בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פון איין בראך צום צווייטן... שיינע בתי מדרש. גלבשטין בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:24 pm
יינגלעך פאר בר מצוה גייען דא נאך ג'ילט,
דאס האט נישט מיטן מקום, נאר מיטן טאג.

די קינדער זענען היינט געגאנגען שפעט אין חדר צוליעב די רבי'שע חתונה נעכטן נאכט,האבן זיי אריינגעכאפט צו גיין נאך געלט שוין אויפן חשבון פון די פורים אקציע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטויביג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3043
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: פון איין בראך צום צווייטן... שיינע בתי מדרש. גלבשטין בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:24 pm
געווען היינט אין געלבשטין וואס איז בעצם נאך א בראך בית מדרש, מארסי עוועניו.
יא, סדנא דבארך חד הוא.....

מקווה זייער שיין.
געפאקט מיט יידן.
3 דאלאר א טונק אין מקווה.
שאמפא כיד המלך אקעגן די אויגן, וואס האבן נישט קיין גלעזער אינעוויניג כידוע, דער חידוש איזה די האנטוכער באמת ריין, און נישט חוזר וניעור נעכטיגע נוצעריי, נישט געקארגט אויף ריין זייף ביים וואשן די האנטוכער וויזט אויס.

הויך געבוייעט, פאלאץ ממש, ברייט, מיט גענוג פאלאץ אדורך ג'יין צווישן די בענק און טישן, קיינע ליכט אפזונדערונג אין די שטיבלאך, א יונגער עולם האט נאך נישט יארצייטן כמעט...
טאקי די זעלבע סיבה וואס איך האב נאך שחרית געברויכט זוכן א אנדער בית מדרש, טועם זיין עפעס און זיצן דעמאלט לערנען נאכן דאווענען.
נישטא קיין טיש פאר תיקון, קיינע ביסקוויט אויך נישט, דא קומט מען דאווענען נישט פרעסן!
די קאווע אבער בטעמט, וויזט אויס די ארגינאלע טייסטערסצ'ויס.

יינגלעך פאר בר מצוה גייען דא נאך געלט.
דעמאנט מיט 45 יאר צוריק, אין שוהל אין מאה שערים מנחה מעריב, ברסלב אמאליגע, איך זעה וי פון יעדער טיש הויבט זיך אויף א מתפלל און גייטס ארום אלי טישן, שטעקט אויס די הענט צו צדקה...
א קינד בין איך, א תמים, געמיינט אז דאס איזה דער מנהג, האב איך אויך גענומען מאכן א דריי אין שוהל און באקומען גראשן'ס, עד היום ליגט מיר אין קאפ וווער סעהאט מיר געגעבן א גאנצער פונט! פאר סגעווען שקלים.
נו?
וואס טוט מען מיט די געלט?
איך גיי נאך א קבצן, און זעה אז ער גייט זיך קויפן פלאפעל ביי קרישבסקי שוק מאה שערים.... ברוך יעקב קרישבסקי שיחיה א גאון, א סטאלער מיט יארן שפעטער, האט ערפידעט די וועלט באווסטע מאשין וואס מאכן די פלאפעל קניידלך אטאמטטיש, נאר ער האט נישט איינגעשריבן אלץ אייגעננער פאטענט נעבאך.
איך גיי דארט, און אנשטאט וי אלי אוונט גיין בעטן אומזיסטע ברעקלאך פלאפעל וי אלי קינדער, האב איך גערויפט א אייגענע פיטא פלאפעל!!
אזוי אויך מיט רויכערן ציגארעס.. קענט, טיים, איראפע, פון 9 יאר גערייכערט... בי מיין בר מצווה אויפגעהערט רייכערן, געווען א מעלה עשן כל שהוא...
באקומען א טעלעפאן אין מיין כשרע סעלפאן, אנטלויף איך שנעל רעדן אין גאס, פארוואס? יעדער רעדט נאר עברית, פון ירושלים.
קהל פון זייער יונגע לייט, ברויך מען נישט א בית הכבוד אויבן, פריידליך צו געסט,
שיין צו הערן אז איר האט אונז באזוכט ר אברהם לעיב!!

גראדע איז יא פארהאן א ענגע בית הכבוד אויבן, לינקס פונעם טיר.
התחברות
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

@אברהם לייב בורשטיין

איידער איר פארט אפ, קומט אויך באזוכן די הערליכע & מעכטיגע בתי מדרשים אין ווילי

סאטמאר לי גארדנס
סאטמאר מוירטיל
דינוב
בראשוב
סאטמאר הופער
וויזניץ 6 לי
וויזניץ ראסס
קלויזנבורג

יעדע שול האט אסאך צו פארציילן.
אפילו זיי האבן קיין אייגענע אשכולות אויף @עולםהביצה.

