען.
(חתם סופר)

ה) ווייל בשעת מתן תורה זענען די אידן דערהויבן געווארן צו א גאר הויכע מדריגה, און דורכדעם איז געווען פסקה זוהמתן זיי האבן מער נישט געהאט קיין יצר הרע, פונקט אזוי ווי די מלאכים וועלכע האבן נישט קיין יצה"ר, דערפאר אלס א זכר אז אין דעם טאג זענען מיר געווען אין די זעלבע מדריגה ווי די מלאכים, עסן מיר מיליכיג'ס און פליישיג'ס (לויט א טייל פוסקים מוז מען נישט ווארטן אום שבועות דעם זעלבן שיעור צווישען קעז און פליישיג'ס ווי מען ווארט א גאגץ יאר) אזוי ווי די מלאכים וועלכע האבן געגעסן ביי אברהם אבינו מיליכיג'ס און פליישיג'ס.
(נועם אלימלך)

ו) ווייל דער מדרש (מד"ר במדבר פ"א ח') רעכנט אויס זעקס נעמען פאר דעם בארג סיני און איינס פון זיי איז גבנונים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אין תהילים (ס"ח ס"ז) הר אלקים הר בשן הר גבנונים וגו' למה תרצדון הרים גבנונים ההר חמד אלקים לשבתו, דערפאר עסן מיר גבינה און מאכלי גבינה (קעז און מאכלים פון קעז) אלס א זכר צו דעם בארג סיני וואס ווערט אנגערופן גבנונים וועלכעס איז פון זעלבען לשון ווי גבינה.
(הרה"ק ר"ש מאוסטרופאלע)

ז) ווייל די ספרים הקדושים שרייבן אז די (שס"ה) דריי הונדערט פינף אין זעכציג טעג וואס עס זענען דא אין א יאר זענען אנטקעקן די (שס"ה) דריי הונדערט פינף און זעכציג מצוות לא תעשה וואס עס זענען דא אין די תורה, דאס מיינט אז יעדער טאג פון יאר איז אנטקעגען אן אנדערע מצוות לא תעשה פון די תורה, און לויט דעם חשבון קומט אויס אז דער טאג פון יו"ט שבועות איז אנטקעגן דעם לאו פון לא תבשל גדי בחלב אמו, דערפאר עסען מיר אין דעם טאג מילכיג'ס און פליישיג'ס און מיר גיבן אכטונג נישט עובר צו זיין אויף דעם איסור פון בשר בחלב, און דורכדעם איז מען מקיים די מצוה וואס איז אנטקעגן דעם טאג.
(שערי תשובה)

ח) ווייל חלב איז מרמז אויף חסד (ווייס איז מרמז אויף חסד) און א רמז איז דא דערויף פון פסוק ל'הגיד ב'בוקר ח'סדך איז ר"ת חלב, און דער ענין פון מתן תורה איז אויך געווען אן ענין פון חסד, אזוי ווי דער תוי"ט זאגט א טעם פארוואס ביי די ברכה אויף די תורה זאגט מען ברכו את "ה'" המבורך וואס דאס איז דער שם הוי'ה וואס עס איז מרמז אויף רחמים - חסד, און ביים בענטשן זאגט מען נברך אלקינו וואס דאס איז דער שם אלוקים וועלכעס איז מרמז אויף דין?, נאר דער ענין איז ווייל דאס עסן אויף וועלכען מען בענטשט איז נישט מצד החסד נאר מצד הדין, ווייל אז דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש איז ער מחויב כביכול אים צו געבן שפייז ער זאל קענען לעבן, פארדעם זאגט מען ביים בענטשן אלקינו צו ווייזן אז דאס עסן איז מצד הדין, משא"כ ביי ברכת התורה וואס דאס איז מצד החסד נישט מצד הדין, ווייל מצד הדין איז דער אויבערשטער נישט מחויב געווען אונז צו געבן די תורה, זאגט מען ברכו את ה' המבורך וואס דאס איז הוי' שם הרחמים והחסד, קומט דאך אויס אז דאס געבן די תורה איז נאר דורך די מדה פון חסד, דערפאר עסען מיר אין דעם טאג פון קבלת התורה מאכלי חלב וועלכעס איז אויך מרמז אויף חסד. (בני יששכר)

