בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)
און שלמה איז שוין לאנג נישט דא , א מינוט שפעטער וואק איך אריין אין חדר ברך משה און ער שרייט שוין ''דריי דאלער די מצוות, אדער ''פינף דאלער כבוד התורה'' ! קיינער וויל נישט !? פארוואס ? , אה די ? יעי !!
העמיר איבער לאזן שלמה'ן אפאר מינוט און אראפגיין פאר א טור אויפן אונטערשטען שטאק.
סא די קומסט אן אונטן גייט מען קודם צו צום לאקער נעמען אביסל נכאת וצרי פארן גוף, סא דעי לאקערס ארבעטן אז ווען די ענדיגסט פיינעלי אנדרייען דעם קאמבינאציע און מ'געט א שטיקל שלעפ דעם טירל , געט זיך עס א פליק צוריק צו ..
יעצט גייט מען אפנעמען דעם גוט מארגן פון ר' שלמה ווייזער ... אההה די שמייכל ! אן דעם קען איך נישט אנהייבן דעם טאג, מיט דאס שטיקל חיזוק דאס איז ווי די קאצקע פארן קאווע ! ווי נעמט מען נאך אזעלכע אידן ?
די מקוה איז ווי א ניו דזשערסי טרעין סטעישן: ריזיג און פראכטפול אבער נאך אלץ א טרעין סטעישן... גיי ווייס פארוואס ס'נישט דא קיין ראבערס אויף דער ערד ? מסתמא ווייל אידן וועלן דאס נוצן צו קראצן די פוס און ס'פאסט נישט פאר דעי סטאנדארד מקוה... גוט מארגן צעטליך אויף די הוקס איז יא דא .. נו שוין .
די ערד הייצונג האביך באמערקט איז פארלאשן אום זומער , קען זיין איך חלום. ווי נישט ווי גאנץ א באטעם'טער מקוה.
די פענצי סינקס אויפן וועג ארויס פון מקוה גלייך איך נישט, ס'מאכט מער נאס ווי טריקן הגם ס'פלעגט זיין ערגער , נו צו וואס זיך אפרעדן ?
קומט מען ארויף אויבן באגעגנט ס'טוך מיט דעי ''געשמאקע'' גוי וואס האלטצוך משוגע באטעם'ט .. ער דערמאנט מיך אביסל פון מיין עלטער פעטער...
''הודו אין חדר דא ! '' הערט זיך א געשריי .. אקעי שלומי איז שוין אווערטייערט... איך גיי מיר מאכן מיין קאווע, דער גוי קריכט אינטער די פוס ער הערט נישט אויף קלינען.
כאפן א שטיקל לערנ'דל פארן דאווענען , די כולל איז שוין אין פולן שוואונג ר' שבתי איז זיך שוין מפלפל מיט א אינגערמאן אין א קאמפליצירט סוגיא .
שוין הכנות, כ'האלט נאך אינמיטן ארויסהאבן די caution tape וואס דער גוי לייגט ביים רוימען, א חידוש פון אן המצאה !
געגאנגן דאווענען מ'גלייך מיר געווענליך צו דאווענען אין דעם רואיג'ן עירלי חצות מנין ווייל דעמאלטס איז שלמה אונטן אין שטיבל ... דשאסט טשעפענינג ... ושמו אחד יעצט גיי מיר אביסל תיקונ'ן .
סא עפעס א דיעל האט הרב ווערצבערגער מיט גרינ'ס ווייל יעדן טאג קומען אן טראקס מיט קיפעלעך .. ס'גראדע זייער געשמאק, שוין זאלן אלע ברכות זיין לעילוי נשמת דעם טאטן.
ארויסקומענדיג פון היכל הביהמ''ד פאלט מיר איין אז א סליוו אויפן ברייטליכן קארידאר וואלט נישט געשאדט הגם איך בעצם גלייך עס אבער ווייסטוך מ'מוז דאך האבן טענות.
נו שוין עפעס אויסגעלאזט ?