האלו ר׳ אברהם לעיב:,
איך האב פאר דיר גוטע מוזיק ווען איך טרעף דיר!
אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

התחברות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:52 pm
@אברהם לייב בורשטיין

איידער איר פארט אפ, קומט אויך באזוכן די הערליכע & מעכטיגע בתי מדרשים אין ווילי

סאטמאר לי גארדנס געווען, מויאעדיג, קבלת שבת פריידליך.

סאטמאר מוירטיל? אדרעס?
דינוב אדרעס?
בראשוב אדרעס?
סאטמאר הופער
וויזניץ 6 לי די גרויסע בניין? לעצבן סאוט 9? געווען א סאך
וויזניץ ראסס
קלויזנבורג געווען קלויסטערבורג מיין?... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.

יעדע שול האט אסאך צו פארציילן.
אפילו זיי האבן קיין אייגענע אשכולות אויף @עולםהביצה.

האלו ר׳ אברהם לעיב:,
איך האב פאר דיר גוטע מוזיק ווען איך טרעף דיר!
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:25 pm

קלויזנבורג ... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.
אויפ'ן חדר אויף בעדפארד זאגט מען אזוי. נישט די שול אויף לי עוו.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ראש המנהלים
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע:ציווישן צפון און דרום

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:25 pm
התחברות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:52 pm
@אברהם לייב בורשטיין

איידער איר פארט אפ, קומט אויך באזוכן די הערליכע & מעכטיגע בתי מדרשים אין ווילי

סאטמאר לי גארדנס געווען, מויאעדיג, קבלת שבת פריידליך.

סאטמאר מוירטיל? אדרעס? 690 מירטל קאר בעדפארד
דינוב אדרעס? 77 וואלאבאט סט. קאר.ווייט
בראשוב אדרעס? 92 וואלאבאט סט.
סאטמאר הופער
וויזניץ 6 לי די גרויסע בניין? לעצבן סאוט 9? געווען א סאך
וויזניץ ראסס
קלויזנבורג געווען קלויסטערבורג מיין?... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.

יעדע שול האט אסאך צו פארציילן.
אפילו זיי האבן קיין אייגענע אשכולות אויף @עולםהביצה.

האלו ר׳ אברהם לעיב:,
איך האב פאר דיר גוטע מוזיק ווען איך טרעף דיר!
😜
אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:35 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:25 pm

קלויזנבורג ... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.
אויפ'ן חדר אויף בעדפארד זאגט מען אזוי. נישט די שול אויף לי עוו.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:35 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:25 pm

קלויזנבורג ... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.
אויפ'ן חדר אויף בעדפארד זאגט מען אזוי. נישט די שול אויף לי עוו.
דאס מיין איך.
אטעטשמענטס
IMG-20231217-WA0014.jpg
IMG-20231217-WA0014.jpg (42.06 KiB) געזען 4322 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:50 pm

דאס מיין איך.
דאס איז די ת"ת בנין.

אמאל געווען אן אמעריקאנער שול, אריגינעל א קירכע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:53 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:50 pm

דאס מיין איך.
דאס איז די ת"ת בנין.

אמאל געווען אן אמעריקאנער שול, אריגינעל א קירכע.
דעם שול האט איר דא: https://maps.app.goo.gl/3fk4XpAyghzPsWKv9
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

שבת פרידה, עליה לתורה בי יואלי לנדא, קידוש אויף גאלדענע בעכער 18 קראט (35.000$)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