ט) נאך א רמז איז דא אויף מילכיג'ס אום שבועות, ווייל נעבן דעם פסוק ווי עס שטייט די מצוה פון ביכורים ראשית ביכורי אדמתך תביא בית ה' אלקיך, וואס דאס איז נוהג אין יו"ט שבועות, תיכף דערנאך שטייט דער לאו פון בשר בחלב - לא תבשל גדי בחלב אמו, דערפאר אלס א רמז עסט מען שבועות מילכיג'ס אוך דערנאך פליישיג אכטונג געבנדיג אויפ'ן לאו פון בשר בחלב.
(של"ה)

י) נאך א רמז געפונען מיר אין איינעם פון די פסוקים וועלכע רעדן פון יו"ט שבועות דאס איז דער פסוק מ'נחה ח'דשה ל'ה' ב'שבועותיכם וואס די ר"ת דערפון איז מחלב א רמז אויף מאכלים וואס זענען געמאכט פון מילך.
(מטה משה פ' תרצ"ב)

יא) נאך א רמז איז דא אויף עסן מילכיג'ס אום שבועות ווייל חלב איז בגימטריא פערציג (40), גענוי אזויפיל וויפיל די טעג וואס משה רבינו איז געווען אין הימל נאך קבלת התורה.
(ספר מטעמים)

יב) ווייל מילך איז א מאכל פון שפלות, דערפאר עסט מען מיליכג'ס אין טאג פון מתן תורה, צו ווייזן אז די תורה האלט זיך נאך ביי דעם וואס האט די מדה פון ענוה און שפלות, אזוי ווי די גמרא (תענית דף ז' ע"א) דרש'נט אויף דעם פסוק הוי כל צמא לכו למים מה מים מניחין מקום גבוה והולכים למקום נמוך אף דברי תורה אין מתקיימים אלא במי שדעתו שפלה.
(הרה"ק ר"פ מקאריץ)

יג) ווייל מיר געפונען אין מדרש כשאמרו מלאכי השרת תנה הודך על השמים א"ל הקב"ה אתמול אכלתם בשר בחלב והיום אתם רוצים לקבל את התורה, (ענדליך צו דעם געפונען מיר אין מדרש רבה פרשת יתרו, אויפ'ן פסוק ומשה עלה אל האלקים, אז ווען משה רבינו איז ארויפגעגאנגען אין הימל נעמען די תורה האבן די מלאכים אים געוואלט אנגרייפן און צוריק האלטן פון נעמען די תורה, האט דער אויבערשטער געמאכט די צורה פון משה רבינו ענליך צו די צורה פון אברהם אבינו, און האט צו זיי געזאגט, צו שעמט איר זיך נישט פון אים, איז דען דאס נישט דער דאזיגער וואס איר האט אראפגענידערט צו אים און געגעסן אין זיין הויז, די מפרשים טייטשן אז דאס מיינט מען ווען זיי האבן געגעסן ביי אברהם אבינו בשר בחלב), קומט דאך אויס אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם וואס די מלאכים האבין געגעסן בשר בחלב, פארדעם עסן מיר שבועות קודם מילכיג'ס און דערנאך פליישיג'ס צו ווייזן אז מיר היטן יא די תורה און דעם איסור פון בשר בחלב, נישט אזוי ווי די מלאכים און דורכדעם איז אונז געגעבן געווארן די תורה.
(באר היטב סי' תצ"ד)

