ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נאקנאק
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:15 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאקנאק »

ברך עלינו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:43 pm
דינער השנתי האט געשריבן:
וואס איז טאקע די פלאן מיט די Y ???
נאכן פארענדיגן בויען די בנין אויף די שטח ווי מען בויעט יעצט און עס צוזאמשטעלן מיטן עקזיסטירענדן בנין הביהמ"ד, וואס דאס וועט שוין פארמירן א ריזיגן בנין מיט א ריזן היכל הביהמ"ד און אלע צוגעהערן ווי מנינים שטיבלעך, מקוה, היכל התורה וכו' וכו' וועט מען בס"ד בויען די Y בנין וואס וועט פארגערעסערן די אלע אויבענדערמאנטע און אויך צו ברענגען א טיש שטוב, סוכה און נאך. בס"ד ובשם השם אנו עושים ונעשה ונצליח!
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די פלאן, אויב איז טאקע די פלאן צו צוזאמשטעלן די נייע מיט די אלטע בנין ביהמ"ד דאן פארוואס האט מען געבויט גאלעריען מיט ביעמס אויף די זייט פון די עקזיסטירענדן בנין הביהמ"ד, וויאזוי וועט מען צוזאמשטעלן דעם היכל הביהמ"ד מיט די יעצטיגע בנין?
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (214.51 KiB) געזען 5013 מאל
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

נאקנאק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:28 am
ברך עלינו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 1:43 pm
דינער השנתי האט געשריבן:
וואס איז טאקע די פלאן מיט די Y ???
נאכן פארענדיגן בויען די בנין אויף די שטח ווי מען בויעט יעצט און עס צוזאמשטעלן מיטן עקזיסטירענדן בנין הביהמ"ד, וואס דאס וועט שוין פארמירן א ריזיגן בנין מיט א ריזן היכל הביהמ"ד און אלע צוגעהערן ווי מנינים שטיבלעך, מקוה, היכל התורה וכו' וכו' וועט מען בס"ד בויען די Y בנין וואס וועט פארגערעסערן די אלע אויבענדערמאנטע און אויך צו ברענגען א טיש שטוב, סוכה און נאך. בס"ד ובשם השם אנו עושים ונעשה ונצליח!
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די פלאן, אויב איז טאקע די פלאן צו צוזאמשטעלן די נייע מיט די אלטע בנין ביהמ"ד דאן פארוואס האט מען געבויט גאלעריען מיט ביעמס אויף די זייט פון די עקזיסטירענדן בנין הביהמ"ד, וויאזוי וועט מען צוזאמשטעלן דעם היכל הביהמ"ד מיט די יעצטיגע בנין?
איך האב שוין געטראכט פון דעם
(קען זיין זיי האבן עפעס א חשבון)
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (233.52 KiB) געזען 4193 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (179.03 KiB) געזען 3658 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (186.54 KiB) געזען 3662 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (165.58 KiB) געזען 3662 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (187.84 KiB) געזען 3662 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (170.67 KiB) געזען 3657 מאל
unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (176.5 KiB) געזען 3657 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (163.89 KiB) געזען 3657 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (130.79 KiB) געזען 3652 מאל
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (129.24 KiB) געזען 3652 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פארוועם איז די שבת?
פאר די גאנצע עולם?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מהודר
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:15 pm
פארוועם איז די שבת?
פאר די גאנצע עולם?
פאר ווער ס'געט גרויס געלט פאר די קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:15 pm
פארוועם איז די שבת?
פאר די גאנצע עולם?
פאר דער וואס האט פארשאפט גרויסע געלטער ביי די קאמפעין
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מהודר האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:17 pm
גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:15 pm
פארוועם איז די שבת?
פאר די גאנצע עולם?
פאר ווער ס'געט גרויס געלט פאר די קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד
כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 5:05 pm
גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 4:15 pm
פארוועם איז די שבת?
פאר די גאנצע עולם?
פאר דער וואס האט פארשאפט גרויסע געלטער ביי די קאמפעין
ביידע אמת. פאר ווער ס'האט געגעבן און געשאפן.
מאלפע
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2023 11:19 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאלפע »

קען איינער געבען א באריכט פון דער שבת קודש אין קאנענטיקט?
טיש בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:18 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיש בעקיטשע »