בס"ד
שבת פרידה
עליה לתורה בי יואלי לאנדא, קידוש אויף גאלדענע בעכער (18 קאראט 35.000 דאלאר) און א סעודה בי יואלי פעלזן לכבוד בר מצוה פון זיין יניק וחכים.
נאך א האלב יאר פון פארן און קומען אין אמעריקע, זעהן שוהלן, בתי מדרש, מקווה, מארקן, געשעפטן, טיפן פון מענשטן, ארט, בילדער און קונץ אין זילבער כחול אשר על שפת הים, שיינע מעבל איטאליענער, א ים, מיט שיינע שיפן אונטער די נאז פון וילי, גאסן באצירט מיט זבל פרדותיו של יצחק, אין ריזיגע שווארצע פלאסטיק וואס 90 פראצענט פון דעם אין כלים וואס געונוצט איין מאל, מסתמא ניצוצות פון מלאכים וואס ווען באשאפן נאר צו איימאל זאגן שירה און ווערן פארברענט, שרייב איך א ביסל פון דעם שבת דא, פאר איך פאר אהיים לחיים ולשלום מארגן נאכט.
וי מיין מנהג איז, יעדן שבת עסן בי א אנדערע משפחה, און דאווענען אין א אנדערע שוהל, כדי צו באקענען שנעל און גוט מיט דעם יודנטום אין אמעריקע.
א ליסט פון א טייל האב איך שוין געשריבן אין איוועלט בי אשכול פון בנין בראך.
געדאוונט האט מען מיר צוקעשיקט פארן עמוד, אין שוהל פון געלדצעלער, נישט קשה, ירושליימער האלב ליטווישער אקצענט, און ברסלבר אויסדרוק, ("נישט שיין אבער מלא חן" איז געווען דער קאמפלאמנעט פון איינעם א פיין שמעקער דארט) אהיים געגאנען מיטן באווסטן סטאטוס קעניג יואלי פעלזן, א פראכטיגע סעודה, זמירות האב איך שוין געוזנגען פאר אלעמען דארט, נאך אזא גוטן וויין, און פאר חצות אהיים געגאנגען, אויפן וועג, יידן גייען צו דעם באטע אדער טיש, אדער שמחות אדער אהיים פון שווער און שוויגער (על אפו ועל חמותו)
8 אינדערפרי בין איך אויפן וועג זוכן א שוהל זאל זיין אינטרעסאנט, היות וי די וואך האב איך באזוכט אין א נייער טייל פון וילי, וואס איך בין נאך נישט געווען דארט און געקענט דאס דורך א שמחה וואס מעהאט מיר געלאדנט אויפטרעטן דארט, מיט אקורדיאן פידל און בדחנות, רגלי מוליכות אותי צו דעם טענט פון יואלי לנדא, דעם נאמען געהערט א סאך א קענען און געזעהן נאך נישט, ער איז א חלום פון א סאך יונגע דא, (אין ירושלים איז דער חלום צו אויסוואקסן הרב שטנרנבוך צו הרב אלישיב)
געווען צו פרי ווייזט אויס, האב איך אנגעיאגט א פאר בלעטער פון דף היומי בבא מציעא, אינטרעסאנס אגב, אז לכבוד התחלת בבא מציעא דך היומי האט מען אין סאטמער סקילמען וואס איך בין א שיינע פאר מאל געווען דארט, געקויפט און איינגעבונדן צענדליגער בבא מציעא שיינע און נייע.
יעמוד אברהם לייב בן הרב חיים יעקב יוסף!
אהה.. אם יסתר איש במסתרים, דערהערט מיין נאמען מפורש יוצא מפי הגבאי בין איך ארויף צו דעם קליינצ'יקן בימה, און געקושט דעם פיצעלע ספר תורה, מיט שיינע כתב, און גאלדענע צירונגען, און עולה לתורה געווען.
דער בית מדרש איז צייטוויליג מעהאט מיר געזאגט און כעהאב געזען בילדער פון א גרויסן בנין וואס בוייעט זיך יעצט אי"ה.
אנעים זמירות און א קידוש, גאנץ פשוט, א ביסל קייק בראנפן, הערינג כל מיני, אבער איך פארפליישיג זיך נישט שבת אינדערפי מיט פיש, ביים קידוש, סאיז א בדיעבד עסן די סעודה נישט אויף א אפעטיטישן מאגן, און נאך א זאך איך האב ליב מאכן קידוש וי דער סאטמער רב זצ"ל אויף רויטע ווין (קוקט אין זמירות דברי יואל, ער האט נישט געהאלטן פון אזעלכע קידושים אויף א טראפ בראנפן און אויך דער רבי מחב"ד זצל געווען קעגן דעם.)
די סעודה בין איך געוען איינגעלאנדט בי א משפחה אין סאוט 9 א מהלך א האלבע שעה אומגעפער, איז נארמאל בין איך פרייליך צו גיין אין גאסן אין ירושלים און וילי, אבער....
דער בורא האט זיך מרחם געווען אויף אמעריקע און געלאזט א רעגן אן א אויפהער! גדול יום הגשמים, דערווייל קומען א 2 בחורים ראטה פון פריימאן, ידידים מיינע, איך רעד מיט זיי און ווארט דער רעגן זאל אויפערן, א פאר גוטע ווערטלאך דא און דארט, דער עולם הויבט אן צו אוועק גיין אבער נישט דער רעגן, דער רייגן וויל זיך נישט בייגן....
זיי לאדענען מיר עסן מיט זיי בי משפחת בריסק, אבער איך ווייס אז אורח מביא אורח בעל הבית בורח... דער עולם דארט און און אנדערע שוהלן אויך, איז אלעמאל זיכער אז איך בין איינגעלאנדט אויף שבת, מסתם דאס איז די סיבה וואס קיינמאל כמעט, האט מען מיר נישט געפרעגט אין בתי מדרש, נישט סאטמר סאוט 8 נישט סקילמען און נישט וויען, אויב איך האב א ווי צו עסן אוןזענען גערעכט, איך האב א ליסט פון איינלאדונגען.
אבער יעצט?
אזא שלאק רעגן גיין א האלבע שעה איז א דוכגעוייקטע נארישקייט, אלע זענען שוין אוועק, געבליבן אליין בי יואלי לאנדאס שוהל און קיין פלאץ צו עסן שבת סעודה.
הויב איך אויף די פיס אויף די פלייצעס און מאך א וועג, גאט פון זיין זייט האט שוואכער געמאכט דעם רעגן, און א מחיה...
אקעגן מיר קומט א ידיד, אופנהיים, און לאזט מיר נישט אפ: מיין טאטע האט אלעמאל געזאגט אפנהיים הייסט א אפענע היים, דו האס נאך נישט געמאכט קידוש און נישט געגעסן פון 7 אינדערפי יעצט אין 1 א זייגער!!
געכפאט מיר בי מיין לאצן און געשפלעט צו זיך.
אההה.......
אחח א בעלעבטישע שטוב, שיינע זילבער און דער סאפרייז: אברהם לייב מאך שהחיינו דא מאכסטו קידוש אויף א גאלדענעם בעכער! א אמתע, אחח איז דאס געווען א קידוש... א סעודה כיד המלך און א סאך זכרונות פון ירושליים פון דער בעל הבית האט מיטפארציילט מיט מיר.
שלוש סעודות מיט מנחה אין פאפא, זייער פשוט אן קיין גרויסהארטיקן פראצעס, דער רבי נישטא און דער עולם דאוונט מנחה פשוט און וואשט זיך פשוט, זיצין לעבן טאטן וואס זיצט לעבן זיין טאטן וואס זיצט לעבן דעם עלטער זיידן, געזונט און נחת פאר זיי און גאנץ כלל ישראל.

