-
ציטיר
- 0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך גיי פארשטיי
»
כדרכם בקודש אין קאליפארניע האט עס גענומען ביז יעצט, אבער ענדליך איז אימפיטשמענט קאנגרעסמאן דעיוויד וואלעדא דערקלערט געווארן אלץ געווינער אויסקוועטשענדיג א שמאהלע געווינס איבער זיין רעפובליקאנער קעגנער קריס מאטיעס פאר אן ארט אויפן בעלעט אין די דזשענעראל עלעקשאן.
- Screenshot 2022-06-26 215005.jpg (37.66 KiB) געזען 2364 מאל
זייטיגע נאטיץ
וואלעדא איז די איינציגסטע אימפיטשמענט קאנגרעסמאן וואס טראמפ האט נישט אינדארסירט א קעגנער, און די גאנצע פארטיי איז געווען פאראייניגט ארום אים. ער האט אסאך שטיצע צווישען ביידן וואוטערס אין די קאליפארניע דזשאנגעל פריימערי סיסטעם, און זיין קעגנער איז בכלל נישט בייטראכט געווארן צו ערענסט. און מיט דעם אלעם האט וואלעדא באקומען בלויז 47% פון די רעפובליקאנער וואוטס און גאהר שמאהל געווינען. דאס זאגט לכאורה פאהר וואס עס איז דא צו ערווארטען ביי די איבעריגע אימפיטשערס וואס לויפן.