מאלפע האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 6:21 pm
קען איינער געבען א באריכט פון דער שבת קודש אין קאנענטיקט?
לייכטן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:32 pm
שבת קודש 'מקדש מלך' פאר תומכי בנין ביהמ"ד החדש ד'באבוב-45, בראשות האדמו"ר מבאבוב-45.
WhatsApp Image 2024-05-13 at 14.48.20_dccbd9b5.jpg
WhatsApp Image 2024-05-13 at 14.48.20_dccbd9b5.jpg (387.5 KiB) געזען 1953 מאל
צו זען מער דריקט דא:
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45 שבת 'מקדש מלך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

שבת 'מקדש מלך'
סצענעס, הרגשים און איינדריקן
פון א היסטארישן און אומפארגעסליכן שבת
בצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א


דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, דיירי ארעא ספרי ורשמי רשוותא... ווי נעמט מען א פאסיגער פעדער אויף צו באשרייבן אן איבערלעבעניש וואס די אינערליכע געפילן פון הארץ קענען בקושי ברענגען צום אויסדריק?

פארלאפענעם שבת קודש האבן מאסן חסידים מיטגעלעבט כסדר'דיגע געהויבענע שטונדן און נאכאנאנדע התרגשות'דיגע מאמענטן וואס וועלן פארבלייבן איינגעקריצט ביי זיי אין זכרון אויף אייביג, ווען דער הייליקייט און פראכט פון שבת האט זיך אנטפלעקט מיט איר פולסטן גלאנץ און גלאריע.

דער סאמער טאלאנטפולסטער קונסט-מאָלער, ווען ער זאל איינטונקען זיין בליי-פעדער אין דעם קאָלאַריט פון אלע רעגן-בויגן פאַרבן, וואלט ער דאָך געווען אומפעהיג אפצומאלן אמת'ע כאראקטאר-שטריכן צו שילדערן דעם צויבער-פראכט פון דעם געהויבענעם שבת 'מקדש מלך', ווייל ארעם איז די רייכסטע שפראך און בלאַס איז די שטערקסטע אויסדרוק צו קענען שילדערן אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט דעם גייסטיגן דערקוויקעניש וואס האט במשך דעם גאנצן שבת'דיגן מעת לעת געזעטיגט די הערצער פון אזויפיל הונדערטער חסידים וואס האבן געהאט די זכי' נהנה צו זיין מזיו השכינה.

שבת 'מקדש מלך' האט זיך בלי ספק אפגעצייכנט היסטאריש אין די געשיכטע פון באבוב. ס'איז שווער אין די ראמען פון באגרעניצטע שורות צו שענקען א פולער באריכט און שילדערונג איבער דעם געהויבענעם טאג וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון התרגשות דקדושה און תפארת שבת קודש, ווען אפילו מיר זאלן האלטן דערביי זענען מיר פשוט נישט ביכולת איבערצוגעבן דברים כהוייתן, אבער דאָך וועלן מיר בעז"ה פרובירן איבערצוגעבן אביסל מעין המאורע.

*

אויסגעזעהן האט די ערב שבת נאכמיטאג ווי ערב שבת חנוכה אויפ'ן וואקזאל אין באן סטאנציע אין טשעבין. דער שטראם פון געסט האט נישט נאכגעלאזט. יעדע צוויי-דריי מינוט האט זיך ביים הויפט אריינגאנג צום 'ארמון האטעל' באוויזן נאך א שיירא חסידים, דא און דארט איינציגווייזע אורחים, און פון צייט צו צייט א גאנצע אויטאבאס פון אידן וואס זענען אפגעשטיגן און אריינשפאצירט אין האטעל מיט נשמה באגייסטערונג.

דער פראכטפולער האטעל גופא איז געווען הערליך באצירט פון אלע זייטן מיט שולדן און קונסטווערק וואס האבן אזוי הערליך סימבאליזירט דעם צוועק און משמעות פון שבת 'מקדש מלך'.

אין אן אפטיילונג אין אטריום איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע טועמי', ביי וועלכע די אידן וואס זענען אלע געקומען צופארן פון די מרחקים האבן זיך דערכאפט דאס הארץ און הארציג פארברענגט אינאיינעם בשבח אחים גם יחד.