2 מסקנות דערווייל צו די טייערער יידן אין ווילי און אנדערע פלעצער (איך מיין נישט לאנדאן חלילה, אין גוזרין על הציבור מה שאינם יכולים לעמוד בזה)
1. א באקס מיט מינימום ביסקויט קייקס זאל אלעמאל זיין אויפן טיש אינדערפרי שחרית, בי די שוהלן, איך זעה וי פרעמדע יידן וואס גיין נעבאך נאך געלט כאפן זיך די הארץ אינמיטן לופן צו די "ביזנעס".
2. אלעמאל פרעגט ביטע יעדן פרעמדער ייד! א גוט שבת, האסט וי צו עסן? ווילסט מיטקומען?
אטעטשמענטס
20240228_093649.jpg
20240228_093649.jpg (134.13 KiB) געזען 4045 מאל
20240228_093631.jpg
20240228_093631.jpg (125.14 KiB) געזען 4045 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

אברהם ליעב, די האסט עס ביי פאר!!!!

גיטן פעדער.
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נישט זוכה געווען דיר צו זעהן... מערטשעם קומענדיגס מאל, האפנטליך...

אבער הנאה געהאט פון דיינע אנאליזן, גאר שטארק. יא שיין, און געוויס מלא חן.
א געשפעט האב איך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

