קרעפל פשעטלך
קרעפעל פשעטל 1
די גמרא זאגט (פסחים ס"ח) אמר רבי אלעזר, הכל מודים "בעצרת" דבעינן נמי "לכם", מאי טעמא? יום שניתנה תורה לישראל הוא: דאס טייטש אז שבועות "דארף מען מאכן א סעודה", ווייל אין דעם טאג האט מען געגעבן די תורה פאר די אידן.
לכאורה איז שווער, עס וואלט דאך געדארפט זיין פונקט פארקערט, אז מען זאל "נישט" מאכן קיין סעודות, ווייל אז מען האט געגעבן די תורה דארף מען זיצן און לערנען?
נאר מען קען דאס פארענטפערין מיט אן אנדערע קשיא. (דער חיד"א ברענגט די קשיא פון מהר"ש פרימו) ווי אזוי מעג מען הנאה האבן פון "עולם הזה" [דער וועלט] עס איז דאך גזילה, ווייל יעקב און עשו האבן זיך ציטיילט מיט די צוויי וועלטן, עשו האט באקומען עולם הזה און יעקב האט באקומען עולם הבא. ווי אזוי מעגן אידן הנאה האבן פון "עולם הזה" ?
נאר מען קען דאס ענטפערין, ווייל די גמרא זאגט אין מס' בבא מציעא "המציל מזוטו של ים הרי אלו שלו" דער וואס ראטעוועט אזאך ווערט עס זיינס ! און די אידן האבן געראטעוועעט די וועלט עס זאל נישט חרוב ווערן, אזוי ווי די גמרא זאגט (שבת פ"ח) אז השי"ת האט זיך אויסגענימען מיט די וועלט בשעת ער האט דאס באשאפן, "אויב די אידן וועלן מקבל זיין די תורה וועט זיך די וועלט קענען האלטן, און אויב ח"ו נישט וועט עס חרוב ווערן" !! קומט דאך אויס אז דורך דעם וואס די אידן האבן מקבל געווען די תורה קען זיך די וועלט האלטן, האבן מיר אידן געראטעוועט די וועלט [עולם הזה] , ממילא איז די גאנצע "עולם הזה" אויך אונזער.
דאס איז פשט אין די גמרא. "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם" אז שבועות דארף מען עסן און טרינקן, פרעגט די גמרא "מאי טעמא" פארוואס טאקע מעג מען עסן מען וואלט דאך געדארפט לערנען א גאנצן טאג? אויף דעם ענטפערט די גמרא, ווייל עס איז "יום שניתנה תורה לישראל" וואס דורכ'ן מקבל זיין די תורה האבן מיר געראטעוועט די עולם הזה ממילא מעגן מיר הנאה האבן פון עולם הזה.

(בני יששכר)