יד) ווייל עס שטייט אין ספר רקנט"י א טעם פארוואס די תורה האט גע'אסר'ט צו עסן קודם פליישיג'ס און נאכדעם מיליכיג'ס, און פארקערט האט די תורה נישט גע'אסר'ט, ווייל עס איז ידוע אז חלב איז מרמז אויף מדת החסד און בשר איז מרמז אויף דין, אין מיר פסק'ענען דאך איבעראל אז תתאי גבר (דאס אונטערשטע איז גובר אויפ'ן אויבערשטען) פארדעם אויב מען וועט עסן קודם פלייש און דערנאך מילך וועט זיך דאס אונטערשטע וואס דאס איז די פלייש גובר זיין אויף די מילך פון אויבן, און עס וועט אויסקומען אז מען איז ח"ו מגביר מדת הדין אויף מדת הרחמים, פארדעם טאר מען נישט עסן קודם פלייש און נאכדעם מילך, און פארקערט מעג מען יא, ווייל דעמאלס איז מען מגביר חסד אויף דין, און מיר געפונען אין די גמרא (כתובות דף ק"ד ע"א) אז די מענטשן ווערן אנגערופן תחתונים און די מלאכים עליונים, קומט אויס אז ביי מתן תורה ווען די מלאכים האבן זיך געקריגט מיט משה רבינו ווער עס זאל באקומען די תורה איז דאס געווען א מחלוקה צווישן די עליונים און די תחתונים, ווער עס איז גובר אויף וועמען, די מלאכים האבן געוואלט עס זאל זיין עילאי גבר און די אידן תתאי גבר, דעריבער מיט דעם וועלן מיר פארשטיין וואס דער אויבערשטער האט געענטפערט פאר די מלאכים ווען זיי האבן גע'טענה'ט תנה הודך על השמים, "אתמול אכלתם בשר בחלב" ווייל לכאורה איז דאך טאקע שווער פארוואס האבען די מלאכים געגעסן בשר בחלב, נאר מען קען ענטפערן אז זיי האבן קודם געגעסן מילך און דערנאך פלייש וואס דעמאלס איז נישט דא קיין איסור, נאר דאס איז אבער נאר גוט ווען מיר האלטן תתאי גבר, אזוי ווי מיר האבן פריער געברענגט דעם רקנט"י, משא"כ אויב מען האלט עילאי גבר טאר מען נישט עסען קודם מילך און דערנאך פלייש ווייל מען איז דאך מגביר די דינים, ממילא לויט דעם פארשטיין מיר זייער גוט וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די מלאכים "אתמול אכלתם בשר בחלב", ווייל דער פשט איז אזוי צו זאגן, בשלמא אויב איר לאזט די אידן מקבל זיין די תורה זענט איר דאך מודה אז תתאי גבר, דעמאלס איז ניחא פארוואס איר האט געגעסען קודם מילך און דערנאך פלייש, אבער אויב איר וועט נישט לאזן די אידן נעמען די תורה האלט איר דאך אז עילאי גבר, האט איר דאך נישט געטארט עסען קודם מילך און דערנאך פלייש, און דערפאר עסען מיר אין טאג פון קבלת התורה קודם מילך און דערנאך פלייש כדי צו ווייזן אז תתאי גבר וואס דורכדעם האבן מיר מקבל געווען די תורה.
(הרה"ק ר"ר מענדל'ע מרימנוב זצוק"ל, הישר והטוב ח"ב)

טו) ווייל די טבע פון מילך איז אז עס האלט זיך נאר אין פשוט'ע כלים, אזוי ווי ערדענע כלים וכדו', נישט אין די טייערע כלים אזוי ווי למשל זילבערנע און גאלדענע כלים, דאס זעלבע איז אויך מיט די תורה, די תורה האלט זיך נאר ביי די פשוט'ע און ארימע מענטשן, אזוי ווי די חז"ל זאגן הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה, ע"כ עסן מיר אין טאג פון מתן תורה מילכיג'ס, מרמז צו זיין אויף דעם צוזאמענהאנג פון די צוויי זאכן.
(עוללות אפרים)

טז) ווייל די חכמי המחקר (פארשערס, דאקטורים) זאגן אז אין מילך געפונט זיך די גרעסטע מאס ערנעהרונגס קראפט פון אלע מאכלים, אזויווי מיר זעען ביי די פיצלעך קינדער אז זייער גאנצע חיות איז פון די מילך וואס זיי זייגען, ווייל דאס איז א כלליות'דיגער חיות וואס פארמאגט אין זיך סיי די כוחות פון עסן און סיי פון טרינקען, און דאס זעלבע איז אויך מיט לימוד התורה וואס האט אין זיך כלליותדיגן רוחניות'דיגן חיות, אנדערש פון אלע מצות וועלכע האבן יעדעס איינע נאר א פרטיות'דיגן ענין, משא"כ לימוד התורה איז כולל אין זיך אלע מצות, אזויווי חז"ל זאגן ותלמוד תורה כנגד כולם, דערפאר עסן מיר אין טאג פון מתן תורה מילך וועלכעס איז אין דעם ענין דומה צו די תורה.
(אמרי נועם)