הערליך הערליך שיין !!!
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: שבת פרידה, עליה לתורה בי יואלי לנדא, קידוש אויף גאלדענע בעכער 18 קראט (35.000$)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2024 9:20 pm
בס"ד
שבת פרידה
עליה לתורה בי יואלי לאנדא, קידוש אויף גאלדענע בעכער (18 קאראט 35.000 דאלאר) און א סעודה בי יואלי פעלזן לכבוד בר מצוה פון זיין יניק וחכים.
נאך א האלב יאר פון פארן און קומען אין אמעריקע, זעהן שוהלן, בתי מדרש, מקווה, מארקן, געשעפטן, טיפן פון מענשטן, ארט, בילדער און קונץ אין זילבער כחול אשר על שפת הים, שיינע מעבל איטאליענער, א ים, מיט שיינע שיפן אונטער די נאז פון וילי, גאסן באצירט מיט זבל פרדותיו של יצחק, אין ריזיגע שווארצע פלאסטיק וואס 90 פראצענט פון דעם אין כלים וואס געונוצט איין מאל, מסתמא ניצוצות פון מלאכים וואס ווען באשאפן נאר צו איימאל זאגן שירה און ווערן פארברענט, שרייב איך א ביסל פון דעם שבת דא, פאר איך פאר אהיים לחיים ולשלום מארגן נאכט.
וי מיין מנהג איז, יעדן שבת עסן בי א אנדערע משפחה, און דאווענען אין א אנדערע שוהל, כדי צו באקענען שנעל און גוט מיט דעם יודנטום אין אמעריקע.
א ליסט פון א טייל האב איך שוין געשריבן אין איוועלט בי אשכול פון בנין בראך.
געדאוונט האט מען מיר צוקעשיקט פארן עמוד, אין שוהל פון געלדצעלער, נישט קשה, ירושליימער האלב ליטווישער אקצענט, און ברסלבר אויסדרוק, ("נישט שיין אבער מלא חן" איז געווען דער קאמפלאמנעט פון איינעם א פיין שמעקער דארט) אהיים געגאנען מיטן באווסטן סטאטוס קעניג יואלי פעלזן, א פראכטיגע סעודה, זמירות האב איך שוין געוזנגען פאר אלעמען דארט, נאך אזא גוטן וויין, און פאר חצות אהיים געגאנגען, אויפן וועג, יידן גייען צו דעם באטע אדער טיש, אדער שמחות אדער אהיים פון שווער און שוויגער (על אפו ועל חמותו)
8 אינדערפרי בין איך אויפן וועג זוכן א שוהל זאל זיין אינטרעסאנט, היות וי די וואך האב איך באזוכט אין א נייער טייל פון וילי, וואס איך בין נאך נישט געווען דארט און געקענט דאס דורך א שמחה וואס מעהאט מיר געלאדנט אויפטרעטן דארט, מיט אקורדיאן פידל און בדחנות, רגלי מוליכות אותי צו דעם טענט פון יואלי לנדא, דעם נאמען געהערט א סאך א קענען און געזעהן נאך נישט, ער איז א חלום פון א סאך יונגע דא, (אין ירושלים איז דער חלום צו אויסוואקסן הרב שטנרנבוך צו הרב אלישיב)
געווען צו פרי ווייזט אויס, האב איך אנגעיאגט א פאר בלעטער פון דף היומי בבא מציעא, אינטרעסאנס אגב, אז לכבוד התחלת בבא מציעא דך היומי האט מען אין סאטמער סקילמען וואס איך בין א שיינע פאר מאל געווען דארט, געקויפט און איינגעבונדן צענדליגער בבא מציעא שיינע און נייע.
יעמוד אברהם לייב בן הרב חיים יעקב יוסף!
אהה.. אם יסתר איש במסתרים, דערהערט מיין נאמען מפורש יוצא מפי הגבאי בין איך ארויף צו דעם קליינצ'יקן בימה, און געקושט דעם פיצעלע ספר תורה, מיט שיינע כתב, און גאלדענע צירונגען, און עולה לתורה געווען.
דער בית מדרש איז צייטוויליג מעהאט מיר געזאגט און כעהאב געזען בילדער פון א גרויסן בנין וואס בוייעט זיך יעצט אי"ה.
אנעים זמירות און א קידוש, גאנץ פשוט, א ביסל קייק בראנפן, הערינג כל מיני, אבער איך פארפליישיג זיך נישט שבת אינדערפי מיט פיש, ביים קידוש, סאיז א בדיעבד עסן די סעודה נישט אויף א אפעטיטישן מאגן, און נאך א זאך איך האב ליב מאכן קידוש וי דער סאטמער רב זצ"ל אויף רויטע ווין (קוקט אין זמירות דברי יואל, ער האט נישט געהאלטן פון אזעלכע קידושים אויף א טראפ בראנפן און אויך דער רבי מחב"ד זצל געווען קעגן דעם.)
די סעודה בין איך געוען איינגעלאנדט בי א משפחה אין סאוט 9 א מהלך א האלבע שעה אומגעפער, איז נארמאל בין איך פרייליך צו גיין אין גאסן אין ירושלים און וילי, אבער....
דער בורא האט זיך מרחם געווען אויף אמעריקע און געלאזט א רעגן אן א אויפהער! גדול יום הגשמים, דערווייל קומען א 2 בחורים ראטה פון פריימאן, ידידים מיינע, איך רעד מיט זיי און ווארט דער רעגן זאל אויפערן, א פאר גוטע ווערטלאך דא און דארט, דער עולם הויבט אן צו אוועק גיין אבער נישט דער רעגן, דער רייגן וויל זיך נישט בייגן....
זיי לאדענען מיר עסן מיט זיי בי משפחת בריסק, אבער איך ווייס אז אורח מביא אורח בעל הבית בורח... דער עולם דארט און און אנדערע שוהלן אויך, איז אלעמאל זיכער אז איך בין איינגעלאנדט אויף שבת, מסתם דאס איז די סיבה וואס קיינמאל כמעט, האט מען מיר נישט געפרעגט אין בתי מדרש, נישט סאטמר סאוט 8 נישט סקילמען און נישט וויען, אויב איך האב א ווי צו עסן אוןזענען גערעכט, איך האב א ליסט פון איינלאדונגען.
אבער יעצט?
אזא שלאק רעגן גיין א האלבע שעה איז א דוכגעוייקטע נארישקייט, אלע זענען שוין אוועק, געבליבן אליין בי יואלי לאנדאס שוהל און קיין פלאץ צו עסן שבת סעודה.
הויב איך אויף די פיס אויף די פלייצעס און מאך א וועג, גאט פון זיין זייט האט שוואכער געמאכט דעם רעגן, און א מחיה...
אקעגן מיר קומט א ידיד, אופנהיים, און לאזט מיר נישט אפ: מיין טאטע האט אלעמאל געזאגט אפנהיים הייסט א אפענע היים, דו האס נאך נישט געמאכט קידוש און נישט געגעסן פון 7 אינדערפי יעצט אין 1 א זייגער!!
געכפאט מיר בי מיין לאצן און געשפלעט צו זיך.
אההה.......
אחח א בעלעבטישע שטוב, שיינע זילבער און דער סאפרייז: אברהם לייב מאך שהחיינו דא מאכסטו קידוש אויף א גאלדענעם בעכער! א אמתע, אחח איז דאס געווען א קידוש... א סעודה כיד המלך און א סאך זכרונות פון ירושליים פון דער בעל הבית האט מיטפארציילט מיט מיר.
שלוש סעודות מיט מנחה אין פאפא, זייער פשוט אן קיין גרויסהארטיקן פראצעס, דער רבי נישטא און דער עולם דאוונט מנחה פשוט און וואשט זיך פשוט, זיצין לעבן טאטן וואס זיצט לעבן זיין טאטן וואס זיצט לעבן דעם עלטער זיידן, געזונט און נחת פאר זיי און גאנץ כלל ישראל.