וואס א שעה נענטער צום זמן כניסת השבת האט זיך געשפירט ווי אלעס ארום ווערט איבערגעצויגן מיט א פנים חדשות. די הכנות צום שבת זענען אלס געווארן אינטענסיווער. אידן זענען געלאפן אין מקוה, אנדערע זענען שוין געגאנגען אין רעזשאוואלקע און זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש זיך מכין צו זיין צום שבת מיט א בלאט גמרא אדער א חסידי'שן ספר. די לופט איז וואס א מינוט שפעטער מער און מער געלייטערט געווארן פון שבת'דיגע קדושה ומלכות וואס האט זיך אראפגעלאזט מעילא לתתא.

אין א זייטיגן אפטיילונג איז דורכאויס די נאכמיטאג שעות געווען א הויפט אטראקציע דער 'באבוב רינעק' - אן אויסשטעלונג פון דעם אמאליגן מארק אין שטעטל באבוב, וואס האט אין מארקטאג געפילדערט מיט קונדן וואס זענען געקומען איינקויפן ביי דאס רוב אידישע קרעמער און קליינהענדלער וואס האבן פארנומען די קלייטן אין רינעק, אין צענטער פון דאס שטעטל.

די קראמען און ביידלעך זענען געווען אויטענטיש אויסגעשטעלט און געטראגן די אריגינאלע נעמען פון די אידישע הענדלער אין באבוב מיט די פראדוקטן וואס זיי האבן פארקויפט. אין זייט פון יעדן קראם איז געווען צוגעצייכנט א קורצע ביאגראפיע איבער דער מוכר.

דאס ארומשפאצירן אין רינעק האט פאר די הונדערטער געסט געגעבן אן אמת'ן אריינבליק און געפיל ווי אזוי ס'האט אמאל אויסגעזעהן מארקטאג אין שטעטל.

ויהי אור! א שעה צום זמן כניסת השבת האט א לעכטיקייט ארומגענומען דעם גאנצן האטעל. יעדעס ווינקעלע האט געבלאנקט און געפינקעלט פון אור קדושת שבת וואס נידערט אראפ און ברענגט מיט די נשמה יתירה קרוינען פאר דעם געקליבענעם פאלק.

אין אטריום שפרייטן זיך אויס די קלאנגען, באגלייט מיט א ווידער-קול, פון די משוררים וואס האבן מיט הארציגע הארמאניע און פאסיגע נגינה אויפגענומען דעם שבת גאסט, פארטריבן דעם וואכנדיגן גלות-שמערץ, און אריינגעברענגט דעם שבת'דיגן עקסטאז. זייערע קלאנגען האבן זיך פאראייניגט אין איין ריטמישן אויסדרוק פון 'בא שבת בא מנוחה'.

אויף די משתתפים גופא האט זיך דער שינוי מחול אל הקודש אזוי בולט אנגעמערקט. אלע זענען מיטאמאל פארוואנדלט געווארן אין בני מלכים. די קנייטשן פון פנים האבן זיך אויסגעגליכן און א הייליגער רואיגקייט האט באהערשט דעם גאנצן וועזן. עס איז זאגאר נישט געבליבן קיין שפור פון וואכנדיקייט אינ'ם גאנצן אומגעבונג.

וכלהון מתעטרין בנשמתין חדתין. דורכגענומען מיט אראמאט פון קדושה און התרוממות האבן זיך די הונדערטער חסידים געשטעלט אין די רייען דורכצוגיין ביים רבי'ן שליט"א און אפנעמען מיד קדשו א פערזענליכע מתנה, דעם הייליגן ספר 'נועם אלימלך'.

און דאן זענען אלע אריין אין דעם גרויסן זאַל און בליץ שנעל פארנומען די ערטער ביי די טישן וואס זענען געווען מוסטערהאפטיג אויסגעשטעלט לענגאויס און ארום און ארום אין די הויכקייט, אויף א פארנעם אז יעדער זאל פון זיין ארט קענען באקוועם מיטהאלטן און זיך פילן ווי ער זיצט טאקע אין די נאנטע ד' אמות פון רבי'ן שליט"א.

אין א זעלטענע ערשיינונג האט רבינו שליט"א פארגעלערנט א שיעור חסידות פאר די חסידים הצמאים וכמהים לדבריו, טאקע אינ'ם ספה"ק נועם אלימלך, ווי מנהג רבותינו הק' זיך מכין צו זיין דערמיט צום שבת. געבויעט אויף די רייד פונ'ם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע האט דער רבי שליט"א באשאנקן די חסידים מיט הארציגע הדרכות פון צעטיל קטן, באגלייט מיט ביאורים ווי אזוי די הנהגות זענען שייך פאר יעדן יחיד בכל עת ובכל זמן.

