אייוועלט פרעזענטירט: 'נעשה ונשמע' - שבועות קאלעקשן
ארום דעם אייוועלט סטודיא פון גרויס ביז קליין... שטייען גרייט די ניקס א סידי מקבל זיין...
נו נו נו, שוין באלד שבועות... מ'קען שוין מוזיק'ן... די עוילעם איז הונגעריג...
אבער נעשה ונשמע זייער זייער גערן, קודם וועלן מיר עפעס שרייבן און נאכדעם וועט עץ הערן...
אקעי, וואס שרייבט מען? קען מען שרייבן עפעס פאר אזא הייליגע יום טעף? די ציינער איז דאלע דאלע נקשן
מיט וואס הייבט מען אן? תורה תורה חגרי חג?.. וזאת תורת הנגינה? תורת הניגון איז יא בעסער?... הא הא, בשיר וקול תורה! ... נעה, תורה וקול זמרה? אויך נישט... אקיצער האמיר דא אויסגעלייגט א טייל פון די נעמען ליסטע וואס זענען געווען פארגעשלאגן פארן סידי...
אקעי #2, אזוי ווי די עוילעם הונגערט עמיר זיך נאר באדאנקען פאר די געטריי ניקס וואס האבן אריינגעלייגט די נשמה אינעם פראיעקט, הלא המה יורוך מוריך, אונזער אלעמאן באקאנטן @שרייבערל וואס ער איז שוין נישט קיין נייעס אויפן וועלטל, דער קנ"א טיטל האב איך שוין לאאאנג געגנב'עט פון איהם (כ'האב עס שוין אויפגעגעבן, איר דארפט עס צוריקנעמען...).
והשני בדומה לניקו, הרוצה בעילוי שמו וואס האט אהערגעשטעלט אזאנע הערליכע גרעפיקס, אזש די האר פון קאפ שערט זיך אפ לכבוד שבועות... נישט קיין דזשאוק, מדארף צולייגן אסאך קאפ צום קאווער, ס'לוינטצעך...
און אוודאי דעם באקאנטן @מתמיד'ל, איי איי איי... ווער נאך??... נו... סגעווען נאך דאכצעך...
שוין, די עוילעם איז הונגעריג... נישט פארגעסן ווארטן זעקס שעה צווישן...
פארשטייסט? ס'קומט א מתן תורה און דער טרייבט ליצנות דא... נו, שיק שוין דו... שטא קיין צייט...
אבער געדענקט, די מוזיק און מילעכיגס און אלע שטותים זענען גאאארנישט מיט נישט... אידעלעך, לאמיר מקבל זיין די תורה...
נו שרייבערל, וואס זאגסטו עפעס גוטס?