2 מסקנות דערווייל צו די טייערער יידן אין ווילי און אנדערע פלעצער (איך מיין נישט לאנדאן חלילה, אין גוזרין על הציבור מה שאינם יכולים לעמוד בזה)
1. א באקס מיט מינימום ביסקויט קייקס זאל אלעמאל זיין אויפן טיש אינדערפרי שחרית, בי די שוהלן, איך זעה וי פרעמדע יידן וואס גיין נעבאך נאך געלט כאפן זיך די הארץ אינמיטן לופן צו די "ביזנעס".
2. אלעמאל פרעגט ביטע יעדן פרעמדער ייד! א גוט שבת, האסט וי צו עסן? ווילסט מיטקומען?
הערליך הערליך,

איך האב געדאווענט אין ריבניץ, און א גאנץ דאַווענען בין איך מסופק געווען צו איך דמיון אדער מיר האבן באמת אברהם לייב מיט אונז,
איך האב געוואלט צוגיין און פרעגן אבער איך האב זיך געשעמט נוסח וויליאמסבורג
איך וואלט דיר געלאדענט צו מיר אהיים קעגן איבער דעם בית מדרש וואלסטו זיך נישט געדארפט שלעפן אינעם רעגן...
אגב ביים קידוש איז נישט געווען קיין הערינג, די טעצער זענען געווען דזשערקי, א פרישע אמעריקאנע חידוש...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6166
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך @אברהם לייב בורשטיין
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

@אברהם לייב בורשטיין
איך בין געווען אין סקילמן סאטמאר איך בין געווען מסיפק צו עס איז די צו נישט
אבער עכ'פ איך מיט געהאלטן ווי די זיצטסט ביים ווינקעל אין קוקט נישט ארוס פון גמרא
ממש א קידש השם געווען!!!!!!!!
יעצט קום צוריק נאך ווי מען גייט דיך אוף נעמן דארט
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: שבת פרידה, עליה לתורה בי יואלי לנדא, קידוש אויף גאלדענע בעכער 18 קראט (35.000$)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2024 9:20 pm
בס"ד
רגלי מוליכות אותי צו דעם טענט פון יואלי לנדא, דעם נאמען געהערט א סאך א קענען און געזעהן נאך נישט, ער איז א חלום פון א סאך יונגע דא, (אין ירושלים איז דער חלום צו אויסוואקסן הרב שטנרנבוך צו הרב אלישיב)
איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איר זענט א כ'וויל נישט זאגן וואס!
וועלכן תלמיד חכם האט איר דען בכלל באזוכט דא אין וויליאמסובורג?? הע?
איר זענט דאך א ירושלימער, וועלכער האט אלס קינד געחלומ'ט אויסציוואקסן א הרב שטרנבוך אדער הרב אלישיב....,

קומט איר אהער וועמען באזוכט איר?? באזוכט איר ביים נגיד ר' יואלי לאנדא!!
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום זונטאג מארטש 03, 2024 5:50 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:50 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:35 pm
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:25 pm

קלויזנבורג ... געבוייעט פאר א קלויסטער האב איך געהערט.
אויפ'ן חדר אויף בעדפארד זאגט מען אזוי. נישט די שול אויף לי עוו.
דאס מיין איך.
שבת איז דאס דער קאסובער בית מדרש [לעצטנס געווען, ווייסך נישט צו נאך יעצט]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: "בראך"ניות ובגשמיות, אברהם לייב אין בראך שוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:55 pm
בס"ד
אדר א תשפ"ד
" בראך"ניות ובגשמיות ..
אינמיטן צענטער פון שטאט, פארק אווע מיט בעדפור'ט א שיינער געבוי, רייך און ווייס.
בית בראך.