און דאן האט רבינו שליט"א טועם געווען פון די מאכלי שבת און צוגעטרויטן צום 'טלית לייגן', ווען אומעטום האט געהאגעלט מיט התעוררות און התרגשות הנפש. והטלית יפרוש כנפיו עליהם... עס האט זיך געפילט בחוש ווי דער שבת המלכה שפרייט אויס אירע פליגלען איבער אלעס. אויף אלעם און אלעמען איז קענטיג געווען דער 'שבת וינפש'.

און פון יענעם מאמענט, ווי איינגעוויקלט אין א וואלקן פון קדושה האט זיך דער ציבור כסדר געהויבן אין די הויכע ליכטיגע עולמות פון שבת קודש, הן ביי די ווארעמע תפלות און הן ביי די לעכטיגע סעודות און טישן דורכאויס דעם גאנצן שבת.

דער 'הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו' פון הגה"צ אבד"ק שליט"א איז געענטפערט געווארן מיט א הילכיגן אפקלאנג פון אזויפיל הונדערטער חסידים וואס האבן אפגעגעבן א הודאה לד' אז זיי זענען זוכה זיך צו געפונען אין אזא הייליגע סביבה.

איידער קבלת שבת האט הרה"צ ר' יוסף שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א געעפנט דעם שבת מיט פאסיגע דברי הכנה און אויסגעדריקט די טיפע משמעות פון אזא צוזאמקום און די גרויסע השפעה וואס מ'קען זיך מיטנעמען פון אזא היימישע שבת בצל הקודש.

מיט א פייערדיגע קבלת שבת איז דער ציבור ווייטער אריינגעצויגן געווארן אין די ספערן פון התעוררות קדושה וואס האט אריינגעפירט צום סעודת ליל שבת קודש, אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, געפראוועט מיט א שבת'דיגער דערהויבענער געמיטליכקייט און מיט א נאטירליכער היימישקייט.

אין משך פון לאנגע שעות, זיצנדיג בצלא דמהימנותא פון רבי'ן שליט"א ביי די שבת'דיגע סעודות, סיי ביינאכט און סיי בייטאג, האט אלעס געאטעמט מיט נשמה יתירה לופט. די בענקענדיגע טענער פון די זמירות האט בארירט צום הארצן און די דברי תורה האבן ווי אריינגעשפריצט זאפטיגע חיות-טראפן אין די אדערן.

ביז האלב נאך צוויי ביינאכט איז א גאנצע עדה חסידים געזעסן ווי צוגעשמידט צו די בענקלעך און נהנה געווען מזיו השכינה. און אפילו נאכ'ן טיש, ווען דער זייגער האט שוין געקלאפט דריי, האט א גרעסערע קבוצה חסידישע יונגעלייט זיך צונויפגעזעצט צו 'שירות ותשבחות' און ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש, שענקענדיג גייסטיגע נערונג פאר די נשמה אויף אייביג.

בצפרא דשבתא איז געווען א הערליך ערהאבן סצענע צו זעהן ווי נישט לאנג נאך זון-אויפגאנג איז שוין אן עולם אידן געזעסן אין אטריום און אין בית המדרש, איינער איבערגעבויגן איבער א גמרא, א צוייטער מיט א ספר'ל אין האנט און א דריטער שפרייזנדיג ארויף און אראפ מיט א חומש, און אין א לויטערער שבת-צופרי שטימונג זיך צוגעגרייט צום דאווענען.

דאס דאווענען גופא איז געווען מיט גרויס התלהבות און דערקוויקנדע מאמענטן זענען געווען ביים פארקויפן די עליות ווען אנוועזנדע בעה"ב און יונגעלייט האבן זיך אינאיינעם געלאזט קאסטן אין די הונדערטער טויזנטער דאלאר לכבוד התורה ולכבוד השבת.

אינ'ם זעלבן געהויבענעם גאנג איז געווען דער קידושא רבא נאכ'ן דאווענען און שפעטער דער סעודת יום שבת אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א. טריט און שריט פול מיט התרוממות הנפש און התרגשות דקדושה, טיף-הארציגע דביקות און זיס-גייסטיגע מנוחה.