יז) ווייל עס איז דאך ידוע אז משה רבינו איז געבוירן געווארן אין טאג פון ז' אדר, און דער פסוק דערציילט אין פרשת שמות, אז יוכבד די מוטער פון משה רבינו האט אים באהאלטן דריי חדשים און נאך דריי חדשים פון זיין געבוירן, האט זי אים אריינגעלייגט אין א קאסטן, און ווען בתי' בת פרעה איז זיך געגאנגען באדן האט זי אים ארויס גענומען און געוואלט געבן פאר די גוי'ישע מינקת צו זייגען און משה רבינו האט נישט געוואלט זייגן נאר פון א אידישע פרוי ווייל ער איז געווען אנגעברייט צו רעדען מיט די שכינה, און לויט'ן חשבון קומט דאך אויס אז דאס איז געווען אין טאג פון ז' סיון דריי חדשים נאך ז' אדר, דערפאר עסן מיר אין דעם טאג מאכלים פון מילך צו דערמאנען דעם זכות פון משה רבינו וועלכער האט נישט געוואלט זייגן פון קיין גוי'ישע פרוי.
(ילקוט יצחק)

יח) ווייל עס איז ידוע אז בשעת אדם הראשון האט געזינדיגט איז ער נתקלל מיט ל"ט קללות, און פארדעם איז דא ל"ט מלאכות וואס א מענטש דארף ארבעטן כדי זיך צו קענען שפייזן, וואס אויב אדם הראשון וואלט נישט געזינדיגט וואלט מען זיי נישט געדארפט האבן אויף זיך מפרנס צו זיין, און דערפאר איז נישט דא קיין שום עסנווארג צו וועלעכען מען זאל קענען צוקומען אהן דעם וואס מען זאל דארפן טהון איינס פון די ל"ט מלאכות, אויסער מילך וואס אין דעם איז נישט דא קיין מלאכה, ווייל די הלכה איז אז אויב מען מען מעלקט אריין די מילך אין א כלי מעג מען דאס מעלקן אפילו אום שבת ממילא איז מילך נישט אין כלל פון די ל"ט מלאכות, און אויך איז ידוע וואס די גמרא זאגט אז בשעת מתן תורה איז געווען פסקה זוהמתן עס איז אפגעטוהן געווארן פון זיי די זוהמא פונעם חטא פון אדם הראשון, דעריבער זענען זיי דאך דעמאלס אויך ארויס פון די ל"ט קללות פונ'ם חטא פון אדה"ר און דערפאר האבן די אידן דעמאלס אויך נישט געדארפט קיין שום מלאכה זיך צו שפייזן און זיי האבן געגעסן נאר מן ווייל דאס איז הא בהא תלי', דעריבער אלס א זכר צו דעם מעמד קבלת התורה וואס דעמאלס האט מען נישט געדארפט טוהן קיין שום זאך פון די ל"ט מלאכות, עסן מיר מילכיגס וואס ביי דעם איז אויך נישטא קיין איינע פון די ל"ט מלאכות.
(אמרי נועם)

יט) ווייל אום שבועות ענדיגן מיר די גרויסע און הייליגע מצוה פון ספירת העומר, דעריבער אזויווי מען איז זיך נוהג אז ווען מען ענדיגט א מצוה אדער מען ענדיגט א מסכתא מאכט מען א סעודת סיום, אזוי פאסט זיך ווען מען ענדיגט אזא גרויסע מצוה ווי ספירת העומר צו מאכן א גרויסע סעודה, נאר געווענדליך איז אין סעודה אלא בבשר אבער שבועות מוז מען דאך סייווי עסן א פליישיגע סעודה לכבוד יו"ט, וועט זיך דאך נישט אנזען אז מען עסט די סעודה צוליב דעם סיום פון ספירת העומר, דערפאר עסין מיר אן עקסטערע סעודה פון מילכיגס אלס א סעודת סיום פון ספירת העומר וועלכעס זאל זיין אנמערקבאר.
(מדרש פנחס)