אויבן אין די צוויטע שטאק
איז דא א בית סופרי סת"ם, א מורה הוראה שטיבל, פאשפארט די טיר.
און א עזרת נשים מיט א ספרים שאפע, אויך פארשלאסן, אבער דארט איז דא אן מורא ספרי ליקוטי הלכות פון רבי נתן מברסלב זצ"ל, פאר די וואס וויל זיך נישט באנוגענען מיט ר' מיילעך בידערמאן'ס טיפע גרויסע ציטירינגען פון ליקוטי הלכות, אדער פון ספרי רבי צדוק מלובלין וואס גאנצע שטיקער ברסלב זענען דארט ציטירט ווארט בי ווארט, אויב איר ווילט נאך א בעהלטענעם ארט פון ספרי ליקוטי הלכות, און נישט חלילה געכאפט ווען אריינגיין אין איינע פון ברסלבער בתי מדרש, וואס קען שאטן א שידוך, אדער מעמד הכבוד, איז דא דא אדער לויפט שטילערהייט אין ראדני, אויבן איז דא א אוצר הספרים, גאר שיין און רייך און איינגענעם, גייט נאך לויט א.ב. און בי אות ל' טאקע גאר אויבן א וו יד אדם אינה מגעת, איז דא סעט ליקוטי הלכות פון רבי נתן זצ"ל, נעמט א לייטער און קריכט און שרייבט צוואה פאר דעם, חלילה זאל נאר נישט פאסירן א אומגליק ביים קריכן אויבן צום שעלף פון ברסלבער ספרים.
ארויס פון בית בארך צו היכל ישעיה צו בעדפארט גאס, פארוואס? איך האב דאך אן א שיעור פלעצער צו עסן?
ניין.
איך בין פארליבט אין דעם היכל ישעיה, און וועגן דעם א עקסטערע ארטיקל אי"ה.
אז איר וועט נישט זיין קארג און לייקן אן רחמנות און אן א צאהל, די פריערדיגע ארטיקלען און תגובות מיינע וועט ווערן א אתערותא דלתתא און אי"ה וועל איך שרייבן נאך, אזוי אויסרועהן די אפגערשויפע נערוון אונזערע.
עס איז דא א סעט ליקוטי הלכות אויף אורח חיים אבער עס ליגט ביי די הלכה ספרים צומאל, אדער ביי חסידישע ספרים, די אונטערשטע פאלציע.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

viewtopic.php?t=67755

נישט ליינען אויב איר דאווענט אין בנין בראך.

וואו איז מאניש?
אקדמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 03, 2022 3:56 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקדמות »

קוים אפען 2 יאר, שוין געטוישט אלע האנטוכער,
נייע גרעסערע האנטוכער
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

אקדמות האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:16 pm
קוים אפען 2 יאר, שוין געטוישט אלע האנטוכער,
נייע גרעסערע האנטוכער
ממני ילמדו
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אקדמות האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:16 pm
קוים אפען 2 יאר, שוין געטוישט אלע האנטוכער,
נייע גרעסערע האנטוכער
ווערט יעצט דריי יאר
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

.
סאיז געווען א סאך פריוואטע באמערקונגען צו דעם ארטיקל פון 2 וואכן צוריק, א שבת פרידה פון אמעריקע.

א פאר תיקונים:
מעהאט מיר נישט אינגאצן פארשטאנען, לפחות א טייל פון די טויזנטער ליינער, וועל איך קלאר מאכן.

1. מיינע שבתים אין ויליימסבורג , זענען די געשמאקסטע שבתים וואס איך האב געהאט!

פארוואס?
א איבעריגע שאלה, אבער כוועל ענטפען, ווייל קודם כל, איז א נחת צו זעהן אין די גאסן פון וויליאמסבורג הונדערטער רעבעס!

יעדער בעל משפחה זעהט אויס אוון פיהלט זיך טאקע א רבי, מיטן רעשוולקע, מיטן ריזיגן שטריימיל, באצירט מיט א שווערע עטרה זילבער ביים טלית, א זוהן און א איידים לעבן זיך, 3 אייניקלאך כשתילי זיתים, א פלאץ קבוע אין שוהל, א מכובעדיגע עלייה פארן טאטן'ס יארצייט, א חנופה פון דעם שמש, א גוט ווארט פון ראש הקהל יעדן שבת מברכים, וכו'

2. מיינע הערה, וועגן איינלאדענען אויף סעודת שבת "יעדער פרעמדער ייד" קומט דווקא פון שאצונג פלאץ צו ווארימע יידן (דעריבער האב נישט די הערה אויף יהדות לאנדאן המעטירה יצ"ו)