שפעט נאכמיטאג האט דער מגיד מישרים הרה"ג ר' פינחס שנעעבאלג שליט"א פון לאנדאן, וועלכער האט מיטגעהאלטן דעם שבת, פארגעלערנט א שיעור פרקי אבות, און פונקט ווי זיין טרעפליכע דרשה פרייטאג צונאכטס ביי די סעודה האט ער אויך דא מהנה געווען דעם ציבור מיט בליציגע געדאנקען און בא'טעמ'טע רמזים.

צו פירות טיש האט זיך ווידער דער עולם פארזאמלט אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט פארטיילט פירות פאר די פארזאמלטע און מיט גרויס צפיה לגאולה פארגעזינגען די פיוטי אהבה וגאולה.

א מער ערנסטע שטימונג האט איינגענומען דעם האטעל צו סעודת רעוא דרעוין, דער הויכפונקט פון שבת'דיגע דערהויבנקייט. מען דאוונט מנחה און מ'וואשט זיך צו שלש סעודות. עס ווערט טונקעל אין זאַל אבער לעכטיג אין הארץ. פארקאכט און פארפלאמט זינגט זיך זמירות אין א סימפאניע פון דביקות און התבוננות הנפש וואס ברענגט דעם מענטש צום העכסטן שטופע פון התלהבות.

די דברי תורה פון רבי'ן שליט"א שמעלצן זיך צונויף אין איין גרויסע הייליגע פייער וואס דרינגט אריין אין די נשמה-קעמערלעך פון די פארזאמלטע חסידים וואס טוען איינזאפן אין זיך די הדרכות ישרות אין הנהגת הבית.

און אט ווערט לעכטיג אין זאַל, דער ליבער שבת קודש גייט אוועק, מען פרובירט זיך אנצוכאפן אין איר און מיטנעמען וואס מער אויפ'ן קומענדיגן וואך, אויפ'ן חודש, אויפ'ן יאר און אויף א גאנץ לעבן.

במוצאי יום מנוחה. דער וואכנדיגער לאנג-פארצויגענער 'והוא רחום' האט זיך אריינגעריסן אין האטעל מיט שטורעם, אבער אין די לופט הענגט נאך דער זיס-גייסטיגער טעם פון שבת קודש.

אלעס ארום שמעקט מיט היימישקייט און פון די שטראלנדע פנימ'ער און גלענצנדע אויגן דערקענט זיך ווי ביסלעכווייז קומען אלע אראפ פון דעם עולם שכולו שבת ומנוחה אריין אין די ששת ימי המעשה.

אין די קורצע צייט ביז סעודת מלוה מלכה זענען אומעטום געשטאנען געזעמלעך פון חסידים, עלטערע און יונגערע, איבערגעשמועסט און דורכגעטוען די הויכפונקטן פונ'ם שבת, מאכנדיג א סך הכל פון דעם געהויבענעם מעת לעת וואס איז נארוואס אריבער.

גייענדיג צו מלוה מלכה האט רבינו שליט"א אפגעטרויטן ביים 'באבוב רינעק' אויסשטעלונג און מיט קענטיגע הנאה באקוקט די קונסטליכע שאפונגען פון די נאנט.

דאן איז פארגעקומען א פראכטפולער אבער היימיש-חסידי'שער מלוה מלכה ביי וועלכע רבינו שליט"א האט מאריך געווען מיט סיפורי צדיקים פון הרה"ק מצאנז זי"ע.

אויך דא האבן געווארעמט די הארציגע טענער פון די מנגנים ביי די זמירות פון מלוה מלכה און א מין משפחה'דיגער היימישקייט איז געווען אויסגעגאסן אויף די גאנצע סביבה.

מיט געקליבענע רייד האט אויפגעטרויטן הרה"צ ר' יחזקאל שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און נאכ'ן ארויסהייבן הויך די שיינקייטן פונ'ם שבת האט ער זיך הערצליך באדאנקט פאר אלע משתתפים וואס זייער ברייטע לייסטונג פאר בנין בית מדרשנו האט זיי אצינד פאראייניגט אונטער איין דאך.

דער איניציאטאר און אנפירער פונ'ם שבת הרב בן ציון יוסף ריינהאלד שיחי' האט בקול נעים פארגעזינגען טרעפליכע גראמען פון א משתתף, פול מיט פערזענליכע איינדריקן איבער דעם שבת וואס איז פארביי.