כ) ווייל די גמרא זאגט אין מסכת פסחים (דף ס"ח ע"ב) הכל מודים דבעצרת בעינן נמי לכם, אום שבועות איז יעדער מודה אז מען דארף זיך מענג זיין אויך מיט גשמיות'דיגער הנאה פון עסן און טרינקען וכדו', ווידער זאגן די חז"ל אז בזמן הזה אז עס איז נישט דא קיין מזבח איז דער טיש פונ'ם מענטש במקום מזבח און דער מאכל איז במקום קרבן, קומט דאך אויס לכאורה אז עס איז נישט שייך מקיים צו זיין בזמן הזה דעם לכם ווייל דער מאכל איז דאך במקום קרבן וועלכעס איז דאך לה', דעריבער האט מען איינגעפירט אז שבועות ווען עס איז בעינן נמי לכם זאל מען עסן מילכיגס פון וועלעכען מען קען נישט ברענגען קייו קרבן קען דאך דאס נישט זיין לה', אזוי ארום איז מען מיט דעם מקיים דעם ענין פון לכם.
(ספרים)

כא) ווייל מאכלי חלב האבן אין זיך שטארקע ערנעהרונג קראפט, און דאס ווערט געגעבן אלס א רפואה פאר שוואכע מענטשן, און מיר ווייסן דאך אז תורה מתשת כוחו של אדם, דעריבער עסן מיר אין טאג פון קבלת התורה מאכלי חלב ווייל אין יענעם טאג ווען די אידן האבן מקבל געווען אויף זיך דעם עול תורה זענען זיי געווארן אפגעשוואכט ווי אויך מיר וואס מיר לערנען תורה זענען אפגשוואכט, פון די תורה, דערפאר עסט מען מאכלי חלב אלס א רפואה.
(ספר מטעמים)

כב) עס שטייט אין פסוק אין שיר השירים "שתיתי ייני עם חלבי" א רמז צו פסח און דערנאך שבועות, ווייל די פיר כוסות וויין דינען צו ווייזען חירות אז מיר זענען באפרייט געווארען פון מצרים מיט די פיהר לשונות והוצאתי והצלתי וגאלתי ולקחתי, אבער דער ריכטיגער חירות איז נאר ווען מען איז מקבל די תורה ווי די משנה זאגט אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, קומט אויס אז דער חירות פון פסח ווערט ערשט בשלימות שבועות, און דאס איז מרומז אין פסוק "שתיתי ייני עם חלבי" די יין פון פסח מיט די חלב פון שבועות.
(אמרי נועם)

כג) ווייל די טבע פון מילך איז אז עס ווערט שנעל זויער, מילך איז נאר גוט ווען עס איז פריש, מרמז צו זיין אזוי אויך תורה מוז מען יעדען טאג פריש לערנען און זיך נישט פארלאזען אויפ'ן נעכטיגען לערנען אזוי ווי מילך איז גוט נאר פרישע מילך, מען מאכט דאך אויך קידוש אויף וויין שבועות דערנאך עסט מען די מאכלי חלב איז "שתיתי ייני עם חלבי" ווייל וויין האט א פארקערטע טבע אז וואס עלטער עס איז, בעסער איז עס, מרמז צו זיין ביידע ענינים, אז מ'דארף אלעמאהל איבערחזרן די אלטע תורה וואס מ'האט געלערנט אבער אויך אלע טאג לערנען פרישע נייע ענינים פון תורה אזוי ווי וויין וואס איז גוט אלט און ווי מילך וואס איז גוט פריש.
(ספרים)
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום זונטאג מאי 29, 2022 9:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ש'כח, שיינע טעמים..

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: טעמים אויף דעם מנהג פון עסן מיליכיגע מאכלים אין יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר ברענגן דאס ארויף לכבוד שבועות
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”