ספיציפישער שבת וואס איך בין געווען בי יואלי לנדאס שוהל, בין אויך געווען אייגעלאנדט ב"ה (איך האב איילאדונגען אויף א יאר פאראויס) נאר דער רעגן האט פארשטערט דעם פלאן, איך האס דאס געזאגט יואלי לנדא ווען ער האט מיר געשריבן אין ווצאפ וועגן דעם, חלילה נישט געמיינט צו טשעפען קיינעם, סקומט זיך זיי נישט (ווען סעקומט זיך שרייב איך קלאר און איך ווייס אויך זיך איבעבעטן און פארמעקן, טאמער שרייב איך נישט ריכטיג, א סארט ירושליימער פראסטקייט פון ווייניג גאווה שטיקלאך, און קלארע רייד אין פנים אריין זיך און יענעם) אויך דער מכניס אורח בריסק, וואס איז א שעף וי איך בין געוואר געווארן די וואך, האט מיר געזאגט אז יעדער ייד ווען ער דארף זאל קומען צו איהם שבת אפילו נישט געזאגט פאראויס1 מי כעמך ווילימסבורג!

3. אז מרעדט שוין פון סעודות שבת:

איר אמעריקאנער חסידישע און פרומע יידן בכלל, זענט מכבד שבת מורעדיג, מיט שפע, און איך האב געגעסן יעדן שבת אין א אנדערע משפחה ווייל איך האב געוואלט שנעל זיך באקענען מיטן הלוך יילך דא, די זעלבע זאך מיטן דאווענעןף, בייט איך יעדער שבת א אנדערע שוהל, כדי זעהן הערן און שמעקן אלס און אלעמען.

רבותי! אמעריקענער טייערע יידן!

תא שמע, קום ואחווי לך!

אז סאיז דא א גרויסע קאלירפולע וועלט פון יידישע עסן!

נישט נאר די 12 זאכן וואס אייך פארמאגן:

פארפל מיט קארטאפל קוגל צו טועמיה, מעולם ועד עולם,

געקופיטע געפילטע פיש (די פאר משפחות וואס מאלן און מאכן אליין, שפירט זיך דאס גלייך, למשל בי סאמעט סאוט 9 וואס די רעבעצן איז א קרויס פון ירושלים, דערמאנט מיר אלץ קינד ווען מיר האבן געווארט 2 שעה יעדן דאנערשטיג בי רויזנער פון די פיש אין שוק מאה שערים, און געקויפט 3 לעבעדיגע קארפיאן וואס איז אריין אין וואנע און מיין מאמע תחיה, האט דאס אנגעגרייט אז די גאנצע געסל האט געשמעקט ליל שישי, און מיר האבן געווסט אז מארגן ליידן מיר אין שרעקלאכן חיידער נאר 3 שעה, און נאכדעם וועט מען בי סעודת שבת, טונקען די חלה אין די פיש יוך נאך און נאך, עד זיבולא בתרייתא)

סאלאמאן פיש,

3 סאלאטן חריין און נאך,

יוך מיט לאקשן און א פאר ווערטער פון צדיקים אויף לאקשן (לא קשין)

געבראטענע פלייש,

עפל רייבאכסט פאר די קאמפאט.

זייער בעטעמט זייער געשמאק! אבער.....

סאיז דא נאך א וועלט טייערע יידן!

אין ארץ ישראל האבן מיר א קיבוץ גלויות פון שבטים מיט קהילות פון די גאנצע וועלט! אן א שיעור סארט מאכלים זענען מכבד שבת און יו"ט מיט שארפע זיסע געזאלצענע און פראכטיגע סארט עסן! אשר לא שיערום אבותנו אין יוראפ.

בי מיר אין הויז, אין מאה שערים געגנט אבער גרעניצט זיך מיט מוסרארא פרענקישטע קווארטל, כאטש מיין רעבעצן איז א אשכנזאישע רובנישטיין פון ירושלים הונגארן און ווין (א שוועסטער פון דער ראש העיר מאיר רובינשטיין) איז די קאך אריבער בחלקו הגדול, צו פרענקישע גיוואלדיגע קעכעריי און געפילטע פיש עסן מיר ליל שישי זכר למקדש כהלל. מיין טשונט איז א געמישאכטס פון פולין און מאראקא.. און בלייט ליידיג דער טאפ מוצאי שבת...

יא, איר האט מיר נישט געלאזט בלייבן אין ירושלים און מיט געוואלד געבריינגט דא צוריק, א מחיה... א פיש אין וואסער פיל איך זיך אין וילי.

ביז ערב פסח אי"ה וועלן מיר נאך זוכה זיין ארויף גיין צו ירושלים עיה"ק עסן מן הזבחים ומן הפסחים מיט משיח צוזאמען אי"ה.

אטעטשמענטס
מאקראקאנער סטייל פיש, אין מיין קרעצמע ירושלים

Screenshot_20240315_064326_WhatsApp.jpg (25.51 KiB) געזען 1340 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”