היפש נאך חצות הלילה האט מען געענדיגט סעודת מלוה מלכה, אבער ווער קען זיך געזעגענען פון אזא ברידערליכער צוזאמקום מיט'ן רבי'ן אינאיינעם?

ווען די פילע הונדערטער חסידים האבן שפעטער ארויסשפאצירט פון האטעל מיט זייער באגאזש האט דער געוויסן געקענט הערן ווי די ווענט ברעכן אויס אין א בענקענדיגן געוויין: חסידים טייערע, וואו גייט איר אוועק? 'אל תעזבנו ואל תטשנו'! ווי לעכטיג און טייער, ווי זיס און אנגענעם איז געווען אייך צו האבן אין אונזער שאטן...

תם ונשלם שבת 'מקדש מלך'.

-

גענומען פונעם אימעיל "בחצרותינו".
לעצט פארראכטן דורך מנשה אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

גערעכט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:56 pm
א צענטער איז א מזל זאך, קענסט האבן די שענסטע בנין מקוואת וכדומה און זיין אויסגעשפילט און ווייט פון א צענטער, און פארקערט קענסטו האבן א שול כמעט ד' על ד' און זיין א צענטער פון מנינים יעדע מינוט, שומר שבת שיינער יוכיח וואס איז ווייט פון לוקסוס און זיי זענען די גרעסטע מנינים צענטערס אין זייער שטעט.
ווענדט זיך זייער אין די געגענט, איך מיין אז 14 & 49 איז א טאפ געגנט, טאש צענטער וועט מופן 2,5 בלאקס
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:38 pm
כ'מיין עפעס האט דער וואס האט געכאפט דעם בילד זיך געשפילט..

כ'רעד קומענדיג פון 15 אינמיטן טאג זעהט מען נישט אזוי קלאר דעם בנין.
100% גערעכט. ווען מען וואקט דארט אריבער הייבט זיך עס נישט אן אנצוזען אזויווי אויפן בילד..
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

צוגעלייגט און פארענדיגט דער באריכט פונעם שבת
viewtopic.php?p=5094353#p5094353
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:03 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:38 pm
כ'מיין עפעס האט דער וואס האט געכאפט דעם בילד זיך געשפילט..

כ'רעד קומענדיג פון 15 אינמיטן טאג זעהט מען נישט אזוי קלאר דעם בנין.
100% גערעכט. ווען מען וואקט דארט אריבער הייבט זיך עס נישט אן אנצוזען אזויווי אויפן בילד..
וואס מיינסטו צו זאגן אז עס הייבט זיך נישט אן אנצוזען אזויווי אויפ'ן בילד, אז די הצלה איז נישט דארט אדער אז מען האט צוגעלייגט ציגל אויפ'ן בילד?...
(אגב מען האט שוין פארענדיגט די ציגל אויבן ביי די לינקע זייט)

דער בילד איז געכאפט געווארן א שיינע פאר טפחים העכער פון וואו דיינע אויגן זעען, דעריבער זעט זיך עס אנדערש, כמובן.
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45 שבת 'מקדש מלך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (272.35 KiB) געזען 461 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (375.33 KiB) געזען 461 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (361.95 KiB) געזען 461 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (350.98 KiB) געזען 458 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (259.41 KiB) געזען 458 מאל
unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (230.63 KiB) געזען 458 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (315.31 KiB) געזען 450 מאל
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (252.25 KiB) געזען 450 מאל
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (362.48 KiB) געזען 450 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45 שבת 'מקדש מלך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (320.29 KiB) געזען 441 מאל
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (216.28 KiB) געזען 441 מאל
unnamed (14).jpg
unnamed (14).jpg (325.69 KiB) געזען 441 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45 שבת 'מקדש מלך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (15).jpg
unnamed (15).jpg (341.68 KiB) געזען 435 מאל
unnamed (16).jpg
unnamed (16).jpg (332.88 KiB) געזען 435 מאל
unnamed (17).jpg
unnamed (17).jpg (235.55 KiB) געזען 435 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45 שבת 'מקדש מלך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

unnamed (20).jpg
unnamed (20).jpg (321.87 KiB) געזען 488 מאל
unnamed (18).jpg
unnamed (18).jpg (307.44 KiB) געזען 488 מאל
unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (333.29 KiB) געזען 488 מאל
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”